☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #13864

אשכול אן א טיטל #13864

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13864

— » מאנטאג מאי 25, 2020 5:51 am

· #449554

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

הקטן » מאנטאג מאי 25, 2020 9:46 am

· #449559
מאך זיכער

עס איז פארהאן א געזעץ, די געזעץ האבן נישט די נ.י.פ.ד. אפיצירן געשטעלט, דאס קומט פון העכערע פענסטער, זיי זענען דא אויסצופירן זייער ארבעט, בסך הכל ס'זעלביגע וואס דו פארלאנגסט יעצט פון די אינסטאנצן אז מען זאל דיר לאזן, און ווען זיי קומען איז דא א וועג וויאזוי מען פירט זיך אויף טראץ וואס מען וויל נישט פאלגן, און דער וועג איז נישט דורכן שרייען אויף אידיש אז 'ווילאנג זיי זענען דא זאל מען טראגן א מאסקע' ווייל דער אלטער אזיאטישער מארמאראשער וועג פונקציאנירט שוין נישט מער.
...
(געשריבן אן קיין ישוב הדעת אונטער גרויס כעס...)

Civil disobedience

ווען דיינע רעכטען ווערן פארלעצט איז דא א מהלך וואס די לינקע און טריפהנע ליבעראלס פרעדיגען שוין יארן, און מיט שטאלץ!

איך גיי נישט אריין צי די געזעץ איז בכלל ליגאל, צי ס'האט א האפט צי נישט . (די סופרים קארט וועט דאס נאך דיבעטען פאר יארן)

געזעץ איז בכלל נישט די לעצעטע ווארט און די היינטיגע סיוועלייזט וועלט
געזעץ איז נאך פארבליבען פין די צייט וואס דער מושל האט געוועלטיגט אויף די המון
עקזעקטיוו ארדערס פין דעם אדער פין יענעם - קיינער פין זיי זענען נישט קיין קעניג!

איז דאס א מהלך פאר דעם עם לבדד ישכון?
וואס יא וואס נישט...
שרייען אויף אידיש אז 'ווילאנג זיי זענען דא זאל מען טראגן א מאסקע' כדי נישט צי באקימען א טיקעט- גרעניץ זיך מיט התגרות באומות!! - ווער ווייסט??

@מאך זיכער האט זיכער א גאנג... מיט וואס ער איז זיכער...

curtis-sliwa-defies-de-blasio-swim-ban-in-front-of-parks-cops
איים סארי, אויך א רעכטער משוגענער

במדבר » מאנטאג מאי 25, 2020 10:19 am

· #449562
@הקטן: לאמיר זיך נישט נארן! די בחורים אינטרעסירט נישט קיין צווילע רעכטן (ניטאמאל ווייסן זיי איר באדייט), ס'קימט אין גרעסטן טייל צוליב: עקזיסטענציאלע ליידיקייט, ''איסתרא בלגינא קיש קיש קריא'' (וואס גראדע איז די רעגירונג היפש שולדיג דערין - איך האף נאר אז זיי וועלן דאס זעהן ווי א פראטעסט פאר א בעסערע חינוך)

אנדערש איז אבער ווען אנדערע מינאריטעטען פראטעסטירן: הגם ס'קען זיין ווילדער און היציגער, אבער כאטשיג שרייען זיי אז זייער ציל איז: פרייהייט, גלייך-בארעכטיקייט, אינעקוואלעטי, וכו' זענען זייערע מאטיווען ריכטיג?! איך ווייס נישט, אבער אין די ענדע הערטס זיך א געשריי פאר עפעס וואס מיר אלע שטרעבן דערצו.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 25, 2020 10:34 am

· #449564
עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן ווען מיר ווערן גוים און ווען נישט. ציווילע אומהארכשאפט איז א גויישע ווירדע, ווי אויך דער אמעריקאנער מושג פון ליבערטי. אז אידן גיין, מיט א טראגע און שפראך פון אידן, און זענען מוחה פאר 'ליבערטי', איז עס א שאנדע. און מיין נישט אז דער גוי וואס איז פונקט מיט דיר יעצט שעצט דיר דערפאר. דער לינקע האט דיר זיכער פיינט דערפאר, און דער רעכטער נוצט דיר אויס. קיין פינגער אין קאלט וואסער וועט ער נישט אריין לייגן פאר דיר.

