פאזעטיווע ענדערונגען אין אונזער געזעלשאפט
83 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13771
פאזעטיווע ענדערונגען אין אונזער געזעלשאפט
צו איר האלט אז א ''טויש'' דארף פארקומען, אדער אז מיר האלטן גאר אינמיטן (אדער אז מ'דארף עס גאר פארמיידן!).
די אשכול איז געווידמעט פאר נייעס'ן און אנטוויקלונג ארום די ערשיינונג.
שוין! לאמיר זיך נישט אויפהאלטן מיט לאנגע הקדמות, מ'קען דאך אין דעי צייט דערפרייען ברידער און שוועסטער וואס לעכצן פאר א ''טויש''.
''גלייבטס אין א טויש און א טויש וועט נאכקומען''.
די עצם פאקט אז רוב שיעורים און אפי' עטליכע סקולס און חדרים זענען געגאנגען אונליין / אויף זום!
און מ'האט כמעט נישט געהערט קיין אפאזיציע דערויף.
אז אלע פרויען האבן אנגעהויבן גיין שניעלס, אין שניעלס האט מען דאך לכתחילה גע'אסר'ט אלס חשש אז מען וועט אויפהערן זיך שערן, איז דאך משמע אז תגלחת נשים איז א פארגאנגענהייט.
ווי אויכעט אז די גע'אסרט'ע קידטשאדשקע איז אויספארקויפט, וואס מיינט אז כלל ישראל איז אויפגעקלערט געווארן.
יעדער קען איינזעהן אז מען דארף נישט זיין אזוי בלינד פאר די רבנים.
זיי זענען יעצט מודה (אחוץ אז עס פאסט זיי נישט) אז עס זענען דא חברה וואס זענען מיט א ווייטערע בליק ווי זיי.
יעצט ליידער איז שוין געווען צו אסאך קרבנות צווישן אונז.
די מהלך וויאזוי צו זיין פארגלייבט אין רבנים, ספעציעל די מיט יחוס אבות וועט זיך ענדיגן.
זייער ווייניג גייען דאס אנערקענען, לדעתי.
די עולם ווערט אויפגעוואקסן אזוי, און מ'וועט שוין טרעפן מופתים......
אדער וועט מען עס פלאטשיק אפלייקענען, און זאגן אז די רבי האט יא געזאגט אזוי צו אזוי.....
פאליטיקאנטדי עצם פאקט אז רוב שיעורים און אפי' עטליכע סקולס און חדרים זענען געגאנגען אונליין / אויף זום!
און מ'האט כמעט נישט געהערט קיין אפאזיציע דערויף.
פאליטיקאנט:ווייל זייערע אבסורדאלע ווערטער און אויפפיהרונג ביז יעצט וואלט זייער שטארק בולט געווען.ווייל יעצט איז אן עת המבחן. און זיי וואלטן אויסגעזעהן לעקיש פאר די גאנצע וועלט...!
איך אליינס האלט אויך מיט א שיעור אין גמ' תוס' אויף זום. אויך מיינע אייניקלעך סיי אין ת"ת און סיי אין סקול לערנען אלע זייערע לימודים דורך זום...!
אלבערט איינשטייןיעדער קען איינזעהן אז מען דארף נישט זיין אזוי בלינד פאר די רבנים.
זיי זענען יעצט מודה (אחוץ אז עס פאסט זיי נישט) אז עס זענען דא חברה וואס זענען מיט א ווייטערע בליק ווי זיי.
יעצט ליידער איז שוין געווען צו אסאך קרבנות צווישן אונז.
די מהלך וויאזוי צו זיין פארגלייבט אין רבנים, ספעציעל די מיט יחוס אבות וועט זיך ענדיגן.
ס'האט זיך נישט געענדיגט נאכן קריג, פארוואס זאל זיך עס יעצט ענדיגן?
