Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!
אלפא #עטליכע פאקטן דארפן ווערן ארויסגעהויבן:berlbalaguleh #איך גיי נישט איבערגיין דא אלע ארגומענטן וואס די דאקומענטרי און קאלמאן האדזשעס טענה'ן, זיכער גיי איך נישט אויסלייגן אדער ענטפערן אלע קארטלעך פון רעדלי באלקא.אין ניו יארק איז מיט בערך זיבן יאר צוריק געווען אן ענליכע פאל, וואו אן אפריקאנער-אמעריקאנער "פארברעכער" האט רעזיסטעד צו ווערן ארעסטירט. זיין חטא איז געווען אז ער איז געגאנגען קאמפעטישן מיט א סטאר וואס פארקויפט ציגארעטלעך, וואס דער אייגנטימער איז אויך געווען פון זיין ראסע. ער האט גערופן די פאליס, ווייל יענער האט פארקויפט "לוסי'ס", איינציגע ציגארעטלעך פאר א דאללער פארנט פון זיין געשעפט. ווען פאליס איז געקומען האבן זיי געשיקט א "קליינטשיגן" געוואקסענעם פאליס פון איטאליענער אפשטאם, ער איז געווען א הויכער, העכער זעקס פוס. ווען ער האט זיך נישט געוואלט אונטערגעבן האט דער פאליסמאן איהם מיט כח אראפגעווארפן צו די ערד. ער האט די גאנצע צייט געשריגן אז ער קען נישט אטעמען, ווייל ער איז געווען חולה קראנק מיט אסטמא און הארץ פעלער און אנדערע מחלות. דער פאליס האט איהם נישט אויסגעהערט נאר אנגעהאלטן פעסט ביים האלז ביז ער האט אויסגעהויכט זיין נשמה. דארט האט דער פאליס און זיין לויער גע'טענה'ט אז דאס איז געווען א טייל פון זיין טרעינינג, און ער איז געשטארבן פון אנדערע געזונטהייטס סיבות. נאר ס'האט איהם גארנישט געהאלפן, מ'האט איהם געפייערט. איך געדענק שוין נישט אויב ער איז געגאנגען זיצן אויך.
אזוי פיל יא, קאלמאן איז נישטא צו טענה'ן די אומשולד פון דערעק שאווין, און אויב ער וואלט - וואלט זיין בורדען אוו פרוף געווען זייער הויך, ער וויל נאר ארויסברענגען די ספיקות אין די קעיס וועלכע שטעלן 'ריזנאבל דאוט' צום אורטייל, און וויבאלד געוויסע זאכן זענען ניטאמאל אויפגעברענגט געווארן פארן דזשורי בשעתו וויל ער שטעלן די פראצעס אונטער פראגע צייכן, (ווי צום ביישפיל די פאקט אז ער איז געווארן טרענירט אזוי (ריכטיג אדער אומריכטיג) און אז ער האט עס יא געטון לויט די פארשריפטן, די טעאריעס אז ער איז נישט געשטארבן פון דערעק'ס פוס אדער פון ווייניג לופט, וכו').
באלקא - מיט זיין גרינטליכע אנאליז - לייגט נאכאלץ אראפ א שיינע צאל הנחות בדרך צו פעסטשטעלן זיין צד - און הגם מ'קען טענה'ן אז עס איז זייער מסתבר וואס ער זאגט - איז עס אבער נישט סופישענט אנקעגן 'ריזנאבל דאוט', און דאס איז וואס קאלמאן מערקט אויף..
ערשטנס.דא קען זיין ריזאנעבל דאוט. נאר אויך דער פוס פון דערעק שאווין אויף דעם גענאק פון פלויד איז געווען א קאנטריביוטינג פאקטאר צו זיין טויט. אפשר די מערסטע און גרעסטע גורם איז געווען אז די אקסידזשען פייפ איז נישט געווען באהאפטן פאר א פאר קריטישע מינוטן צו דעם טענק.
אויך: ס'איז בלי שום ספק אז די מידיא פארדרייט און איז נישט אינטרעסירט צו ארויסברענגען דעם אמת. ס'זענען דא צענדליגער ביישפילן. למשל ביי די רייאטס אין לאס אנדזשעלעס. אויך ביי די ראיאט אין קרוין הייטס אין יאר 1991. האט די מידיע פארהוילן געוויסע קריטישע פאקטן און ארויסגעהויבן אנדערע, נישט ריכטיגע און האלב אמת'ע פאקטן.
ווער ס'געדענקט אז אין אנהייב פון די נייעס באריכטן איז געווען א קליפ ווי א קליינע קאר געטריבן דורך א שווארצן האט אריינגעקראכט אין די קאר פון מר. ליפש דער אידישער דרייווער. און האט איהם ארויפגעשטופט אויפ'ן סיידוואק וואס דאס האט גורם געווען דעם טויט פון דעם אפריקאנער שגץ'ל. נאר אין די שפעטער'דיגע באריכטן האבן עס די נייעס סטאנציעס אויסגעמעקט.