דער תורה לייגט נישט ליבערטי פאר אן אויבער-ווירדע, ווי אויך נישט ציווילע אומהארכשאפט. מיר לעבן אין א ציבור, און ציבורישע זאכן מוזן געפירט ווערן דורך דער ציבור, אפילו ווען זיי זענען נישט גערעכט. עס איז דא וואלן ווי אויך אנדערע וועגן אפצושטעלן זייער גרייזן, און עס וועט נישט פאסירן איבערנאכט. אבער דאס קעמפפן מיט הענט און שרייעריי איז נישט אין פלאטץ. און פון א אידישע שטאנדפונקט, אפילו פאר וויכטיגע צוועקן פון תורה ומצוות, איז עס נישט מותר זיך צו פירן ווילד, ווייל דאס מאכט א קנין בנפשו פון ווילדקייט, כמבואר בפוסקים.

אלזא, די ערשיינונג (לויט ווי עס איז געשטאנן אין די נייעס אימעיל וואס איך האב היינט באקומן פון דער JP, איך ווייס נישט ערשטהאנטיג וואס איז דארט געשען) מוז פארדאמט ווערן דורך יעדער רעכטדענקיגע מענטש וואס שפירט אן אחריות פאר זיין ברידער אידן אין ברוקלין.

הקטן » מאנטאג מאי 25, 2020 1:37 pm

· #449573
במדבר
@הקטן: לאמיר זיך נישט נארן! די בחורים אינטרעסירט נישט קיין צווילע רעכטן (ניטאמאל ווייסן זיי איר באדייט)

העלף מיר פארשטיין, פארוואס זאל אויספעלען צי וויסען די נאמען "צווילע רעכטן" אדער "ליבערטי" וכו' צי בארעכטיגן ביי דיר סיוועל דיסעבידיענס?

אויב פייט איך פאר א צווייטע זאך וואס איז פין מיינע ווירדען, למשל די רעכט פין בהמות אדער פין די וואלקן, בין איך נישט בארעכטיגט ?!?
איך דארף זיך קודם דארך שמיסען מיט מל"ק?

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 25, 2020 2:33 pm

· #449576
במדבר
@הקטן: לאמיר זיך נישט נארן! די בחורים אינטרעסירט נישט קיין צווילע רעכטן (ניטאמאל ווייסן זיי איר באדייט), ס'קימט אין גרעסטן טייל צוליב: עקזיסטענציאלע ליידיקייט, ''איסתרא בלגינא קיש קיש קריא'' (וואס גראדע איז די רעגירונג היפש שולדיג דערין - איך האף נאר אז זיי וועלן דאס זעהן ווי א פראטעסט פאר א בעסערע חינוך)

אנדערש איז אבער ווען אנדערע מינאריטעטען פראטעסטירן: הגם ס'קען זיין ווילדער און היציגער, אבער כאטשיג שרייען זיי אז זייער ציל איז: פרייהייט, גלייך-בארעכטיקייט, אינעקוואלעטי, וכו' איז זייער מאטיוו ריכטיג?! איך ווייס נישט, אבער אין די ענדע הערטס זיך א געשריי פאר עפעס וואס מיר אלע שטרעבן דערצו.

במדבר: דא ווירקט אן אנדער עלעמענט ווען מיר פארגלייכן די פראטעסטן פון אידן מיט אנדערע מינאריטעטען. ס'איז אזוי ווי איינער פון די וועלט'ס גרעסטע רוצחים, סטאלין אדער היטלער, ימ"ש האטציך אמאל אויסגעדרוקט. ווען מ'האט איהם געזאגט אז דער פויפסט האט פראטעסטירט. האט ער געפרעגט (רעטאריש)..."וויפיהל (מיליטערישע) דיוויזיעס האט דער פויפסט?...! אונז קענען אויך פרעגן די זעלבע פראגע . וויפיהל טויזנטער חיות קענען מיר ארויסברענגען איבערצודרייען און פארברענען די שטאט...?! אבער די אומשולדיגע שעפעלעך פון די אזוי גערופענע מיינאריטיס קענען דאס יא באווייזן...!

