☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » ''מאכערייכע'' איר עטימעלאגיע און סעמענטיקס,

''מאכערייכע'' איר עטימעלאגיע און סעמענטיקס,

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13825

במדבר » דאנערשטאג מאי 14, 2020 4:03 pm

· #448614
''מאכערייכע'' איר עטימעלאגיע און סעמענטיקס,
האט איר שוין געהערט פון די ווארט ''מאכערייכע''?

די ווארט קימט מיר לעצטענס א'סך אנטקעגן (קען זיין אז איך האב דאס בלויז אויפגעכאפט אין מיינע פאמיליע רייען). די בערך'דיגע אפטייטש ווי ס'איז מיר משמע אין די קאנטעקסט ווי מ'ניצט איר איז: ס'טוט-זיך, ליהודים, ס'רידערט זיך,ששון'דיג, ס'לעבעדיג אין שטעטל, אד''ג. צב''ש: האסט געהערט! עפעס טוט זיך א ''מאכערייכע'' אין חצר איקס. אויף די סצענע פון א ''כאפצאם'' וועט איינער זאגן פאר זיין חבר: וואי! קוק אזא ''מאכערייכע''. יאכנע וועט זאגן פאר יענטע די ווייסט וואס ס'גייט פאר ביי דעוואשע'ן?! איך האב געהערט אז דארט איז דא א גאנצע ''מאכערייכע''...

אויב וויייסט איר מער, איבער די עטימעלאגיע און סעמענטיקס, פון ''מאכערייכע'', זייט ביטע בייהילפיג, א דאנק פון פאראויס.

פאליטיקאנט » פרייטאג מאי 15, 2020 4:17 am

· #448659
Re: ''מאכערייכע'' איר עטימעלאגיע און סעמענטיקס,
ס'הערט זיך ווי עס איז פשוט פארדרייט געווארן פון "מאכעריי"

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 15, 2020 4:34 am

· #448662
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: רוב מאל ווערט עס גענוצט איבער א געוויסן מצב. נישט א חפץ. ענליך צו .."סומאטוטכע"...!

החוקר » פרייטאג מאי 15, 2020 9:43 am

· #448673
Re: ''מאכערייכע'' איר עטימעלאגיע און סעמענטיקס,
פאליטיקאנט
ס'הערט זיך ווי עס איז פשוט פארדרייט געווארן פון "מאכעריי"
איך האב אייביג אויך אויסגעטייטשט אז עס קומט מלשון מאכעריי, מאכעריי'קע.

במדבר » דינסטאג מאי 19, 2020 2:22 pm

· #448993
[ציטאט אראפגענומען]


געטראפען אויף דער בלאג ''אין דער וועלט אריין''.
-----

א גרויסן דאנק אייך! צוגעהערט און א גרויסע הנאה געהאט. אגב, איז דאס ווארט "מאכערייקע" זינגערס א נעאלאגיזם אדער צי איז עס גאר אנגענומען אין "יידישיסטיש"?

איך קאן דאס ווארט "מאכערייקע" נאך פונדערהיים. עס פאסט צו פאר א לאנגער רשימה פארשידענע אגרעגאטן, אפאראטן, אינסטרומענטן, מאשינעריע וכדומה פארשינדענע מיני זאכענישן.
-----
@אנאנים קודם א דאנק,מיין פראגע איז אבער געווען דירעקט איבער די ווארט ''מאכערייכע''.