☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » אשכול אן א טיטל #13899

אשכול אן א טיטל #13899

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13899

— » מיטוואך יוני 3, 2020 7:40 am

· #450375

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

איך אויך » מיטוואך יוני 3, 2020 12:06 pm

· #450407
אבל יחיד עשי לך מונקאטשער מקוה.

אפשר יעצט וועט מען סוכ''ס געוואויר ווערן דעם מיליטערישן סוד ווי אלט ער איז טאקע געווען. ר' דשיגאלע האט געשעפט שטיקער חיות פון יעדן איינעם דרייען א קאפ ווי אלט ער איז. פאר איינעם פלעגט ער פארציילן פונעם מנחת אלעזר, פאר א צווייטן אז ער העט נאך געזעהן ר' ישעלה, פארען דריטן אז ער האט נאך אריינגעכאפט ר' הערצקלע ראצטפערטער און פארן פערטן פערד אז ער געדענקט נאך דעם בעש''ט אליינס.

אמת וצדק » מיטוואך יוני 3, 2020 2:04 pm

· #450425
ער האט מיר אמאל געזאגט אז ער האט געזען רבי ישעי׳לע קערעסטירער אין קאלוב ביים יארצייט פון רבי אייזיק׳ל קאליבער זי״ע, יעצט רבי ישעי׳לע איז אוועק אין תרפ״ה, מוז זיין אז ער איז געבוירען פאר תרפ״ה כדי צו קענען געדענקען דעם מאורע, מען זאגט טאקע אז ער איז געווען 97 יאר אלט.

אזוי אויך האט ער מיר געזאגט אז ער האט געזען עפעס א ליטווישע גדול אפשר דער חפץ חיים אדער רבי אלחנן. ביי איינע פון די כנסייה הגדולות, איך געדענק נישט פונקליך.

אמת וצדק » מיטוואך יוני 3, 2020 2:25 pm

· #450428
ארגינעל איז ער געווען א בעלזער חסיד, נאכן פטירה פונעם בעלזער רב זי״ע האט רבי איציקל מפשעווארסק אים געזאגט, נו מיר פארן צום סאקמער רב וואס איז צדיק הדור, האט ער זיך געדרייט ביים סאטמאר רב, צום סוף איז ער אנגעקומען קיין ראחמיסטריווקא.
ווען איך פלעג אריינגיין פרייטאג צונאטכס צום טיש אין ראחמיסטריווקא פלעג איך אים זען זיצען ביים מזרח וואנט מיט א חומש אין דער הענט מיט זיין אלטע זיסע שטריימל אויפן קאפ, געווען א נחת צו זען. אינדערוואכען האט ער זיך געדרייט אין מונקאטש, חבל על דאבדין.

יודישע שרייבער » מיטוואך יוני 3, 2020 4:03 pm

· #450441
בד"ה! איך דאנק דעם באשעפער אז איך האב זוכה געווען אים צו זעהן, ווער עס האט געזען זיינס א דאווענען ווייסט וואס עס מיינט א דאווענען, ווער עס האט געהערט זיינע אמן'ס ווייסט וואס עס מיינט צו ענטפערן א ברכה, ווער עס האט געזען די הכנעה וואס ער האט געהאט צו רבנים (אדער סתם עמך יודן) אפילו זיי זענען אסאך יונגער פון אים (און זיי זענען נישט אנגעקומען צו זיין כף רגל) ווייסט וואס דרך ארץ מיינט. ער איז געווען א ריכטיגע דוגמא פון א יוד פונעם אלטן דור, אזעלכע פראדוקטן באשאפט זיך נישט תש20... חבל על דאבדין ולא משתכחין!

היכי דמי » מיטוואך יוני 3, 2020 4:22 pm

· #450444
א גאר זיסע איד געווען.
קיינמאל געהאט די זכיה צו רעדן מיט אים, אבער דאך מיטגעהאלטן פונדערנאנט זיין עבודה, אין מונקאטשער שוהל.

זיין צוגיין צו א אינגע בחור'ל פרעגן אויב ער האט שוין ברכות געזאגט, נישט קוקענדיג אויף די יארגאנג. זיין שטיין נעבן די בעל תפילה צו הערן און קדיש זאגן. אה. מיינע קינדער גייען אויפוואקסן אין א וועלט אן אזא איד.

