☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » סאמאטוכע אדער סומאטאכע?

סאמאטוכע אדער סומאטאכע?

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13786

פאליטיקאנט » דאנערשטאג אפריל 30, 2020 8:58 pm

· #447276
סאמאטוכע אדער סומאטאכע?
לעצטנס זע איך די ווארט אסאך און עס איז געשריבן מיטן 'ו' צום סוף, אבער אין עלטערער "דער שטערן"ס זע איך אז עס איז געשריבן מיט די 'ו' אנהייב (און אזוי האב איך עס אלס געשריבן).

וועלכע איז די ריכטיגע?
און בעיקר אויב מעגליך די מקור?

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 30, 2020 9:19 pm

· #447280
פאליטיקאנט: גוגל טרענסלעיט ברענגט עס (מיט צירילישע אלפאבעט). און ס'ליינט זיך מיט עי.בי.סי..."Sumatokha"...טייטשט דער מיריאם וועבסטער דיקשאנערי...Bustle... א טומל...! און ס'קומט געשריבן אין אידיש..."סומאטוכע"...!

ס'איז אין מקור א רוסיש ווארט. איך קען נישט טייפן ..."סירילליק"... די רוסישע אלפאבעט...איך האב עס נישט אינסטאלל'ד...!

פאליטיקאנט » דאנערשטאג אפריל 30, 2020 9:23 pm

· #447283
Re: סאמאטוכע אדער סומאטאכע?
berlbalaguleh
פאליטיקאנט: גוגל טרענסלעיט ברענגט עס (מיט צירילישע אלפאבעט). און ס'ליינט זיך מיט עי.בי.סי..."Sumatokha"...טייטשט דער מיריאם וועבסטער דיקשאנערי...Bustle... א טומל...! און ס'קומט געשריבן אין אידיש..."סומאטוכע"...!
וואס לייגסטו אריין אין טרענסלעיט?

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 30, 2020 9:28 pm

· #447286
פון רוסיש צו ענגליש. און איך שרייב עס מיט ענגלישע עי.בי.סי. אזוי ווי איך האב עס געשריבן..."Sumatokha"...און די ענגליש טרענסלעישן קומט ארויס אלס ..."Bustle"...!

במדבר » דאנערשטאג אפריל 30, 2020 9:59 pm

· #447294
און ''אידיש ווערטער אוצר'' (סינאנימען), ארויסגעגבן דארוך ''ראטה פאראלאג'', וואס איז זייער גרעמאטיש אויסגעהאלטן: שטייט ''סאמאטוכע''.

פאליטיקאנט » דאנערשטאג אפריל 30, 2020 10:01 pm

· #447295
Re: סאמאטוכע אדער סומאטאכע?
איז א מחלוקת צווישן גוגל און ראטה פאראלאג.
ווי וועם פסק'נט מען?

וואולקאן עראפציע » דאנערשטאג אפריל 30, 2020 10:04 pm

· #447296
איך האב שוין געזען ווי איינער שרייבט סומאכטעכאנע, אוי האב איך געלאכט... אפשר ווייל ס'האט מיר דערמאנט פון ושמחת בחגך...

פאליטיקאנט » דאנערשטאג אפריל 30, 2020 10:08 pm

· #447299
Re: סאמאטוכע אדער סומאטאכע?
מאך זיכער
וויבאלד ראטה פארלאג איז אידיש און גוגל איז יידיש וועט מען זיך מוזן פארלאזן אויף ראטה/מעלות.

איך האב אמאל געטראפן א עלטערער האלב אידיש רעדנדער אין א שפיטאל אין ארץ ישראל וואס האט זיך אויפגעטאן פאר מיר אז ער אפדעיט אין גוגל קאמיוניטי די אידישע שפראך, דאן האב איך פארשטאנען פארוואס גוגל האט אזא גרייזיגער אידיש.
אבער ווי פריער געשריבן די עלטערע אויסגאבעס ווי דער שטערן, - וועלכע האט גאנץ שטארק מקפיד געווען אויף גראמאטישע כללים צען יאר צוריק - שרייבן אויך 'סומאטאכע'.[emoji848]

פאליטיקאנט » דאנערשטאג אפריל 30, 2020 10:11 pm

· #447302
Re: סאמאטוכע אדער סומאטאכע?
וועט מען דארפן אויסגעפינען ווי די ווארט שטאמט פון.
@berlbalaguleh פון נעמסטו אז עס איז רוסיש?

