☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » טייערע שווארצע ברודער, וועקט אייך אויף.

טייערע שווארצע ברודער, וועקט אייך אויף.

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13883

קאך_לעפל » מאנטאג יוני 1, 2020 9:50 am

· #450087
טייערע שווארצע ברודער, וועקט אייך אויף.
מינעאַפּאָליס, מינעסאטע – די פאליציי האט דערהאלטן א באריכט, אז א ארטיגע איינוואוינער מיטן נאמען זשארזש פלויד, האט פראבירט צו נוצן א פאלטשע צוואנציגער באקנאט אין א ארטיגער דעלי געשעפט. די פאליציי האט פראבירט אים צו ארעסטירן, אבער ער האט אנגעבליך געשטעלט א ווידערשטאנד. דער פאליציי אפיציר דערעק שאוועין, האט מיט גרויסע שוועריקייטן ענדליך באוויזן אים צו קייטלן די הענד אויף אונטערוויילעכס. נעמליך, אפיציר שאוועין האט זיך נישט באגענוגט מיט דעם, נאר ער האט אים ברוטאליש אראפגעשליידערט אויף דער ערד און ארויפגעלייגט זיין לאפע אויף זיין גענאק. גאנצע זעקס מינוט האט אפיציר שאוועין געהאלטן זיין לאפע אויף די גענאק פון פלויד. פלויד האט זיך באקלאגט אז ער קען נישט אטעמען, זאגאר דער הארצלאזער אפיציר האט זיך נישט געקימערט מיט זיין געוויין נאר ער האט סאדיסטיש ווייטער געהאלטן זיין לאפע מיט דרוק אויף פלויד'ס גענאק פאר נאך א קנאפע דריי מינוט. אין רעזולטאט איז פלויד שפעטער נעבאך געשטארבן.

דער גאנצער ספעקטאל איז סוקסעספול אפגעכאפט געווארן אויף ווידיא דורך א זייטיגער צושויער, און ער האט דאס ארויפגעשטעלט אויף סאציאליע מידיע נעצן... דער ווידיא איז שרעקליך צו זען. דאס ברוטאלע באהאנדלונג פון דעם אפיציר, ווי אזוי ער אינזדעקעוועט זיך אויף א הילפסלאזע מאן טרייסלט אויף דאס הארץ פון יעדע רעכטדענקיגער מענטש. א געשריי פאר יוסטיץ איז געהערט געווארן אין גאנץ אמעריקע אזש ס'האט דערגרייכט ביז וואשינגטאן. די שטאטישע און די פעדעראלע רעגירונגן האבן באלד אונטערגענומען די פאסיגע שריט, און א ברייטע אינערליכע אויספארשונג איז אריין אין קראפט. דער אפיציר שאוועין איז באלד געדאנקט געווארן פון זיין פאסטן, און שפעטער אויך ארעסטירט געווארן אויף הארבע מארד קלאגעס...

די געשיכטע וואלט זיך פילייכט ווען געדארפט אט דא ענדיגען. אבער דאס האט נישט פאסירט... ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער פלויד איז געווען א טינקל-הויטיגער און דער אפיציר איז געווען א ווייסער... נאך דאס האט אויסגעפעלט...

ס'איז נישט געהיימעניס אז די שווארצע געמיינדע האט פון שטענדיג אן גאר שטארק געליטן פון פאליציי ברוטאליטעט און פון ראסיסטישע דעקרימינאציע. וויפול מ'האט נאר געטאן און מען טיט נאך אלס דאס אפצושטעלן איז דאס ווייט פון גענוג, עס איז ווירקליך גאר שאנדפול. די אנגעווייטאגטע שווארצע געמיינדע האבן זיך ארויסגעלאזט פראטעסטירן אין די גאסן. נישט בלויז אין מינעאַפּאָליס נאר איבער גאנץ אמעריקע. אין מיט רעכט! לויט די קאנסטאטוציע זענען זיי פולשטענדיג בארעכטיגט צו פרידליך פראטעסטירן.