עס האט זיך יא אסאך געטוישט נאכן קריג, נאר עס האט זיך מיט די צייט פשוט צוריק אויפגעבויעט ביי די אייניקלעך וואס האבן נישט אזוי שטארק געוואוסט וואס די רבנים האבן געזאגט פארן קריג. דאס איז זיכער אז פארן קריג האבן די רבנים נישט געווארענט אוועקצולויפן נאך דערצו פון אונגארן. זיי האבן געמוטיגט צו בלייבן און געזאגט (צוגעזאגט ברוח קדשם) אז גארנישט וועט געשען. למעשה, אפי' סאטמאר רבי וואס איז אנטלאפן און געלאזט זיין ציבור - וואס ער האט געזאגט צו בלייבן - הענגען. בקיצור נמרץ, מען קען פארענטפערן סאטמאר אז ער קען נישט ראטעווען א גאנצע ציבור מעג ער זיך אליינס ראטעווען, אבער קיין בלינדע צוטרוי האבן נישט געהאט זיינע מענטשן נאכדעם וואס ער האט זיי פארראטן. און אזוי אויך אסאך פון די רבנים.
יעצט איז נישט אזא שווערע מצב ווי קריג, אבער אזא פארטעמטקייט צו האלטן אז רבנים האבן א ווייטער בליק גייט אוועקגיין יעצט, ווען יעדער האט געזען ווי ווייט זייער בליק גייט. דאס איז זיכער אז ווען די רבנים ווייסן פון אנפאנג וואס גייט זיין וואלטן זיי אליינס אפגעשפארט אלעס אפי' די רעגירונג פארלאנגט נישט, אבער יעצט איז זיי צו שפעט מודה צו זיין. יעצט קענען זיי נאר בארואיגן זייערע חסידים וואס זיצן שבעה אז עס איז א גזירה מן שמים.
הגם וואספארע בליק האט אויף די אבלים און די ארומיגע ווען דא זיצט איינער וואס זיין טאטע/ברודער איז אוועק פון די מגיפה און קומט אן דא א רבי מיט זיין סוויטע פון גבאים הויז בחורים און שאפערס פון זיין קאר מיט די קאר וואס לויפט פון פאראויס. (די רעביס קאר קען נישט פארן אליינס) מיט זיינע הויפט שוואנצאנים פילן זיך אן דעם גאנצן הויז און קיינער פון זיי מיט א מאסקע! פארפאקנדיג אלע סאציאל דיסטינג כללים. נישט ערגעץ ווי אין א מאורע אדער מנין שמחה!! נאר הארט אין די אבל'ס הויז, ווי עס איז אײנער אוועק פון די מגיפה! ער בארואיגט נאך מיט זיינע ווערטער אז עס איז א פקדון וואס מען האט צוריק גענומען ווען ער אליינס ארגענייזד מיט זיינע חסידים צו מאכן אפאר פרישע טויטע!!!!
איך זאג נישט סתם שפעקולאציעס, איך האב עס אליינס בייגעוואוינט. איינער אין מיין משפחה גאר א יונגע מענטש, אונטער פערציג, איז אוועק. געווען געזונט בעפארַ. די משפחה איז געווען שטארק צובראכן. קומט זיך אן א רבי מיט צענדליגער חסידים צוזאמגעקוועטש אין א פיצקעלע רום.! קיינער מיט הענטשקעס אדער מאסק!!!! אבער צוזאמגעקוועטשט!!!!! זיי האבן נישט גענומען אין באטראכט אז אחוץ זיי איז דא א משפּחה, און דער רבי דארטן האט אליינס געפרעגט צו מען האט נישט מורא פון די מגיפה. איינער גיבט א רוף אן דארטן. נע!! איעדע האט שוין געהאט.... זייער א לעכעריגע תירוץ. עס איז געווען אסאך בעפאר פסח. און די רבי גייט ווייטער אן.... און מען רעדט נישט פון קיין רבי וואס שטעלט זיך מיט די מצב און האט מורא צו טוען אנדערש פון זיינע חסידים! מען רעדט דא פון א לוחם מלחמות השם וואס דערשרעקט זיך נישט פאר קיינעם. ווען ער וואלט געזען א האר פון א שייטל פון א פרוי וואלט ער נישט אריין געטרויטן אינעם הויז ביז מען איז מסדר א מחיצה ברזל של חומה. אבער דא ווען עס קומט מיט דיני נפשות. לאזט ער זיך וויאזוי עס איז. זאג מיר נישט אז די אבלים גייען ווייטער גיין פייער און וואסער פאר אים. איהם גייען זיי שוין נישט פרעגן אין געזונטהייט אנגעלעגנהייטן זיכער נישט.... זיי גייען שוין פרעגן מענטשן וואס פארשטייען. נישט דע רבי'ס. ווער עס גלייבט נישט קען מיר פרעגן אין אישי פון וועלכע רבי מען רעדט, איך האב עס אליינס בייגעוואוינט.
