☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » ווערטער מיט א אנדערע מיינונג

ווערטער מיט א אנדערע מיינונג

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13884

פייסיס » מאנטאג יוני 1, 2020 1:47 pm

· #450108
ווערטער מיט א אנדערע מיינונג
איך וויל אויפמערקן עפעס וואס איז שווער צו רעדן דערפון אפציעל, ווייל ס'קען הייסן לפי כמה דעות 'צו וואוילגאריש'...

ס'איז פארהאנען געוויסע אויסדרוקן וואס א טייל פון זיי פלעגן אמאל זיין - נישט שיין צו זאגן, און היינט איז עס לעגיטים, און פארקערט אויך; געוויסע ווערטער וואס איז אמאל געווען נארמאל, און ס'היינט איז עס געווארן 'נישט שיין'.

ס'איז בערך ווי מ'זאגט, אבק שקר און אבק לשה''ר, אבער ס'האט זיך געטוישט די געוויכט דערפון מיט די צייט.

דא איז די פראגע; ווער האט דאס גורם געווען, און ווען איז דאס פלוצלינג געווארן אנדערש?

[ווער ס'וויל ביישפילן, קען מיר פרעגן אין אישי; און אויב ס'איז נישט פארבאטן צו שרייבן אפען, קען איך זיי דא אויסלייגן.]

קאך_לעפל » מאנטאג יוני 1, 2020 2:05 pm

· #450110
ווארשיינליך צוליב די שלשול הדורות...

פאליטיקאנט » מאנטאג יוני 1, 2020 2:15 pm

· #450113
Re: ווערטער מיט א אנדערע מיינונג
אויף די ווערטער וואס איז אמאל געווען נארמאל און איז היינט מואס איז מסתמא פשוט די זעלבע איבערשפיל ווי אנדערע פרישע פרומהייטן אן קיין פשט וועלכע ראדיקאלן האבן אריינגעברענגט....

קאך_לעפל » מאנטאג יוני 1, 2020 2:16 pm

· #450114
דאס איז אויך ווארשיינליך צוליב די שלשול הדורות!

פייסיס » מאנטאג יוני 1, 2020 2:55 pm

· #450122
קאך_לעפל
דאס איז אויך ווארשיינליך צוליב די שלשול הדורות!

ס'זענען פארהאנען צענדליגע ביישפילן, אבער אין עטליכע קאטעגאריעס.
ס'דא מיאוסע ווערטער, און ס'דא גראבע ווערטער, אויך צייגונגען מיט'ן האנט, וואס זענען אין געוויסע לענדער לעגיטים, און אין געוויסע לענדער ממש דאס ערגסטע קללה.

אין אישי, קען איך געבן ביישפילן. טערמינען און צייגונגען, וואס אונזערע זיידעס האבן נארמאל גענוצט, און היינט איז עס געפערליך צו דערמאנען.
שוין אפגערעדט פון ווערטער אין עברית, וואס האבן איינפאך איבערגעדרייעט ווערטער צו זייער באנוץ

קאך_לעפל » מאנטאג יוני 1, 2020 2:59 pm

· #450123
יא! יא! און דאס אלעס איז בלויז צוליב שלשול הדורות!

פייסיס » מאנטאג יוני 1, 2020 3:14 pm

· #450126
קאך_לעפל
יא! יא! און דאס אלעס איז בלויז צוליב שלשול הדורות!

צייגן א פייג איז שלשול הדורות? אין געוויסע לענדער איז דאס א שארפע קללה.

הדסים » מאנטאג יוני 1, 2020 3:15 pm

· #450127
אסאך פון די ווערטער זענען די נאטורליכער עוואלוציע.

למשל אין ענגליש איז א גאפל "פארק", און א העמד "שירט". יעצט שטעל דיך פאר אויב פארק און שירט זענען נישט איידעלע ווערטער, וועט מען נוצן אנדערע ווערטער, לאמיר זאגן לעפל און הויזן. אבער מיט די צייט ווייסט יעדער אז לעפל איז "פארק" און הויזן איז "שירט", קען מען נישט רעדן פון די הויזן אויך נישט...

אמאל נוצט מען נאמבערס, ווען יעדער ווייסט שוין וואס נאמבער 1 און נאמבער 2 איז, וועט מען גיין צו 3 און 4...

פייסיס » מאנטאג יוני 1, 2020 3:51 pm

· #450138
הדסים
אסאך פון די ווערטער זענען די נאטורליכער עוואלוציע.

למשל אין ענגליש איז א גאפל "פארק", און א העמד "שירט". יעצט שטעל דיך פאר אויב פארק און שירט זענען נישט איידעלע ווערטער, וועט מען נוצן אנדערע ווערטער, לאמיר זאגן לעפל און הויזן. אבער מיט די צייט ווייסט יעדער אז לעפל איז "פארק" און הויזן איז "שירט", קען מען נישט רעדן פון די הויזן אויך נישט...

