במדבראיך האלט שוין אן א סטראפ פון אכט און פערציג טעג, לערנענדיג אראביש אויף דואולינגו, האב איך געפינען דעי אראבישע אלף-בית ניגון זייער אינטערסאנט. (אוריאנטאליסטען עס ווארימט די הארץ)
https://www.youtube.com/watch?v=joaa_H3ejoM
קודם האב איך הנאה אז מיר וועלן האבן א ידיד וואס רעדט די שפראך, און אז איינער וועט בעדאָרפן פארהאנדלען מיט די חברה וועט זיין צו וועם זיך צו ווענדן...
און אויף די עצם א ב ניגון, די תנועה איז ענליך צו א גערע תנועה אויף כי איך אעלה אל אבי והנער איננו אתי... א חלק פון א יענקל תלמוד ניגון.
כ'האב געהאט א מחשבה אז די הרגש ביים לערנען א' ב' און ווער רעדט נאָך א הייליגער א' ב' ניגון, איז ווייל מיר לערנען דאך נישט קיין א' ב' צו קאָנען א שפראַך חלילה וחס.
מיר לערנען א' ב' אויף צו קאָנען לערנען תורה, צו קאָנען דאווענען, צו רעדן דברים שבקדושה און הייליגער זאכן...
מיר לערנען א' ב': די העיליגע אותיות פון די תורה מיט זעי מען רעדט, מיט זעי מען בעט, מיט זעי דינען מיר אונזער בורא [ווער געדענקט נאך יו"ט עהרליך...]
וויפל אין די אותיות ליגן טרערן און וויפל געוועין... זאלט איר פון די אותיות כח שעפן און זיי אריין...[אויפן פריפעטשיק....]
אפשר דאס איז אויך די הרגש פון א קינד וואס רעדט ענגליש און לערנט זיך צו אראביש כדי צו זיין אחלק פון איסלם און ער וויל רעדן צו אללא און זיין שפראך 🙂 פילט ער אויך די קדושה און די אותיות און פארגייט אין א מרוגש'דיגע ניגון...
משא"כ סתם ABC


