☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » וואס איך האב געליינט אין א צייטונג פון הונדערט יאר צוריק

וואס איך האב געליינט אין א צייטונג פון הונדערט יאר צוריק

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13772

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 28, 2020 5:05 pm

· #446979
וואס איך האב געליינט אין א צייטונג פון הונדערט יאר צוריק
איך האב זיך אנגעהויבן דרייען אין די סייט פון דעם תל אביב אוניברסיטיה, ווי זיי האבן אלטע צייטונגען אויף אידיש און עברית. עס איז דארט העכסט אינטרעסאנט צו ליינען, און ווען מ'ווייסט וויאזוי צו זוכן, קען מען טרעפן גאר אינטרעסאנטע זאכן.

צוערשט האב איך געזוכט די ווערטער 'חולי רע', צו טרעפן נייעס וועגן מגיפות. אין תרנ"ד האט פאסירט א מגיפה אין פולין, און די חברה דארט האבן פארשפרייט שמועות אז מענטשן ווערן גע'הרג'ט אין שפיטעלער כדי אפצושטעלן די פארשפרייטונג פון די מחלה. פארשטייט זיך אז די צייטונגען פארדאמען די מוציאי דבה. וואס צו גלויבן? ווייס איך נישט.

איך האב אריינגעלייגט די ווערטער 'חזון איש' און געזוכט פון אנהייב די יאר הונדערט ביז צו א חודש איידער זיין פטירה. דער פארווערטס באשרייבט בן גוריון'ס וויזיט צום '90 יעריגע' חזון איש. ער איז געווען בערך זיבעציג יאר אלט דעמאלס. דער מעריב האט א מאמר צו ערקלערן זייער ציבור ווער איז דאס דער חזון איש, מיט א מופת פון אן עצה אין ביזנעס וואס איז געלונגען.

איך האלט נאך אינמיטן ליינען דארט, אבער גייט'ס אליינס אריבער jpress,nli.org.il

וואולקאן עראפציע » מיטוואך אפריל 29, 2020 11:15 pm

· #447179
את חטאי אני מזכיר... כ'האב אין מיין פרייע צייט שוין דורכגעליינט א ים מיט אלטע המגיד'ס, הצפירה'ס, און המליץ'ן.
אוי איז אמאל געווען א זיס וועלט. כ'מיין א זיס-ביטער וועלט.

די מערסטע האבן מיר באנומען די 'אדווערטייזמענטס' וואס מ'האט אריינגעשטעלט פאר עגונות וואס זוכן זייערע מענער. זיי שילדערן גענוי וויאזוי דער אנטלאפענער / טמיר ונעלמ'ניק / פארלוירענער האט אויסגעקוקט, יעדע פימפל אדער קנייטש זיינער שטייט ארויסגעשריבן, היות בילדער זענען נאך נישט געווען געהעריג מצוי.
ס'נישט געווען איינס א יאר, נאר שווערע צענליגע א יאר!

אישתישבי » מיטוואך אפריל 29, 2020 11:19 pm

· #447180
ליטוואק פון בודאפעסט

צוערשט האב איך געזוכט די ווערטער 'חולי רע', צו טרעפן נייעס וועגן מגיפות. אין תרנ"ד האט פאסירט א מגיפה אין פולין, און די חברה דארט האבן פארשפרייט שמועות אז מענטשן ווערן גע'הרג'ט אין שפיטעלער כדי אפצושטעלן די פארשפרייטונג פון די מחלה. פארשטייט זיך אז די צייטונגען פארדאמען די מוציאי דבה. וואס צו גלויבן? ווייס איך נישט.

יישר כח.

עס וואלט געוועהן א נחת רוח ווען דו ברענגסט אפאר אויסצוגען פון די אלטע צייטונגען פין די מגיפה מיט די שפיטעלער. איך גלייב עס וואלט געגאנגען וויירעל.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 4, 2020 9:25 pm

· #447710
איך האב פונקט זיך אנגעשטויסן אין די צייטונג מיט די נאמען 'דער לץ', מיט אריגינעלע וויצן פון שנת תרס"ח.

קוקט'ס דא

און דא האט מען די אויסצוג פון הצפירה וועגן די חולי-רע אין ווארשא.
📎 הצפירה _ Monday, August 06, 1894 _ None _ 2.pdf