בארא פארק האט פארלוירן היינט א שטיק היסטאריע, א קשר צו פריעדיגע צדיקים, א קייט צו א לעבן פון אמאל.

אינגערמאנטשיקל » מיטוואך יוני 3, 2020 7:20 pm

· #450463
מאך זיכער
דזשיגעלע ע"ה פלעגט וואוינען א תקופה אין פראנקרייך און ער פלעגט פארן אויף פשעווארסק.
אלס בחור, ער האט חתונה געהאט אין די הויכע דרייסיגער. געווען א סוקסעספולע ביזנעסמאן.

אוי, דזשיגעלע ע"ה! וואו וועלן מיר הערן די סיפורי צדיקים, אמת'ע ווי פיקציע, פון היינט און ווייטער?

דרך אגב, מען האט איהם געלייגט אין די ביה"ח אין קרית יואל.

יין שרף » מיטוואך יוני 3, 2020 7:40 pm

· #450464
Screenshot_20200603-193840_WhatsApp.jpg

יהודי פשוט » מיטוואך יוני 3, 2020 8:00 pm

· #450466
אינגערמאנטשיקל
מאך זיכער
דזשיגעלע ע"ה פלעגט וואוינען א תקופה אין פראנקרייך און ער פלעגט פארן אויף פשעווארסק.
אלס בחור, ער האט חתונה געהאט אין די הויכע דרייסיגער. געווען א סוקסעספולע ביזנעסמאן.

אוי, דזשיגעלע ע"ה! וואו וועלן מיר הערן די סיפורי צדיקים, אמת'ע ווי פיקציע, פון היינט און ווייטער?

דרך אגב, מען האט איהם געלייגט אין די ביה"ח אין קרית יואל.
ער האט חתונה געהאט אין די הויעכע פערציגער יארן.

מ'האט איהם געלייגט אין קרית יואל אין די ביה"ח פון סאטמאר מהרז"ל.

אינגערמאנטשיקל » מיטוואך יוני 3, 2020 10:26 pm

· #450480
[ציטאט אראפגענומען]
דאס איז אבער געווען די סיבה פארוואס ער האט זיך איינגערעדט/איינגערעדט אנדערע אז ער אי עלטער ווי ער איז טאקע געווען.

ומדי דברי בו, די נפטר ע"ה האט שטארק געוואלט ליגן אין ביה"ח דשיכון סקווירא. אבער ער האט זיך אויסגענומען מיט די משפחה מ'זאל שרייבן זיינע לאגער נומערן אויף די מציבה און אין סקווירא איז דא א קפידא נישט צו שרייבן נומערן אויף מציבות.

פאליטיקאנט » מיטוואך יוני 3, 2020 10:30 pm

· #450482
בדרך אגב: איז שוין דא א אשכול אויף סקווירא קפידות?

אינגערמאנטשיקל » מיטוואך יוני 3, 2020 11:43 pm

· #450488
[ציטאט אראפגענומען]
זעהסט דאך אז ניין.

אוהב ספרים » דאנערשטאג יוני 4, 2020 9:33 am

· #450504
אינגערמאנטשיקל
מאך זיכער
דזשיגעלע ע"ה פלעגט וואוינען א תקופה אין פראנקרייך און ער פלעגט פארן אויף פשעווארסק.
אלס בחור, ער האט חתונה געהאט אין די הויכע דרייסיגער. געווען א סוקסעספולע ביזנעסמאן.

אוי, דזשיגעלע ע"ה! וואו וועלן מיר הערן די סיפורי צדיקים, אמת'ע ווי פיקציע, פון היינט און ווייטער?

דרך אגב, מען האט איהם געלייגט אין די ביה"ח אין קרית יואל.

ער האט געוואינט אין וויען, נישט פראנקרייך.

אוהב ספרים » דאנערשטאג יוני 4, 2020 9:34 am

· #450505
יין שרף

דער געבורטס דאטום איז אזוי אמת ווי דער פלאטץ ווי ער איז געבוירען.

ער איז געבוירען אין נירעדהאזא. תרפ"ד-ה.

אוהב ספרים » דאנערשטאג יוני 4, 2020 9:35 am

· #450506
[ציטאט אראפגענומען]

די מעשה איז בכלל אמת? וועט מען מוזען ווארטען ביז די הקמת המצבה.

