פאליטיקאנטהוא תרץ והוא מקשה.
אז יעדער וועט לייקענען אן קיין חשבון וועט די ווערט פון לייקס אראפגיין.
קיין איין גרויסע פארום וואס איך ווייס האט נישט אזא אפציע צו קענען צוגעבן אן זיין אנגעשריבן.
כ'בין מסכים ס'וועט אראפגיין, אבער ס'האט א פונקט צו וויפיל ס'קען אראפגיין.
לאידך גיסא, איז זיכער אז ככל שיתרבו הלייקים וועט עס מוטיגן שרייבערס, אפילו אויב די ווערט פון יעדע לייק איז ווייניגער. די ריווח איז מער פונעם הפסד.
מ'קען עס שרייבן: געלייקט דורך: א, ב און ג און 10 געסט.
פונקט אזויווי די 'געזען געווארן' און די דאונלאודס רעכנט אויך געסט.