יא, איך ווייס אסאך חברה גייען ווייטער בלייבן בלינד צו זיי, אבער גענוג וועלן זיך אפשאקלען פון זיי. עס איז נישט מער ווי א קולט. אפשר נישט אזוי שטארק ווי לב טהור, אבער פארט....
געדענק זיי זענען נאר רבי'ס בזכות יחוס אבות. און אנהייב האט יעדער געקרומט מיט די נאז אויף זיי, צוביסלעך איז זייער בויך אריין געוואקסן אין די גאלדענע/ווייסע בעקיטשע האט געמאכט די רושם און מ'איז געווארן פארגלייבט......
פאליטיקאנטדי עצם פאקט אז רוב שיעורים און אפי' עטליכע סקולס און חדרים זענען געגאנגען אונליין / אויף זום!
און מ'האט כמעט נישט געהערט קיין אפאזיציע דערויף.
און איינע פון די איטערוויאוערס אויף קול מבשר האבן עס דערמאנט אין אן אינטערוויא, און די ׳איי וועלטיסטן׳ האבן עס נישט אויסגעהאלטן אזש עס האט געברענגט אז ער האט זיך געדארפט אנטשולדיגן אין א קומענדיגע אינטערוויא.
פילע נשים צדקניות האבן זיך אנגעטוהן שפיצלעך
פאליטיקאנטדי עצם פאקט אז רוב שיעורים און אפי' עטליכע סקולס און חדרים זענען געגאנגען אונליין / אויף זום!
און מ'האט כמעט נישט געהערט קיין אפאזיציע דערויף.
וועלכע סקולס אדער חדרים? איך האב ביז דערווייל נישט געהערט אפילו פון איין חסידישע חדר סקול זאל עס טון.
מונקאטש איז געווען די ערשטע.
Re: פאזעטיווע ענדערונגען אין אונזער גזעלשאפט
ווער איז די צווייטע?
real fake newsפילע נשים צדקניות האבן זיך אנגעטוהן שפיצלעך
😂 😂 😂
איך קום דא אריין, איך האף צו זען פאזעטיווע ענדערונגען, און גארנישט. דער עולם חלומ'ט ווייטער וואס קאראונע האט אויפגעטון, גייט אויפטון, און וויל אויפטון. קאראונע וועט לדעתי גארנישט טוישן אין אונזער געזעלשאפט.
---------
רוב ענדערונגען זענען ליידער נישט לטובה, מער עקסטרעמיזם און פרישע חומרות. אבער לאמיר פראבירן צו שרייבן וואס גייט אין די גוטע דירעקציע לדעתי.
מיינע חברים האבן בעסערע שלום בית ווי זייערע עלטערן.
מיינע חברים געבן פאר זייערע קינדער א בעסערע חינוך ווי זיי האבן באקומען.
אסאך מענטשן זענען שטארק אינפארמירט א דאנק די וועלט פון אינפארמאציע וואס ווערט מער אפן און מער קאנעקטעד.
דאס זענען נישט קיין דראסטישע שינויים אויף איין מאל, און זענען א ווייטע וועג צו גיין, אבער דאס זענען די אמת'ע זאך וואס פאסירן.
הדסיםאיך קום דא אריין, איך האף צו זען פאזעטיווע ענדערונגען, און גארנישט. דער עולם חלומ'ט ווייטער וואס קאראונע האט אויפגעטון, גייט אויפטון, און וויל אויפטון. קאראונע וועט לדעתי גארנישט טוישן אין אונזער געזעלשאפט.
@הדסים: וועסט אבער מסכים זיין אז ס'איז זיכער א שאנס פאר א טויש. אזוי ווי איך האב געשריבן אין א צווייטע אשכול.