צום באדויערן האט זיך די לינקע טעראר באוועגונג אנטיפא זיך אריינגעמישט און אנגעהויבן צו מישן דעם טאפ. די אנטיפא טעראר באוועגונג, איז א גרופע וואס פראבירט צו באקעמפן קאָנסערוואַטיזם און ארויפצווינגן מיט מאכט ראדיקאלע לינקע אנטשויאונגען אויף די אמעריקאנער מאסן. זיי רופן פאר אַנאַרכיע און דיסטראקציע און געוואלדטאטן, אין א פרואוו צו באצווינגן דאס לאנד. די דאזיגע נידערטרעכטיגע לינקע טעראריסטן, העצן די שווארצע דעמאנסטרירער דורכצופירן געוואלדטאטען און פלינדערייען, און די אנגעהעצטע שווארצע דעמאנסטרירער פאלן טאקע אריין אין א פאסקע, און זייען כאאס איז די גאסן פון די אמעריקאנע שטעט. זיי פלינדערן געשעפטן און פארמעגנס אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם וואס לאזט זיך גארנישט גלייבן. זיי נעמען נישט אין אכט אז דורך זייער נידערטרעכטיגע טאהטן פארלירן זיי די סימפאטיע און שטיצע וואס זיי האבן זיך דעראבערט אין די לעצטע טעג. ס'איז צייט אז זיי זאלן זיך עפענען די אויגן און זען ווי די סאציאליסטישע ליבעראלן פירן זיי אין באד אריין... ס'איז העכסט צייט אז זיי זאלן נישט זיין מער קיין שקלאפן פאר די איצטיגע דעמאקראטישע פארטיי וואס פירט זיי בלויז צו חורבן און דיסטראקציע...

הערט נאר וואס דער אלטער אויסגעוועפטער טיפוש יוסל ביידן האט געזאגט. אז איר זענט שווארץ מוזט אין שטימען פאר מיר און נישט פאר פרעזידענט טראמפ. דער אלטער נער האט נישט געכאפט אז דאס טאר מען נישט זאגן, בלויז טראכטן... יעדער אמעריקאנער בירגער אפגעזען פון קאליר אדער ראסע און רעליגיע האט די רעכט זעלבט צו טראכטן....

mevakesh » דאנערשטאג יוני 4, 2020 8:27 pm

· #450548
זייער גוט ארויסגעברענגט די פיין וואס די שווארצע גייען אדוירך פון די פאליציי
עס איז וויכטיג צו באטאנען אז עס מיינט נישט אז די פאליציי זענען דוקא ראסיסטן נאר די טבע פון מענטשן איז מורא צו האבן פון טינקעלע און אנדערש ממילא באפאלן זיי שנעלער טונקעל הויטיגע
צו האבן א באגריף וואס די שווארצע גייען אריבער טאג טעגליך כאפט א בליק אין די תגובות אין דעםפייסבוק פאסט

דאכט זיך אז עס איז איבעריג צו זאגן אז ווען איך פרעג די פראגע דא ווען איז געווען דאס ערשטע מאל פאליציי האט געציהלט מיט א ביקס אויף אייך וועט קוים זיין איינער וואס וועט האבן עפעס צו דערציילן

לייבל שטילער » דאנערשטאג יוני 4, 2020 8:38 pm

· #450551
טבע צו מורא האבן פון טונקעלע? מה זאת אומרת?

mevakesh » דאנערשטאג יוני 4, 2020 8:51 pm

· #450552
לייבל שטילער
טבע צו מורא האבן פון טונקעלע? מה זאת אומרת?

מענטשן האבן מורא פון מצבים און זאכן וואס איז אנדערש פון זיי
לאו דוקא ממש א טבע מער א געוואוינהייט וואס קומט לפחות טיילווייז פון אריינגעבויטע ראסיזם הגם דער מענטש איז נישט באוואוסטזיניג א ראסיסט

