☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » אשכול אן א טיטל #13893

אשכול אן א טיטל #13893

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13893

— » דינסטאג יוני 2, 2020 10:44 am

· #450268

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

כוכב » דינסטאג יוני 2, 2020 11:31 am

· #450273
קראסן.
("קענסט מיך פליז קראסן")

צפור בודד » דינסטאג יוני 2, 2020 2:58 pm

· #450294
היימיש אמעריקאניש.

אויסער אין אמעריקע, אפשר אויך אין קאנאדא, איז וואקן, גיין אדער גיין צופיס

קאצקע ציקער » מיטוואך יוני 3, 2020 12:59 am

· #450355
"אויפפיקן" א נייע יודישע ווארט

לבי ובשרי » מיטוואך יוני 3, 2020 2:11 am

· #450365
אגב, 'וואטשן' אדער 'וואטשען'?

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 3, 2020 2:48 am

· #450368
כוכב
קראסן.
("קענסט מיך פליז קראסן")

כוכב: ס'איז אמאל געקומען א איד פון אייראפע/יוראפ באזוכן זיין קרוב אין אמעריקע. ווען יענער קרוב האט איהם דערזעהן האט ער איהם באגריסט מיט דעם פאלגנדן פזמון...שלום עליכם. פליעס קומט אריין טוט אייך אויס דעם קאוט,נעמט אייך א טשעיר און מאכט אייך קאמפארטעבל. ווען דער קרוב האט איהם געפרעגט...וואס רעדט איהר? האט ער איהם געענטפערט...פלעין יודיש...!

בדידי הוה עובדה: איך בין פונקט געווען ביי מיין קרוב אין גראסערי ווען ס'זענען אריינגעקומען 2 זיסע קינדער'לעך א ברודער און א שוועסטער, פון ארץ ישראל און זיי האבן געזאגט אז זייער מאמע האט געבעטן אז זיי זאלן קויפן..."אפונים וגזר"... מיין קרוב, א וויליאמסבורגער יונגערמאן האט נעבעך נישט געוואוסט בחייכון צו זאגן וואס דאס מיינט. דאס איז דאך די שפה הטמאה, רחמנא ליצלן מהאי דעתא. האט ער זיי איבערגעפרעגט..."וואס"? האבן זיי ווידער געזאגט די זעלבע...האביך מיך אנגערופן..."Peas & Carrots"...!

בת קול » מיטוואך יוני 3, 2020 7:29 am

· #450373
לבי ובשרי
אגב, 'וואטשן' אדער 'וואטשען'?



אן די 'ע'.
מען לייגט נאר צו אן ע פאר אן ׳ן׳ נאך א מ׳ נ׳ נג׳ אדער נק׳ אדער ל׳ וואס האט א קאנסאנענט פאר דעם.
(נעמען, קענען, שענקען, זינגען) און (וועלן, פידלען)

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יוני 3, 2020 9:29 am

· #450394

לאשיצער » מיטוואך יוני 3, 2020 3:09 pm

· #450437
בת קול
לבי ובשרי
אגב, 'וואטשן' אדער 'וואטשען'?



אן די 'ע'.
מען לייגט נאר צו אן ע פאר אן ׳ן׳ נאך א מ׳ נ׳ נג׳ אדער נק׳ אדער ל׳ וואס האט א קאנסאנענט פאר דעם.
(נעמען, קענען, שענקען, זינגען) און (וועלן, פידלען)


ריכטיג @בת קול! און אויך נאך א וואקאל: זיך פרייען, נישט פריין. (פארהאן אויסנאמען: גיין, שטיין, פארשטיין; מיר/זיי גייען, שטייען, פארשטייען)

איך וויל אויך מוסיף זיין אז די אויבן דערמאנטע כללים זענען חל אויף ווערבן און סובסטאנטיוון (נאונס). אויף אדיעקטיוון זענען דא אנדערע כללים.

איך קוק ארויף אין בלויען הימל אריין. (וואקאל + -ען)
איך רעד מיט א פרומען איד. (מ' + -ען)
איך זיץ אונטער א גרינעם בוים. (נ + -עם; דאס איז אויך חל אויף איין אויסנאם, נייעם. פארגלייך: אינעם פרייען לאנד נישט פרייעם)
כ'עס א לאנגן לאקש. א הערעלע וואקסט ארויס פון זיין לינקן אויער. (נג/נק + -ן, נישט -ען)
איך רעד מיט אן איידעלן בחור. (קאנסאנאנט + ל [איידל], שטעלט מען צווישן זיי אן ע'; נישטא קיין צווייטע ע' נאכן ל')

יודישע שרייבער » מיטוואך יוני 3, 2020 4:27 pm

· #450446
רביה''ק זי''ע

@רביה''ק זי''ע דאס איז הילעריעס! אופס, נאך א ווארט אין ענגליש...

נײגעריגער » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 7:57 pm

· #458647
[ציטאט אראפגענומען]

די פראגע איז, אויב א באגריף טוט אָפיציעל נישט עקזיסטירן אין די געזעלשאפט, (איסור אויף װידיאָו), צו קען מען דן זיין א װארט דערויף פאַרן אָפיציעלן לעקסיקאָן....


בּאַ אונדז װערט דאס װארט "װאַטשן" געניצט אלס היטן\שמירה\אָבּאַכט געבּן
למשל: שלוימי, קענסט מארגן נאכט װאטשן די קינדער? כ'װיל צוגיין צו מיין פרענדס שמחה

אינטערעסאנט, געװענלעך ניצט מען דאס נאָר אין באצוג צו א קרוב אדער שכן וכדו' װאס טוט עס אומזיסט
װידעראום א באצאלטע װעט מען טאקע זאגן "בּעיבּי-סיטן - בּעיבּי-סיטער
כ'בין אבער נישט באקאנט װי פארשפּרייט עס איז


די אנדערע באנוץ באנגלית פאַרן װארט watch, נעמלעך זייגער, איז דאכצעך נישט מצוי באַם היימישן עולם

אישתישבי » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 8:08 pm

· #458648
אדער ווען דער טאטע טוט בעיביסיטען די קינדער.