א רייזע ארום די וועלט מיט גוגל
מיט די היינטיגע טעכנעלאגיע איז אלעס מעגליך. אקעי, נישט "אלעס", כמעט אלעס. גוגלהאט גענומען אן אלטע טעכנעלאגיע (פאטאגראפיע), און מיט אביסל קונצליכע פראגראמען האבן זיי צוזאם געשטעלט א מעכטיגע פראדוקט, ויקרא שמה בישראל "גוגל מעפס סטריט וויו". איר קענט היינט באזוכן אין טויזענטע פלעצער ארום די וועלט און זיך נישט אויפשטעלן פון אייער באקוועמען בענקל אינדערהיים. די פראבלעם איז נאר אז מיט אזויפיל טויזענטע פלעצער, ווייסט איר ניטאמאל ווי אנצוהייבן זוכן. דערפאר, לאמיך אייך נעמען אויף א רייזע ארום די וועלט. איך וועל אי"ה ארויפשטעלן יעדע שטיק צייט נאך לאקאציעס ווי איר קענט באזוכן מיט גוגל מעפס, פארשטייט זיך אז איך וועל צולייגן נאך אסאך אינפארמאציע איבער דעם פלאץ אזוי אז איר זאלט זיך פארשפארן די צייט פון גוגלן און טרעפן די אלע אינפארמאציע.
מיר וועלן אנהייבן מיט א היסטארישען לאקאציע: די קאלוסיום אין רוים, איטאליע.
ווען איר וועט דרוקן אויף דעם לינק, וועט איר זיך טרעפן אינעם קאלוסיום. איר קענט זיך ארום דרייען אין זען די גאנצע אינעוויינג פונעם קאלוסיום, און דערנאך זיך ווענדן צום טיר און ארום צירקלען די גאנצע קאלוסיום פון אינדרויסן (לינק צו סטריט וויו אינדרויסן). די קאליסיום איז איינע פון די מערסטע פאפולער טוריזם סייט אין איטאליע. מ'האט עס אנגעהויבן בויען אין יאר ג'תתלב, נישט מער ווי 4 יאר נאכן חורבן בית שני און א יאר בעפאר די פטירה פון רבי יוחנן בן זכאי. די קאלוסיום האט לויט אפשאצונגען געקענט אריינעמען א קיימא לן פון 50,000 מענטשן. אינעם קאלוסיום איז פארגעקומען די בארימטע י, ווי זיך שלאגן מיט בהמות און ענליכס. ליינט די אינטערעסאנטע ארטיקל אין וויקיפעדיע (ענגליש אדער עברית) איבערן קאלוסיום און איר אינטערעסאנטע היסטאריע. אזוי אויך קענט איר וואטשן דעם ווידעא, דעם ווידעא און אויך דעם ווידעא פון די היסטאריע טשענל איבערן קאלוסיום.
אז מיר זענען שוין אין איטאליע, וועלן מיר גיין באזוכן נאך ערגעץ: די מרחצאות אין קאראקאלאה, אין רוים, איטאליע. (לינק צו גוגל מעפס סטריט וויו)
דא האט איר א גייד אין ענגליש צו די בעדער. ליינט די וויקיפעדיע ארטיקלן, ענגליש און עברית.