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יוני 4, 2020 8:53 pm

· #450553
ס'איז זייער פשוט, שווארצע זענען ווילדע מענטשן, רעדן הויעך און מיט אסאך האנט באוועגונגען, ווען אימער איך גיי פארביי א גרופע שווארצע איגנטליכע כאפט מיר א ציטער. פארגלייך זיי צו די אזיאנער, אדער ווי מ'רופט זיין אין ב"פ "טשייניז", א רואיגע באשיידן פאלק, הערסט נישט פון זיי קיין הויעך ווארט, קוים וואס מ'מערקט זיי אן. אן אנדערע גרופע וואס וואוינט בשכנות פון אונז זענען די מעקסיקאנער, זיי צוצקען טאקע נאך פרויען און געוויסע פארן ארום מיט קארס וואס באמבערט מוזיק, אבער אויסער דעם זענען זיי אויך א רואיג סאליד פאלק. און די ליסטע גייט ווייטער און ווייטער.

קאצקע ציקער » דאנערשטאג יוני 4, 2020 8:54 pm

· #450554
ווען א פאליציאנט סטאפט א ווייסער פאר א רויט לייט טיקעט אדער א ספידינג טיקעט קימט ער שיין צו צום פענסטער אנדערש איז ביי א שווארצער די מיניט ער גייט צו צום פענסטער האלט ער שוין די הענט אויפן ביקס . אבער איך בלעים זיי נישט זיי טון עס נישט וועגן ראסיזים לכאורה זיי טון עס ווייל זיי האבן מורא....

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 4, 2020 8:56 pm

· #450555
mevakesh
זייער גוט ארויסגעברענגט די פיין וואס די שווארצע גייען אדוירך פון די פאליציי
עס איז וויכטיג צו באטאנען אז עס מיינט נישט אז די פאליציי זענען דוקא ראסיסטן נאר די טבע פון מענטשן איז מורא צו האבן פון טינקעלע און אנדערש ממילא באפאלן זיי שנעלער טונקעל הויטיגע
צו האבן א באגריף וואס די שווארצע גייען אריבער טאג טעגליך כאפט א בליק אין די תגובות אין דעםפייסבוק פאסט

דאכט זיך אז עס איז איבעריג צו זאגן אז ווען איך פרעג די פראגע דא ווען איז געווען דאס ערשטע מאל פאליציי האט געציהלט מיט א ביקס אויף אייך וועט קוים זיין איינער וואס וועט האבן עפעס צו דערציילן

מבקש: אבער לאמיר נעמען אין באטראכט די הויכע ראטע פון גוואלדטאטן אדורכגעפיהרט דורך די שווארצע באפעלקערונג.

אבער אין דעם פאל האלט איך אז ס'האט נישט געהאט צו טון מיט ראסיזם. נאר דער נפטר ע"ה מר. דזשארדזש פלויד, וועלכער איז געווען א הויכער, פעסגעבויטער פארשוין האטציך געראנגלט מיט דעם פאליסמאן. און אלס נקמה האט ער איהם געטרעטן אויפ'ן האלז.

mevakesh » דאנערשטאג יוני 4, 2020 9:06 pm

· #450560
מבקש: אבער לאמיר נעמען אין באטראכט די הויכע ראטע פון גוואלדטאטן אדורכגעפיהרט דורך די שווארצע

נניח אז די ביזט גערעכט איז עס נישט אויף אזא פארנעם אז עס זאל זיך לייגן אויפן שכל די אומגלויבליכע פאקט אז יעדער צווייטער יוגענטליכע איז שוין געציהלט געווארן מיט א ביקס

קאצקע ציקער » דאנערשטאג יוני 4, 2020 9:33 pm

· #450568
berlbalaguleh
mevakesh
זייער גוט ארויסגעברענגט די פיין וואס די שווארצע גייען אדוירך פון די פאליציי
עס איז וויכטיג צו באטאנען אז עס מיינט נישט אז די פאליציי זענען דוקא ראסיסטן נאר די טבע פון מענטשן איז מורא צו האבן פון טינקעלע און אנדערש ממילא באפאלן זיי שנעלער טונקעל הויטיגע
צו האבן א באגריף וואס די שווארצע גייען אריבער טאג טעגליך כאפט א בליק אין די תגובות אין דעםפייסבוק פאסט

דאכט זיך אז עס איז איבעריג צו זאגן אז ווען איך פרעג די פראגע דא ווען איז געווען דאס ערשטע מאל פאליציי האט געציהלט מיט א ביקס אויף אייך וועט קוים זיין איינער וואס וועט האבן עפעס צו דערציילן

מבקש: אבער לאמיר נעמען אין באטראכט די הויכע ראטע פון גוואלדטאטן אדורכגעפיהרט דורך די שווארצע באפעלקערונג.

