☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » דער איד מיט'ן טאוועל

דער איד מיט'ן טאוועל

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13907

טיכטיגער » פרייטאג יוני 5, 2020 2:12 pm

· #450631
דער איד מיט'ן טאוועל
יעדער האט אמאל עפעס וואס דרוקט אים און ער וויל אויסדרוקן זיין מיינונג, מיט וואס איז יעדע ראלי צי פראטעסט גלייך? דער עולם האלט טאוולעך און ווי זאגט מען, דער פאפיר קען אסאך סובל זיין... ני, אז ס'דרוקט נעמט מען א טאוועל אין האנט, און מ'לאזט זיך ארויס אין גאס.
אויף אינסטעגרעם איז פארהאן אן אקקאונט Dude With A Sign פון א ניו יארקער לץ, וועלכער מאכט יעדן טאג פרישע טאוולען, חדשים לבקרים, ער קומט ארויס אין גאס מיט א פרישן מחאה, דברים העומדים על הפרק וואס דארף א דרינגענדע טויש! ער איז מוחה אויף יעדע מאדנע און קוריאזע פראבלעם וואס ס'איז נאר פארהאן.

מיט די צייט האט ער זיך איינגעקויפט אסאך חסידים, זיי קומען טאקע נישט ארויס צו זיינע ראליס, אבער זיי פאלגן אים נאך אויף טוויטער און אינסטעגראם. זיין אקאונט האט שוין איבער 7 מיליאן נאכפאלגער.
<a class="postlink" href="https://www.instagram.com/DudeWithSign/">https://www.instagram.com/DudeWithSign/</a>

דער בעל מחאה האט געזען א שטוינענדע סוקסעס, ער איז שוין געווארן באשריבן אין פילצאליגע מאגאזינען און ארויפגעברענגט געווארן אויף אסאך שאוס. היינט מאכט ער שוין געלט דערפון, דורכ'ן לייגן טאוולען וואס רעדט זיך פון פירמעס.
📎 dude-with-sign-plane-landing.jpg 📎 guy-protesting-random-things-dudewithsign-14-5e6208bf1779a__700.jpg 📎 guy-protesting-randon-things-dudewithsign-1-18-5df09be763c6a__700.jpg 📎 guy-protesting-random-things-dudewithsign-23-5e6208cfbd8a9__700.jpg

טיכטיגער » פרייטאג יוני 5, 2020 2:15 pm

· #450634
זעענדיגט זיין סוקסעס האט א איד'ל אנגעהויבן דאס זעלביגע. ער רופט זיך "איד מיט א טאוועל", און ער לייגט אויך ארויס יעדן טאג א פרישן הומאריסטישן מחאה, וואס קאסט א שמייכל.

<a class="postlink" href="https://www.instagram.com/YidWithSign/">https://www.instagram.com/YidWithSign/</a>
📎 EUXKRzoXgAA0mpJ.jpg 📎 EZq61S7WoAYqxdq.jpg 📎 EXxuba-WkAIN0Df.jpg 📎 EVkr_BAXkAAGW4u.jpg

טיכטיגער » פרייטאג יוני 5, 2020 2:17 pm

· #450635
נאך
📎 EUcWbyzWAAITjjW.jpg 📎 EX-5pUSU8AEaIfR.jpg

real fake news » פרייטאג יוני 5, 2020 6:29 pm

· #450663
ווי לאנג שטייען זיי אזוי מיט די טאוולעך אין דער הייעך?
זיי שטייען נאכאלץ?

טיכטיגער » דינסטאג נאוועמבער 3, 2020 2:42 pm

· #461972
ענינא דיומא
📎 122881788_681494786103096_3402116029082960412_n.jpg

טיכטיגער » דאנערשטאג יוני 17, 2021 1:25 pm

· #475914
נאך פון דעם אידל
📎 E34zw_YWQAAFUT7.jpg 📎 E26GvKMXIAIj-6f.jpg 📎 E2RjnvOXIAA3oSN.jpg

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 17, 2021 3:10 pm

· #475918
אויפ'ן לעצטן בילד האביך ערשט באמערקט אז ער טראגט א קאפל. ווייל ס'איז מיר שווער געווען אז ער זעהט נישט אויס צו היימיש. איז פון וואו נעמט ער די גוטע ווערטלעך...?!