''עס וועט נישט זיין א קאלעקטיווער חשבון הנפש, אבער א טויש! א טויש איז שוין אין פלאץ, בעצם חרדי'זים אלס א ''קולטור'' עקזיסטירט
אדערווייל נישט (''קולטור'' vs אמונת טפילות וואס האט זיך נאר פארברייטערט).
די עקזיסטענץ פון חרדי'זים איז אנגעוואנדן אין טומל און אין הו-הא (''עס איז יו''ט אינדערוואכן'') איר דם התמצית איז די אייביגע ווירבלערייען: ''מקוה-קאווע-שחרית-חברים -פארברענגן-מנחה-חברותא-שמיסן-מעריב-...''יא איך קים שוין אהיים''..-זאג! כע! דיינס מאכט דיר אויך אזוי נערוועז?!-שמיסען...-נו! דעס האב איך שוין געהערט-...נו! לאמיר עפס לערנען- 11 -39-טייערקייט די ווייסט ווילאנג איך ווארט אויף דיך?!''און דאס אלעס איז יעצט געקימן צו א ענדע!
היוצא לנו מיר גייען וויירשיינדליך ארויסקימען צו א ''תוהו ובוהו'', ס'איז בידינו צו מאכן א פרישע ''בראשית''.
אמת, יעצט איז אלעס געקומען צו אן ענדע.
די סעקונדע וואס מען קען שיקן צוריק אין חדר/סקול וועט איינער טראכטן, אז איך האב שוין סייווי געהאט די קינדער אינדערהיים, אפשר זאל איך זיי יעצט שיקן אין אן אנדערע מוסדות?
דער מאן וואס האט נישט געהאט קיין געדולד אהיימצוגיין פון מנחה מעריב, איז יעצט זיין שלום בית בעסער..? הלואי נישט קיין סאך ערגער, די מינוט וואס מען קען צוריק אין שול איז ער דארט.
ווען איינער וועט דארפן א סנדק, תפילין לייגער, מזוזה קלאפער אא"וו וועט ער עס טון אליין? וואס הייסט, די אלע גוטע אידן האבן נישט געהאט א ווייטע בליק ביי קאראונע..? ווער האט געמיינט זיי האבן יא א ווייטע בליק? (זיי האבן אפילו נישט קיין נאנטע).
סארי, באט איך גיי נישט ערווארטן עפעס און נאכדעם ווערן דיסעפוינטעד.
אסאך עלטערן האבן געקויפט כשר׳ע סעלפאונס פאר די קינדער צו קענען מיטהאלטן די סדרים פון די מוסדות.
Re: פאזעטיווע ענדערונגען אין אונזער געזעלשאפט
moneymindedפאליטיקאנטדי עצם פאקט אז רוב שיעורים און אפי' עטליכע סקולס און חדרים זענען געגאנגען אונליין / אויף זום!
און מ'האט כמעט נישט געהערט קיין אפאזיציע דערויף.
וועלכע סקולס אדער חדרים? איך האב ביז דערווייל נישט געהערט אפילו פון איין חסידישע חדר סקול זאל עס טון.
עפעס עפעס, לאמיר זען וואס גייט געשען.


Re: פאזעטיווע ענדערונגען אין אונזער געזעלשאפט
מן הסתם גייט ארויס קומען אויף דעם די זעלבע קול קורא ווי קידיטשקע
Sent from my SM-A105F using Tapatalk
אלבערט איינשטייןמן הסתם גייט ארויס קומען אויף דעם די זעלבע קול קורא ווי קידיטשקע
Sent from my SM-A105F using Tapatalk
איינמאל די מוסדות זענען נישט אונטערגעווארפן אונטער זיי קענען זיי ברומען ביז מארגן.. מיט וואס פונקטליך וועלן זיי דיר סטראשענען ?
Re: פאזעטיווע ענדערונגען אין אונזער געזעלשאפט
פאליטיקאנטmoneymindedפאליטיקאנטדי עצם פאקט אז רוב שיעורים און אפי' עטליכע סקולס און חדרים זענען געגאנגען אונליין / אויף זום!
און מ'האט כמעט נישט געהערט קיין אפאזיציע דערויף.
וועלכע סקולס אדער חדרים? איך האב ביז דערווייל נישט געהערט אפילו פון איין חסידישע חדר סקול זאל עס טון.
עפעס עפעס, לאמיר זען וואס גייט געשען.