אבער אין דעם פאל האלט איך אז ס'האט נישט געהאט צו טון מיט ראסיזם. נאר דער נפטר ע"ה מר. דזשארדזש פלויד, וועלכער איז געווען א הויכער, פעסגעבויטער פארשוין האטציך געראנגלט מיט דעם פאליסמאן. און אלס נקמה האט ער איהם געטרעטן אויפ'ן האלז.

געראנגעלט? מיט הענקאפס? וויזוי קען מען זיך ראנגעלן אנע הענט?

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 4, 2020 9:38 pm

· #450569
ניין: פאר דער פאליסמאן האט מצליח געווען ארויפצולייגן די הענדקאפפס אויף איהם. און ס'איז שוין געווען וחמתו בערה בו...!

מצפצף » דאנערשטאג יוני 4, 2020 9:58 pm

· #450575
ערעב בערל, שתי תשובות בדבר.
חדא, אז מען זעהט אויף די ערשטע קליפ ווי ער לאזט זיך ארעסטירן און ער שטעלט
נישט קיין ווידערשטאנד.
ועוד לו יהא כדבריך ווייל ס'געווען חמתו בערה בו איז שוין רציחה מותר??

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 4, 2020 10:06 pm

· #450577
מצפצף: ניין. איך טו עס נישט בארעכטיגן. איך זאג נאר אז נישט אייביג איז עס ראסיזם. א סאך מאל ווען דער סאספעקט ראנגלט זיך מיט'ן פאליסמאן און דער פאליס האט מורא אז ער גייט פארלירן קאנטראל. ווערט ער אין כעס און ער טוט אומבארעכטיגטע זאכן מתוך כעס. אפילו רציחה...!

mevakesh » דאנערשטאג יוני 4, 2020 10:12 pm

· #450579
berlbalaguleh
מצפצף: ניין. איך טו עס נישט בארעכטיגן. איך זאג נאר אז נישט אייביג איז עס ראסיזם. א סאך מאל ווען דער סאספעקט ראנגלט זיך מיט'ן פאליסמאן און דער פאליס האט מורא אז ער גייט פארלירן קאנטראל. ווערט ער אין כעס און ער טוט אומבארעכטיגטע זאכן מתוך כעס. אפילו רציחה...!

יא און אסאך מאל איז עס יא ראסיזם

real fake news » פרייטאג יוני 5, 2020 3:07 am

· #450597
ווען מרעדט פון רעיסיזם אין אמעריקא רעדט מען נישט פון מערדערס,
מרעדט פון פלעין נארמאלע מענטשן וואס קענען האבן שלעכטע מיינונגען.

דער פאליציאנט איז נישט אין די קרטעגאריע, ער איז נישט קיין מענטש ער איז א מערדער, פינטל.
און סמאכט נישט אויס צו ער האט פיינט געהאט שווארצע צו נישט.

קאך_לעפל » פרייטאג יוני 5, 2020 10:07 am

· #450603
ראסיזם איז פארהאן במחשבה, בדיבור, ובמעשה.