אישתישבי » דאנערשטאג יוני 4, 2020 5:58 pm

· #450534
בעקיצער ער האט נישט געזעהן ר' ישעיה'לע.

ווייסט איינער פארוואס ער האט געפאסט אזויפיל תעניתים?

עס איז זיכער א סגולה אויף אריכות ימים.

מצפצף » דאנערשטאג יוני 4, 2020 7:44 pm

· #450546
איך ווייס נישט צו די מעשה איז אמת, אבער אי משום הא לא קשיא, ווייל דער עצ"ח איז קראנק געווארן און אוועק אין קליינווארדיין, און די דין תורה איז אויך דארט געווען, מ'האט אים צוריקגעפירט אין סיגוט ווען ער האט שוין נישט געלעבט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 4, 2020 9:47 pm

· #450571
אוהב ספרים
אינגערמאנטשיקל
מאך זיכער
דזשיגעלע ע"ה פלעגט וואוינען א תקופה אין פראנקרייך און ער פלעגט פארן אויף פשעווארסק.
אלס בחור, ער האט חתונה געהאט אין די הויכע דרייסיגער. געווען א סוקסעספולע ביזנעסמאן.

אוי, דזשיגעלע ע"ה! וואו וועלן מיר הערן די סיפורי צדיקים, אמת'ע ווי פיקציע, פון היינט און ווייטער?

דרך אגב, מען האט איהם געלייגט אין די ביה"ח אין קרית יואל.

ער האט געוואינט אין וויען, נישט פראנקרייך.

ועוד: ווייל הרה"צ ר' איציקל פשעווארסקער האט דאך דאמאלס געוואוינט אין פאריז. איז דאך נישט שייך צו זאגן אז ער איז געפארן...לאל.

התם ומתמם עם תמימים » זונטאג יוני 7, 2020 11:41 pm

· #450814
אויך נישט קיין קשיא ווייל ר' איציקל האט זיך געצויגן קיין אנטווערפן בשנת תשי"ז איז דזיגעלע איז ערשט געפארן קיין אמעריקע אנהייב ל' יארן

אבער למעשה האט ער אלע יארן געוואוינט אין וויען - אין איז געוועהן א גרויסע עושר דארטן..

נקודת-אמת » מאנטאג יוני 8, 2020 2:49 am

· #450821
[ציטאט אראפגענומען]

גברא אגברא קרמית?
[ציטאט אראפגענומען]

אויב האט ער דאס אויסגעטראכט, דארף ער זיין א וועלט'ס בעל זיכרון.
צו געדענקען אלע פרטים פונעם ליגנט, און איבערדערציילן יעדעס מאהל מיט די זעלבע פאקטן.
דאס איז שוין א גרויסע חידוש, (דאכט זיך אז אפי' משב"ק ר' עזריאל ע"ה איז נישט געוועהן אזוי געלונגען)

אינגערמאנטשיקל » מיטוואך יוני 10, 2020 9:47 am

· #451138
האמיר די נומבערס. ווארט נאר איבער צו הערן צו עס איז דא אזא קפעידא אין סקווירא.

אוהב ספרים » דינסטאג יוני 16, 2020 3:49 pm

· #451938
די סיבה פארוואס ער ליגט דארט איז פשוט, זיי האבן געגעבען דו ביליגסטע פרייז, ותו לא. ודו"ק ותשכח.

אינגערמאנטשיקל » מוצ"ש סעפטעמבער 5, 2020 11:10 pm

· #458315
אין מספרין אחר המת, אבער מהר"א איז ווייט פון דער איינציגסטער וואס האלט אזוי.

נו, וואס פעלט אויס צו רעדן.

אישתישבי » זונטאג סעפטעמבער 6, 2020 12:56 am

· #458320
וואס איז דער מעשה, ווי אן וואס האט ער אים געראטעוועט?

מפיל קינד » זונטאג סעפטעמבער 6, 2020 1:11 am

· #458322
דער ברך משה האט יא אמאל דערציילט ברבים אז דזשיגעלע האט אים געראטעוועט, ווען דזשיגעלע איז אמאל געקומען צו א וואכעדיגע טיש, חנוכה צי ווען.

ס'איז געווען נאכן מלחמה אין לאגער ווען דער ברך איז זייער קראנק געווען האט ער אים געראטעוועט מיט מעדיצינישע הילף.