אמאל נוצט מען נאמבערס, ווען יעדער ווייסט שוין וואס נאמבער 1 און נאמבער 2 איז, וועט מען גיין צו 3 און 4...

אבער פארוואס זאל עס ווערן אומאיידל?

ישעיה » מאנטאג יוני 1, 2020 4:03 pm

· #450140
וַיִּחַר אַף שָׁאוּל בִּיהוֹנָתָן וַיֹּאמֶר לוֹ בֶּן נַעֲוַת הַמַּרְדּוּת הֲלוֹא יָדַעְתִּי כִּי בֹחֵר אַתָּה לְבֶן יִשַׁי לְבָשְׁתְּךָ וּלְבֹשֶׁת עֶרְוַת אִמֶּךָ

פייסיס » מאנטאג יוני 1, 2020 4:08 pm

· #450141
ישעיה
וַיִּחַר אַף שָׁאוּל בִּיהוֹנָתָן וַיֹּאמֶר לוֹ בֶּן נַעֲוַת הַמַּרְדּוּת הֲלוֹא יָדַעְתִּי כִּי בֹחֵר אַתָּה לְבֶן יִשַׁי לְבָשְׁתְּךָ וּלְבֹשֶׁת עֶרְוַת אִמֶּךָ

דאס איז פארשטענדליך, אז א ווארט קען טוישן איר שארפקייט וכדומה ווען ס'איז אויף א אנדערע שפראך.
און אויך אינעם זעלבן שפראך איז דא אויפ'ן זעלבן זאך, שענערע און ערגערע אויסדרוקן

קאצקע ציקער » מאנטאג יוני 1, 2020 4:42 pm

· #450144
חבל על הזמן די באדייט דערפון איז פונקט די פארקערטע

הדסים » מאנטאג יוני 1, 2020 4:52 pm

· #450146
פייסיס
הדסים
אסאך פון די ווערטער זענען די נאטורליכער עוואלוציע.

למשל אין ענגליש איז א גאפל "פארק", און א העמד "שירט". יעצט שטעל דיך פאר אויב פארק און שירט זענען נישט איידעלע ווערטער, וועט מען נוצן אנדערע ווערטער, לאמיר זאגן לעפל און הויזן. אבער מיט די צייט ווייסט יעדער אז לעפל איז "פארק" און הויזן איז "שירט", קען מען נישט רעדן פון די הויזן אויך נישט...

אמאל נוצט מען נאמבערס, ווען יעדער ווייסט שוין וואס נאמבער 1 און נאמבער 2 איז, וועט מען גיין צו 3 און 4...

אבער פארוואס זאל עס ווערן אומאיידל?

ווייל אזוי גייט עס אריין אין מח. טראכט יעצט 3 מאל: פארק, שירט, פארק, שירט, פארק, שירט.

וואס וועסטו טראכטן נעקסטע מאל איינער וועט דיר בעטן א פארק?

פייסיס » דינסטאג יוני 2, 2020 3:47 pm

· #450299
דארפן מיר נאכטאנצן יעדע חשש וואס גייט אריין אינעם מוח פון יענעם?
טאמער איינער וועט זאגן א טערמין וואס א צווייטער וועט אויסטייטשן וואוילגאריש, איז עס וועמענס שולד?

לאשיצער » דינסטאג יוני 2, 2020 4:48 pm

· #450315
@פייסיס ביטע שיקט מיר אפאר ביישפילן דורך אישי!

דער טויש אין באדייט פון ווערטער איז א נאטירליכער פענאמען אין אלע שפראכן: <a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/Semantic_change">https://en.wikipedia.org/wiki/Semantic_change</a>

למשל "קאנדידאט" האט אמאל געהייסן א (פאטענציעלער) פאליטישער פירער וואס גייט אין ווייסע קליידער (פון לאטיין candidatus 'אין א ווייסן מלבוש') אבער היינטצוטאגס זעט מען גאר זעלטן אז א קאנדידאט זאל זיין אנגעטון נאר אין ווייסן.

ס'איז דא אן א שיעור אזעלכע ביישפילן אין אלע שפראכן.

ווען דער באדייט פון א נייטראל ווארט ווערט 'מיאוס' אדער 'גראב' הייסט דאס (אויף ענגליש) "semantic derogation".

פייסיס » מיטוואך יוני 3, 2020 7:58 pm

· #450465
לאשיצער רעדט דברים של טעם.
די פראגע איז, פארוואס ס'ווערט אפציעל אנגענומען קרום, אז פון חששות ווערט א פאקט.
מיר וואלט נישט געדארפט מחנך זיין אונזערע קינדער מער פרומער ווי די אמת. און וויבאלד ס'שווער צו שרייבן אפען די ווערטער ביישפילן, פארלאנגט זיך אייגענע מחשבה דערביי.