ראסיזם במעשה:
דער הויפט מיסברויך פון ראסיזם איז במעשה. די קאנסטעטוציע פארזיכערט פאר יעדע אמעריקאנער בירגער גלייכרעכטיקייט - דאס באדייט איז ס'איז געזעצליך פארבאטן צו דיסקרימינירן אדער אונטערשיידן לויט אפשטאם, געשלעכט, קאליר הויט,פאלק.
ראסיזם בדיבור:
אין די קאנסטאטוציע פארזיכערט פאר יעדע אמעריקאנער בירגער אויסדרוק פרייהייט - דאס באדייט אז א מענטש האט די רעכט צו זאגן וואס אימער ס'געפעלט אים, אפגעזען אז ס'בארירט די געפילן פון אנדערע מענטשן. איך מעג דיר רופן גראבער, זשיד, (און אפילו פארשטינקענע זשיד) שחור, דרעק און דו קענסט מיר גארנישט טאן. קענסט דיר פארשטאפן די אויערן און ווייטער אנגיין מיטן לעבן.
ווי ס'האט זיך ווירקליך ארויסגעשטעלט האט ראסיזם בדיבור געהאט שרעקליכע נאכפאלגן. דער בלוט דארשטיגער כלב אדאלף היטלער ימ''ש האט יארן לאנג געהעצט די וועלט מיט ראסיזם בדיבור. און די נאכפאלגן זענען געווען אז 6 מיליאן אידן זענען פארברענט אויף אש. אין רעזולטאט איז דער וועלט געווארן מער סענסעטיוו צו ראסיזם בדיבור. די וועלט איז געווארן באוויסטזיניג אז מיט ווערטער קען מען ווירקליך הרג'נען מענטשן!
ראסיזם במחשבה איז פילייכט נישט פון די שיינע זיטן מיט וועלכע א אנטשטענדיגער מענטש זאל שטאלצירן דערמיט. אבער זיך צו באנוצן מיטן טערמין פון ראסיזם, צו פארפאלגן אנדערע מענטשן וואס האבן אן אנדערע מיינונג, און איינער איז פערצופאל א שווארצער און דער צווייטער א ווייסער, איז אויסשליסליך אבסורד... נעמליך, די גאנצע ראסיזם במחשבה איז דאך בלויז אסור אז ס'קען קומען צו ראסיזם בדיבור, און ראסיזם בדיבור איז דאך אויך בלויז אסור אז ס'קען צו ברענגן צו ראסיזם למעשה, וואס דאס איז שוין אין קעגנזאץ פון גלייכרעכטיקייט...

דער פאליציי אפיציר אין מינעאַפּאָליס האט ווארשיינליך פראקטערצירט ראסיזם במעשה, און דאס איז ניקסט עקסעפטבאר!
אלזא לאמיר זיך אלע ארויסלאזן אויף די גאסן, און רויבן און פלינדערן און דורכפירן געוואלטאטען, שלאגן פאליציי און ווארפן שטיינער און פלעשער אויף אומשולדיגע פארבייגייער, ווארום בלויז דאס וועט באשיינפערליך לינדערן די אומהויערע פיין פון די שוידערליכער ראסיזם במעשה וואס איז אנגעבליך באגאנגן געווארן. (ווער ווייסט דען? פילייכט איז דער אפיציר שאוועין גארנישט געווען קיין ראסיסט, נאר א פאלנער סאדיסט?) ווי אזוי ס'זאל נאר נישט זיין, דער איינציגסטער רעאקציע איז בלויז רויבן און פלינדערן, און זייען כאאס. דאס איז די געדאנקנגאנג פון אונזער שווארצע ברודער און שוועסטער, אז איר פארשטייט אנדערש? זענט איך ווארשיינליך א וויסטער ראסיסט, און איר זענט חייב מיתה...

כרם זית » פרייטאג יוני 5, 2020 1:16 pm

· #450617
אמעריקא לייד פון די בלעק און די בלאו.
מקען זאגן אז אינז האמער אן ערנסטן בלעק ענד בלאו מארק.

שמעי' » פרייטאג יוני 5, 2020 1:51 pm

· #450623
Re: טייערע שווארצע ברודער, וועקט אייך אויף.
מ'זעט יעצט אז ס'דא גאר אסאך סעלף העיטינג און א.ט.ד. ניגעס אויף דעי מארקעט.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

ליב צו וויסן » פרייטאג יוני 5, 2020 2:51 pm

· #450645
mevakesh


דאכט זיך אז עס איז איבעריג צו זאגן אז ווען איך פרעג די פראגע דא ווען איז געווען דאס ערשטע מאל פאליציי האט געציהלט מיט א ביקס אויף אייך וועט קוים זיין איינער וואס וועט האבן עפעס צו דערציילן


דאכט זיך אז עס איז איבעריג צו זאגן אז ווען איך פרעג די פראגע דא ווען איז געווען דאס ערשטע מאל וואס דו האסט געהערט א איד האט געצילט מיט א ביקס אויף די פאליציי וועט קיינער נישט קענען דערציילן

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 5, 2020 4:50 pm

· #450658
אויף מיר האט מען שוין 2 מאל אין מיין לעבן געציהלט מיט א גאן. אן אנטיסעמיטישער ברינקס גארד. וועלכער האט עס לכאורה געטון אלס..."זשאוק"...!