במדבר » מאנטאג מאי 25, 2020 4:08 pm

· #449583
berlbalaguleh

ווייל מיר זענען דעמאגראפיש קלענער, מאכטס עס אינז נישט ווייניגער געפארפול, עס איז די אידיאלען (אויב מ'קען אזוי ריפען רעאקציעס?!) וואס ברענגט אינז אימפארשטענדליכע פראבלעמען ווי אימער מיר געפינען זיך.
נאר פשוט דארט ווי מיר זענען א מיעוט מאכן מיר ווייניגער קאפווייטאג, און דארט ווי מיר האבן זיך מפרה ומרביץ געווען זענען אינזערע מוטשענישן מיטגעוואקסן, ס'געניג צו קוקען אויף מדינת ישראל ווי מיר זענען א באדייטענטע פראצענט פון די באפעלקערונג, און מיר שטעלן שוין איצטער א געפאר: בעיקר עקענאמיש אבער אויך פאר איר זיכערהייט.
א געזעלשאפט וואס שעצט נישט ''געזעץ'', באגייט קודם פארברעכענס מיט אירע אייגענע מיטגעלידער, און נאכדעם טוט עס זיך נאטירלעך דערקייקלען צו פרעמדע: צווילע אדער רעגירונגס איינגעשטעלטע.

פאליטיקאנט » מאנטאג מאי 25, 2020 4:33 pm

· #449596
@ליטוואק פון בודאפעסט איך פארדאם אויך די נעכטיגע אויפפירונג, און עגרי אז לא זו הדרך.
אבער לגבי וואס די האסט געשריבן:

ליטוואק פון בודאפעסט
מיר לעבן אין א ציבור, און ציבורישע זאכן מוזן געפירט ווערן דורך דער ציבור, אפילו ווען זיי זענען נישט גערעכט. עס איז דא וואלן ווי אויך אנדערע וועגן אפצושטעלן זייער גרייזן, און עס וועט נישט פאסירן איבערנאכט. אבער דאס קעמפפן מיט הענט און שרייעריי איז נישט אין פלאטץ.

ווען עס האנדלט זיך מיט אונזער עקאנאמיע און ביזנעסער ליידן די לעצטע דריי חדשים געפערליך, א שיינע פאר ביזנעסער זענען שוין באנקראט, און מ'הערט נישט קיין ווארט אז אונזערע פארטרעטער זאלן זיך אננעמען פאר אונז, - און דאס אלעס בעת די גרויסע געשעפטן פירן זיך כאילו לא היה און פארכאפן די גאנצע ביזנעס מארקעט! - און פאר אונז ברוקלינער איינוואינער זעט אויס ווי די סכנה פונעם ווירוס איז שוין לאנג פאראיבער (עכ"פ מאסן אנטיבאדי טעסטינג וואלט שוין געמעקט פארקומען, און החלטות געמאכט געבויט אויף דעם).

דאן קען מען נישט ווארטן פאר "וואלן אדער אנדערע וועגן", עס דארף יא פאסירן זאכן איבערנאכט!
(און דאס אלעס נאכדערצו ווען די עולם האלט אז פאליטיק שפילט א שטארקע ראלע).

שרייען אויף אומשולדיגע פאליציאנטן - ניין!

עפענען ביזנעסער ברעכנדיג די עקזעקיוטיוו ארדער - יא!

עס נעמען אין געריכט - יא, אבער דאס וועט נעמען צו לאנג!

ליב צו וויסן » מאנטאג מאי 25, 2020 7:51 pm

· #449615
איך קען נישט פארשטיין דיין אויסברוך אויף די שרייער, כ'האב געזעהן מערערע ווידעאויס דערפון און זיי פירן זיך בכלל נישט ערגער ווי סיי וועלכע אומה ולשון!
איך בין Fully מיט דיר אז אונזער חינוך סיסטעם איז פארפוילט אבער "נישט דא" זעהט זיך עס אן.. אדרבה ווייז מיר סיי וועלכע מינאריטעט וואס פראטעסטירט אן די מינדסטע Violence..

הקטן » מאנטאג מאי 25, 2020 9:55 pm

· #449625
ליב צו וויסן
איך קען נישט פארשטיין דיין אויסברוך אויף די שרייער, כ'האב געזעהן מערערע ווידעאויס דערפון און זיי פירן זיך בכלל נישט ערגער ווי סיי וועלכע אומה ולשון!

איך האב נישט געזען קיין איין ווידעא, אבער וואס זאל איך דיר זאגן, ס'דא א קלא דלא פסיק, נישט מער און נישט ווייניגער, מען האט געשריגן 'ווילאנג זיי זענען דא זאל מען טראגן א מאסקע' !!! 'ווילאנג זיי זענען דא זאל מען טראגן א מאסקע' !!!
און דאס האט מען געשריגן אויף די פאליציי, און נישט סתם געשריגן נאר גאר אויף.. אויף.. אידיש!!!
וואו איז שייך מער וויילענס פין דעם!!
ועל זה יצא הקצף!!!