ביבער » זונטאג סעפטעמבער 6, 2020 1:35 am

· #458326
סוואלט ווען אויך געווען פארשטענדליך אז דער ברך משה האט נישט געוואלט עפנטליך ארויסווייזן א הכרת הטוב פאר זיין לעבן צו א יאקאבאוויטש און א ברודער פון אביגדור.

א חסיד פון ווילנא » זונטאג סעפטעמבער 6, 2020 7:34 am

· #458336
ביבער
סוואלט ווען אויך געווען פארשטענדליך אז דער ברך משה האט נישט געוואלט עפנטליך ארויסווייזן א הכרת הטוב פאר זיין לעבן צו א יאקאבאוויטש און א ברודער פון אביגדור.
שטותים
עס איז געווען אסאך יארן וואס אביגדור איז געווען פוו זיינע נאנטסטע מענטשן

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

אישתישבי » זונטאג סעפטעמבער 6, 2020 8:05 am

· #458338
מפיל קינד
דער ברך משה האט יא אמאל דערציילט ברבים אז דזשיגעלע האט אים געראטעוועט, ווען דזשיגעלע איז אמאל געקומען צו א וואכעדיגע טיש, חנוכה צי ווען.

ס'איז געווען נאכן מלחמה אין לאגער ווען דער ברך איז זייער קראנק געווען האט ער אים געראטעוועט מיט מעדיצינישע הילף.

טראג עס צו ר' אהרן, לאמיר זעהן וואס דער חכם מכל האדם וועט דעמאלס זאגען.

א חסיד פון ווילנא » זונטאג סעפטעמבער 6, 2020 9:08 am

· #458341
אישתישבי
מפיל קינד
דער ברך משה האט יא אמאל דערציילט ברבים אז דזשיגעלע האט אים געראטעוועט, ווען דזשיגעלע איז אמאל געקומען צו א וואכעדיגע טיש, חנוכה צי ווען.

ס'איז געווען נאכן מלחמה אין לאגער ווען דער ברך איז זייער קראנק געווען האט ער אים געראטעוועט מיט מעדיצינישע הילף.

טראג עס צו ר' אהרן, לאמיר זעהן וואס דער חכם מכל האדם וועט דעמאלס זאגען.
איר קענט מיר זאגן וואס מהר"א האט דא שלעכט געזאגט? אדער איז ער פון די מענטשן וואס מ׳ טאר נישט מלמד זכות זיין אויף אים
סה"כ האט ער געזאגט ער האט עס נישט געהערט פון זיין טאט׳ן, איך קען אויך די היסטארי פון ב"מ ז"ל און אויך נישט געהערט דערפון ביז א יאר 2 צוריק ווען עס האט זיך פארשפרייט א ווידאו ווי דזשיגעלע פארציילט עס, טאר ער נישט זאגן אז ער האט עס נישט געהערט?
ער זאגט דען אז ער איז א ליגענער?
עס מוז זיין אמת ווייל מפיל קינד האט עס יא געהערט "ביי א וואכעדיגע טיש (ער האט קיינמאל נישט געזאגט תורה און אוודאי נישט פארציילט מעשיות ביי וואכעדיגע טישן ווי ל"ג בעומר שושן פורים, אפשר ביי א יארצייט סעודה אבער נישט מסתבר) און מפיל קינד איז געווען ביים שבת ש"ב אין ב"פ, און קיינער איז נישט אזוי באגלייבט ווי אים

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

מפיל קינד » זונטאג סעפטעמבער 6, 2020 9:52 am

· #458343
.

אישתישבי » זונטאג סעפטעמבער 6, 2020 5:35 pm

· #458363
א חסיד פון ווילנא

ווען ר'"א וואלט גארנישט שלעכט געזאגט, נאר סך הכל אז ער האט עס נישט געהערט, וואלסטו נישט אראפגעריסן מפיל.

הבנת?