אן אנדערס מאל האט א דזשעיל גארד ( א שחור) ארויסגענומען א גאן אויף מיר (און נישט אינגאנצן געציהלט) אין דאונטאון ברוקלין, איבער א פארקינג ספאט...!

שמעקעדיג » מוצ"ש יוני 6, 2020 10:38 pm

· #450673
רביה''ק זי''ע
ס'איז זייער פשוט, רוב שווארצע זענען ווילדע מענטשן, רעדן הויעך און מיט אסאך האנט באוועגונגען, ווען אימער איך גיי פארביי א גרופע שווארצע איגנטליכע כאפט מיר א ציטער. פארגלייך זיי צו די אזיאנער, אדער ווי מ'רופט זיין אין ב"פ "טשייניז", א רואיגע באשיידן פאלק, הערסט נישט פון זיי קיין הויעך ווארט, קוים וואס מ'מערקט זיי אן. אן אנדערע גרופע וואס וואוינט בשכנות פון אונז זענען די מעקסיקאנער, זיי צוצקען טאקע נאך פרויען און געוויסע פארן ארום מיט קארס וואס באמבערט מוזיק, אבער אויסער דעם זענען זיי אויך א רואיג סאליד פאלק. און די ליסטע גייט ווייטער און ווייטער.

איך לייג צו איין ווארט.

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש יוני 6, 2020 11:01 pm

· #450674
אז דו פאררעכסט שוין יא, לייג שוין צו דעם "רוב" צו די אנדערע גרופעס אויך...

אגב, איך גלייב נישט אז די שווארצע זענען בעצם ווילדע מענטשן, ס'איז פשוט די קולטור און די חינוך ביי זיי צו זיין badass. פאר עפעס א סיבה האבן די טאן-געבער ביי זיי אפגעמאכט אז דאס וועט זיי ברעמגען דאס גליק, קען טאקע זיין אז ס'ארבעט זיך אויס גוט פאר זיי, ס'האט אבער נאכפאלגן.

חוקר ודורש » זונטאג יוני 7, 2020 8:44 pm

· #450796
קאך לעפל: קענסט מיך מסביר זיין פארוואס פרעזידענט טראמפ קען נישט ארויסזאגן מיט זיין מויל אדער שרייבען אויף טוויטער די ווערטער
״בלעק לייווס מעטער״?

ליב צו וויסן » זונטאג יוני 7, 2020 9:20 pm

· #450808
חוקר ודורש
חוקר ודורש: קענסט מיך מסביר זיין פארוואס פרעזידענט אבאמא קען נישט ארויסזאגן מיט זיין מויל אדער שרייבען אויף טוויטער די ווערטער
״[b]אלל לייווס מעטער״?
[/b]

ליב צו וויסן » זונטאג יוני 7, 2020 9:37 pm

· #450809
וואס באדייט די סלאגאן בלעק לייווס מעטער בכלל? איינער (אין רעגירונג) זאגט דען אז נישט? ס'איז סתם פראפאגאנדע דורך... און... צו וועלן אנשמירן א נאסע ליילעך אויף אמעריקאנער ווי כאילו שווארצע לעבנס גייט זיי נישט אן..