דיסקלעמער: בלעם מיך נישט! ווייל איך בין און כעס! און איך נעם לייסענס צי בארעדן א יעדעם איינעם.

וואלווי » דינסטאג מאי 26, 2020 4:04 am

· #449639
הקטן

איך האב נישט געזען קיין איין ווידעא, אבער...

הייסט עס, האסט טאקע נישט געזעהן. נאר...

אישתישבי » דינסטאג מאי 26, 2020 11:46 am

· #449656
זעהנדיג די ווידיאס קען מען זעהן ווי אידן פירען זיך איידל און שיין אפילו בעת צערם לעומת די גוים וואס צינדען קארס און הרג'נען מענטשן.

גארנישט שלעכט מיט שרייען אביסעל בקול רם.

איך זאג נישט אז דער מהלך איז דער ריכטיגער, אבער דער קריטיק אז מען פירט זיך ווי א חברה פראים איז הויך איבערגעטריבן.

הקטן » דינסטאג מאי 26, 2020 11:51 am

· #449658
וואלווי
הקטן

איך האב נישט געזען קיין איין ווידעא, אבער...

הייסט עס, האסט טאקע נישט געזעהן. נאר...

פארוואס זאל איך נישט גלייבן מאך זיכער?

מאך זיכער

עס איז פארהאן א געזעץ, די געזעץ האבן נישט די נ.י.פ.ד. אפיצירן געשטעלט, דאס קומט פון העכערע פענסטער, זיי זענען דא אויסצופירן זייער ארבעט, בסך הכל ס'זעלביגע וואס דו פארלאנגסט יעצט פון די אינסטאנצן אז מען זאל דיר לאזן, און ווען זיי קומען איז דא א וועג וויאזוי מען פירט זיך אויף טראץ וואס מען וויל נישט פאלגן, און דער וועג איז נישט דורכן שרייען אויף אידיש אז 'ווילאנג זיי זענען דא זאל מען טראגן א מאסקע' ווייל דער אלטער אזיאטישער מארמאראשער וועג פונקציאנירט שוין נישט מער.

ברודער טייערער, טראמפ איז דער פרעזידענט אבער ער איז נישט קיין קעניג, וואוינסט אין ניו יארק און דו וועסט זיך צושטעלן ווי יעדער בירגער

(געשריבן אן קיין ישוב הדעת אונטער גרויס כעס, ביטע כאפט מיר נישט אויפן ווארט...)

ב.ד.וו ס'קוקט אויס אז מאך זיכער איז שוין נישט אזוי זיכער אז "געזעץ" איז איבער אלס
מאך זיכער
איך זעה נישט פונקטליך וואו אייער תגובה קומט דא אריין, די ארטיקל איז נישט געוואנדן צו די וועלכע האבן געעפנט די געשעפטן נאר צו די וועלכע האבן נאכגעשריגן די פאליציי.

מפיל קינד » דינסטאג מאי 26, 2020 1:38 pm

· #449666
מאך זיכער
100% מיין בארבער איז יעצט אוועקגעגאנגען פון מיין הויז און ער האט מיר געזאגט אז פון פורים מאכט ער שוין נישט קיין געלט און לויט ווי עס זעט אויס וועט ער מער נישט קענען אנגיין נאך קאראנע מיט זיין שאפ.

מיט דעם אלעם איז נישט מעגליך צו בארעכטיגן די ווילדע שריט וואס די יונגווארג אין ברוקלין האבן גענומען.

וועלכע ווילדע שריט? זיך עפענען דאס מויל און נוצן קאנסטיטוציע רעכטן? דאס איז שוין אויך נישט בארעכטיגט?

ס'איז טאקע נישט איידל און נישט אידישליך, אבער אויב אזוי פירט מען זיך אויף לעגאלערהייט נאך 3 חדשים נישט זיין אין חדר/שולע, ניטאמאל אנליין דורך זום וכדו', איז עס א קידוש ה'. מען קען זען אויף די פאליציי פנימ'ער אז זיי נעמען עס אן נארמאל און פארשטענדליך. עס איז לעגאל און נארמאל.

אשריך ישראל!