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 30, 2020 10:21 pm

· #447304
וואולקאן עראפציע
איך האב שוין געזען ווי איינער שרייבט סומאכטעכאנע, אוי האב איך געלאכט... אפשר ווייל ס'האט מיר דערמאנט פון ושמחת בחגך...

וואולקאן עראפציע:ועוד יש לומר. סומאכטע חאנע...אז חנה פרייטציך...!

וואולקאן עראפציע » דאנערשטאג אפריל 30, 2020 10:22 pm

· #447305
פאליטי
באלד עסטע נאך פרעגן פון וואו מ'ווייסמער אז סאבאטאזש, כאראשא און ליובאוויטש זענען אויך רוסיש?...

במדבר » דאנערשטאג אפריל 30, 2020 10:26 pm

· #447306
דא האט איר פון ויקימילון (עברית) ''סָמָטוֹחָה'' און די מילה נרדפת איז ''בלגן''.
גיזרון מרוסית: sumatokha) суматоха).

https://he.wiktionary.org/wiki/%D7%A1%D7%9E%D7%98%D7%95%D7%97%D7%94

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 30, 2020 10:36 pm

· #447309
במדבר
דא האט איר פון ויקימילון (עברית) ''סָמָטוֹחָה'' און די מילה נרדפת איז ''בלגן''.
גיזרון מרוסית: sumatokha) суматоха).

https://he.wiktionary.org/wiki/%D7%A1%D7%9E%D7%98%D7%95%D7%97%D7%94

במדבר: ייש"כ. דו האסט מיר פארשפארט א סאך ארבעט...א יעדער וואס איז אינטרעסירט קען קוקן אויף די רוסישע אותיות...א סי. אויף רוסיש איז די זעלבע. און ס'ליינט זיך אייביג ווי א סי. אדער עס.: א וויי ליינט זיך ווי או מלאפו"ם...: א עקס ליינט זיך ווי א חי"ת...!

berlbalaguleh » זונטאג מאי 3, 2020 5:03 am

· #447529
במדבר
און ''אידיש ווערטער אוצר'' (סינאנימען), ארויסגעגבן דארוך ''ראטה פאראלאג'', וואס איז זייער גרעמאטיש אויסגעהאלטן: שטייט ''סאמאטוכע''.

במדבר: אבער ווען מ'טרענסלעיט פון די רוסישע ווארט צו אידיש מיט די ליטווישע הברה. קומט עס אויס ווי..."סומאטאכא".../סומאטאכע...!

פאליטיקאנט » זונטאג מאי 3, 2020 5:30 am

· #447530
Re: סאמאטוכע אדער סומאטאכע?
berlbalaguleh
במדבר
און ''אידיש ווערטער אוצר'' (סינאנימען), ארויסגעגבן דארוך ''ראטה פאראלאג'', וואס איז זייער גרעמאטיש אויסגעהאלטן: שטייט ''סאמאטוכע''.

במדבר: אבער ווען מ'טרענסלעיט פון די רוסישע ווארט צו אידיש מיט די ליטווישע הברה. קומט עס אויס ווי..."סומאטאכא".../סומאטאכע...!
איז מען צוריק צום ערשטן קעסטל.

אפשר גאר איז עס צוויי ווין: סומאטוכע ?

berlbalaguleh » זונטאג מאי 3, 2020 1:17 pm

· #447554
פאליטיקאנט
וועט מען דארפן אויסגעפינען ווי די ווארט שטאמט פון.
@berlbalaguleh פון נעמסטו אז עס איז רוסיש?

פאליטיקאנט: כמו שכתבתי. אז איך האב עס אריינגעלייגט אין גוגל טרענסלעיט אויף רוסיש/ענגליש. איז ארויסגעקומען דער ווארט אויף רוסיש. און דער מערריאם ועבסטער דיקשאנערי פארטייטשט עס און איז מסביר אז ס'מיינט א טומל...!

לגבי די אידיש ספעללינג. איז דאס די טרענסלעישן פון דעם רוסישן ווארט..."סומאטאכא/ע"...! )די עיי"ן איז אידיש סלענג.אזוי ווי ביי א סאך ..."אידיש"... ווערטער...!