פאקט: פיל מער פאליציי ווערן געשאסן דורך שווארצע, ווי אום באוואפנטע שווארצע ווערן געשאסן דורך פאליציי

פאקט: כאטש וואס שווארצע זענען בלויז ארום 15% פון די פאפולאציע מאכן זיי אויס ארום האלב פון אמעריקאנע מערדער

פאקט: אין די צייט וואס די פראטעסטירער דרייען איבער אמעריקע זענען שוין אום צאליגע שווארצע געהארגעט געווארן דורך זייערער אייגענע ברודער

פאקט: בכלליות גייט פאר אין די איננער סיטיס א שלאכט פעלד ווי שווארצע ווערן כסדר געהארגעט דורך שווארצע און דאן עקזיסטירט נישט קיין Black live matter

פאקט: ווען שווארצע האבן געהארגעט עטליכע אידן און נאכאנאנד אטאקירט אידן אין ברוקלין איז נישט געווען קיין פראטעסטן דורך די "פראגרעסיוון" אז Jewish lives matter

סוף פסוק: די פראטעסטירער מיינען וואס זיי מיינען.. אבער קום מיר נישט איינרעדן אז ס'אינטערסירט זיי Humanity דא.

לייבל שטילער » מאנטאג יוני 8, 2020 10:13 am

· #450848
הרב ליב צו וויסן: לו יהא אזוי ווי דו זאגסט, איז אבער ווער שולדיג דערין? דו ביזט אויך נישט געווארן א מנומס פון איין טאג צום צווייטן, אפאר טויזנט יאר ציווילעזאציע-עוועלוציע האט דיך אויסגעמענטשלט צו אנקומען צו די יעצטיגע פיליי"ט ווייסער - מיט די פאלשע שמייכל - שטאנד, און וואס האסטו געטוען מיט די שווארצע במשך דיין לאנגע דזשורני? אונטערדרוקט! ניין, נישט אונטערדרוקט, פארקנעכט! אפאר הונדערט יאר פון קנעכטשאפט האט אפגעטוען דאס זייניגע, און יעצט דארפן מיר זיי העלפן ארויסקומען פון זייער נ' שערי.... ווייל מיר האבן זיי דארט אריינגעלייגט. כאטש אביסל מיטגעפיהל. "לא תתעמר בה תחת אשר עניתה"

ליב צו וויסן » מאנטאג יוני 8, 2020 2:11 pm

· #450865
לייבל שטילער
הרב ליב צו וויסן: לו יהא אזוי ווי דו זאגסט, איז אבער ווער שולדיג דערין? דו ביזט אויך נישט געווארן א מנומס פון איין טאג צום צווייטן, אפאר טויזנט יאר ציווילעזאציע-עוועלוציע האט דיך אויסגעמענטשלט צו אנקומען צו די יעצטיגע פיליי"ט ווייסער - מיט די פאלשע שמייכל - שטאנד, און וואס האסטו געטוען מיט די שווארצע במשך דיין לאנגע דזשורני? אונטערדרוקט! ניין, נישט אונטערדרוקט, פארקנעכט! אפאר הונדערט יאר פון קנעכטשאפט האט אפגעטוען דאס זייניגע, און יעצט דארפן מיר זיי העלפן ארויסקומען פון זייער נ' שערי.... ווייל מיר האבן זיי דארט אריינגעלייגט. כאטש אביסל מיטגעפיהל. "לא תתעמר בה תחת אשר עניתה"



-"איך" ווי אויך די וויקטימס פון זייערע ראיאטן האבן קיינעם פארקנעכטעט (ווי ווייט איך ווייס..)

-העלפן שווארצע זיך שטעלן אויף די פיס? אדרבה ואדרבה!! ווייז נאר ביטע צו וועלכע פון די פאלגענדע פארשלאגן איז די בעסטע וועג זיי צו העלפן..

אפשר דורכן פרעדיגן צו זייערע אינגע מוחות אז די ווייסע זענען שילדיג פאר אלע זייערע פראבלעמען?

אפשר דורכן באזייטיגן די אלע וואס ווילן באמת טוישן זייער קולטור דורך זיי לעיבלען אלס ראסיסטן (ווייסע) אדער אנקל טאם (שווארצע)?

אפשר דורכן זעהן אז שווארצע קרימינאלן זאלן זיך דרייען פראנק און פריי צווישן די שווארצע באפעלקערונג און מארדן וועם זיי ווילן? (Abolish the Police)

אפשר דורכן זעהן אז א שווארצער וואס ווערט געבוירן אין די איננער סיטי זאל נאר האבן די מעגליכקייט פון ווערן עדוקעיטעד אין די געלונגענע פאבליק סקולס?