א חסיד פון ווילנא » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2020 5:46 am

· #458389

איך האב אראפגעריסן איינעם? סה"כ פרעג איך פארוואס מפיל זיצט דא און קריטיקירט מהר"א אויף יעדע ווארט אדער טאט וואס ער טוט
עניוועי געגאנגען ווייטער

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

מנחם ציון » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2020 5:40 pm

· #458474
@ווילנער דיינע טענות בויעסטו אסאך אויף פריערדיגע באשטימטע "פאקטן" וואס אויב אזוי איז נישט מסתבר דאס, שטימט נישט יענס,
צדיק'ל, ער זאגט דיר א מציאות וואס ער האט געהערט, אדער פון איינעם וואס האט דאס געהערט, הייבסטו אן ס'קען נישט זיין ווייל דער ב"מ האט נישט געזאגט קיין תורה אינדערוואכן "אויסער" 20 יאר אכט טעג חנוכה, און אויסער שמחות, און אויסער פתיחות, און אויסער יארצייט טישן, און אויסער סתם געשמועסט און מיאמי.
ווילסט אויספירן? גוט ס'איז נישט געווען קיין טיש, ס'איז געווען א ניחום אבילים
סא וואט! איז עס נישט אמת ווייל "'ס'איז נישט מסתבר"? העסטו זיך ברעכן קאפ מיט די סברות וויאזוי צו מיישב זיין.
יענער האט מיטגעהאלטן א מעשה אין ב"פ, איז עס נישט געווען ווען ר' סרולטשע איז געווען רבי, ממילא? איז עס עטיש צו לאזן אן עלטערן שוואגער, א זיידע (נישט סתם א פעטער), א רב בישראל, וואס איז געקומען צו פארן צו א שמחה לופטערן ווי א נפיחה?

ווי זאגט יארמע רב? ווילסט הערן א מעשה אדער ווילסט זיך מתווכח זיין

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2020 8:17 pm

· #458479
מנחם ציון

גערעכט, חטאתי עוויתי פשעתי, איך טאר נישט זאגן א מיינונג אנדערש ווי די הויכגעשעצטע שרייבערס וואס שרייבן נאר מציאות, איבערהויפט אין סאטמאר ווי איך בין געווען אלע יארן

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

אדונינו » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2020 12:06 am

· #458512

די מעשה אין בארא פארק האב איך מיטגעהאלטן, וואו נעמט מען נאך אזא בעל מידות בדורינו, אויב איז דא איין איד וואס איך וואלט זיך געקוויטלט, איז עס ביי ר׳ ישראל מוויזניץ.

מנחם ציון » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2020 12:31 am

· #458517
א חסיד פון ווילנא
מנחם ציון
@ווילנער דיינע טענות בויעסטו אסאך אויף פריערדיגע באשטימטע "פאקטן" וואס אויב אזוי איז נישט מסתבר דאס, שטימט נישט יענס,
צדיק'ל, ער זאגט דיר א מציאות וואס ער האט געהערט, אדער פון איינעם וואס האט דאס געהערט, הייבסטו אן ס'קען נישט זיין ווייל דער ב"מ האט נישט געזאגט קיין תורה אינדערוואכן "אויסער" 20 יאר אכט טעג חנוכה, און אויסער שמחות, און אויסער פתיחות, און אויסער יארצייט טישן, און אויסער סתם געשמועסט און מיאמי.
ווילסט אויספירן? גוט ס'איז נישט געווען קיין טיש, ס'איז געווען א ניחום אבילים
סא וואט! איז עס נישט אמת ווייל "'ס'איז נישט מסתבר"? העסטו זיך ברעכן קאפ מיט די סברות וויאזוי צו מיישב זיין.
יענער האט מיטגעהאלטן א מעשה אין ב"פ, איז עס נישט געווען ווען ר' סרולטשע איז געווען רבי, ממילא? איז עס עטיש צו לאזן אן עלטערן שוואגער, א זיידע (נישט סתם א פעטער), א רב בישראל, וואס איז געקומען צו פארן צו א שמחה לופטערן ווי א נפיחה?

ווי זאגט יארמע רב? ווילסט הערן א מעשה אדער ווילסט זיך מתווכח זיין
גערעכט, חטאתי עוויתי פשעתי, איך טאר נישט זאגן א מיינונג אנדערש ווי די הויכגעשעצטע שרייבערס וואס שרייבן נאר מציאות, איבערהויפט אין סאטמאר ווי איך בין געווען אלע יארן

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

מעגסט און דו זאלסט זאגן אן אנדערע מיינונג, אבער פרעג נישט יענעם אפ מיט "ס'נישט מסתבר" ווען יענער האט עס אליין מיטגעהאלטן