אפשר דורכן פרעדיגן די געוואלדיקייט, און גיבן ווי מער צוקערלעך פאר סינגל מאמ'ס אזוי ס'זאל זיין גאר געשמאק צו דיווארסן און אויפהאדעווען אינגלעך אן קיין טאטע? (וואס די תוצאות זענען פארשטענדלעך)

אדער אפשר גאר דורכן זיי גיבן ווי מער פראגראמען און זיכער מאכן אז ס'לוינט נישט אראפצוגיין פון זיי און ווערן א לייט?

אויב דיזע פארשלאגן געפעלן דיר נישט דאן ביסטו לויט די "פראגרעסיווע" פראטעסטירער א ראסיסט.

איך בין גערן גרייט צו העלפן שווארצע זיך ארויס זעהן פון זייער מצב, זאג נאר פונקטליך וויפיל טארגעטס איך ברויך באגאנבענען דערפאר..

ערנסט גערעדט, די שווארצע געמיינדע מוטשעט זיך שרעקליך, די איינציגסטע וועג ארויס פאר זיי איז א קולטור פון Individual responsibility, ווילאנג דאס וועט נישט פאסירן וועלן זייערע ליידן אנהאלטן (יא יא גענוי ווי די באקאנטע כח היחיד מאוומענט וואס קען "אונז" אזוי צוניץ קומען).

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 8, 2020 2:39 pm

· #450872
ליב צו וויסן: לויט מיין מיינונג איז די גרעסטע, לאנג טערמיניגע פראבלעם ביי די שווארצע אלס קאמיוניטי דער פאקט אז זיי האבן פאלשע פיהרערס. אזוי ווי דזשעסי דזשעקסאן און אל שארפטאן. איך רעד דאך שוין נישט פון דעם קרימינאלן אנטיסעמיט און וויסטער שונא ישראל און רוצח פארראקהאן, ימ"ש.

אט די פיהרערס טוען נישט מוטיגן די שווארצע יוגנט אז זיי זאללן זיך באפלייסן אין סקול און קענען צוקומען צו גוטע דזשאבס, אז זיי זאלן זיך קענען ארויפארבעטן עקאנאמיש .

ס'איז יא דא א געוויסע שטרעמונג צווישן די אפריקאנער אמעריקאנער באפעלקערונג. (עטליכע רעוורענדס וועלכע פיהרן אן מיט קלענערע קאנגרעגעישן'ס.) אז די יוגנט זאלל גיין געהעריג אין סקול און לערנען. זיי זענען אבער א מיעוטא ד'מיעוטא. ספעציעל ווען די גרויסע נייעס נעטווארקס געבן זיי נישט קיין פלאטפארמע אדער א שטימע. זיי טוען ענדערש מוטיגן די העצערס און רעוואלוציאנערן צווישן די באפעלקערונג. און זיי געבן פאר א יעדן שארלאטאן און דעמאגאג אזוי ווי שארפטאן א פלאטפארם. די איינציגע ראולל מאדעללס וואס די יוגנטליכע אין זייערע באוואוינטע געגנטן האבן זענען די דראג דילערס און אנדערע קרימינאללן.

די שווארצע באפעלקערונג האט יא געהאט איינעם א גוטן פיהרער וואס ער האט געוואלט אויסמענטשלען דעם המון עם און ארויפברענגען זיי אויפ'ן דרך הישר. ער האטציך גערופן ..."מאלקאלם עקס"...ער איז געווען א געלונגענער מענטש. (און נישט קיין שונא ישראל)ער איז אויך אויפגעוואקסן אין ארעמקייט אין די געטאס. און ער איז געווען ארומגענומען מיט די געוויינליכע קרימינאללן ווי דראג דילערס וכדומה. און ער איז געגאנגען אין סקול און קאלידזש.
נאר דער גרויסער רוצח און שונא ישראל פארראקהאן ימ"ש האט געשיקט שווארצע רוצחים אז זיי זאללן איהם אומברענגען...!