נישטא קיין שום אפדעיטס דעראויף, קוקט אויס ווי א ריינע סקעם
רשת ''כאן'' אין א סעריע פון פיר פרקים: ''נייעס'', ווי זיי אנעלאזירען די חרדי'שע פענאמען פון ''קווי נייעס''(האט ליינס), און בכלל די דעמאקראטיזאציע-טויש וואס עס גייט אריבער, נאך די אויפשטייג פון חרדי'שע נייעס ''וועבזייטליך'', פעיס באק וכדו'.
https://www.kan.org.il/program/?catid=1555נייע חדר אויף די אינטערנעט אנגעפירט דורך המחנך רבי יצחק ציג.
📎 4C697D15-91CF-4BAB-ACF4-EE4AB83A7D78.jpeg
Re: פאזעטיווע ענדערונגען אין אונזער געזעלשאפט
פון ווי ווייסטו אז עס איז פון איצי ציג?
Re: פאזעטיווע ענדערונגען אין אונזער געזעלשאפט
אה, איך זע שוין.

איש הברזל החרדי הראשון: "להגדיל תורה ומשקלה".
https://www.youtube.com/watch?v=_DDeEvUC2VwRe: פאזעטיווע ענדערונגען אין אונזער געזעלשאפט
נישט פון די חרדים רעדט מען אין נישט פון מדינות ישראל סאו ביטע הער אויף האקען א טשייניק ביי מרכז הרב אין אזוי אויך חב״ד איז דאס קיינמאל קיין אישו ניט געוועזען
Re: פאזעטיווע ענדערונגען אין אונזער געזעלשאפט
אז די ווילסט רעדן פון טשענדזש ביי חרדים דאן ביטע זיך באציען אויף היימישע פון ווילי אין ב״פ
Re: פאזעטיווע ענדערונגען אין אונזער געזעלשאפט
לדוגמה אז די קידטשאדשקע איז אויספארקויפט געווארן אד״ג
זעקעלאז די ווילסט רעדן פון טשענדזש ביי חרדים דאן ביטע זיך באציען אויף היימישע פון ווילי אין ב״פ
ביזט גערעכט! און דאס איז געווען מיין ציל מיטן עפענען די אשכול, אבער וואס זאל איך טיען, ווי ציפידיג-ביטער ס'הערט זיך, ציט אינזער ''פראבלעמאטישע גזעלשאפט'' צו מער פונדעמענטעליזים און עקסטרעמיזים. וויפיל איך זיך עפעס דערקוויקענדע נייעס פון עפעס א זאכליכע ''טויש'', בכדי אויפצולעבן די צושאסענע נשמות וואס לעכצטן דערפאר, קים איך מער און מער צום אנערקענונג....
אז מיר קענן אויפהייבען א ''ווייסע פאן'' פאר זייערע ''שווארצע פענער''.וואס איך האב לעצטנס באמערק אן ענדערונג לפי ראות עיני - קען זיין כבין נישט גערעכט-,
געווענליך ווען מדארף מאכן עפעס א קאמפיין צו אויפטוהן ביי פאליטישע ענינים שאפן געלט, חתימות וכו׳,
קומט עס מטעם די רבנים זיי געבן ארויס קול קוראס און די עולם פאלגט זיי, למשל ביי בחירות אדער גזירת חינוך, מציצה בפה ועוד
יעצט אבער איז געווען גאנצעטע מערכות צו ארלעדיגן מזאל עפענען מוסדות, בתי מדרשים, לאזן משפחה אריינגיין אין שפיטעלער,
און אלעס איז געווען אויף די אייגענער האנט מהאט נישט געהערט קיין פיפס פון די רבנים דאס צו שטיצן (לויט ווי איך ווייס) אבער מהאט זיך אליינס אן עצה געגעבן, משרעקט זיך שוין נישט צו טוהן זאכן אליינס און מווארט נישט צו הערן וואס די רבנים זאגן.
זעהט אויס די עולם האט זיך אויסגעלערנט אז מדארף נעמען זאכן אין די הענט אריין אויב מוויל עפעס אויפטוהן.
Re: פאזעטיווע ענדערונגען אין אונזער געזעלשאפט
איך האב לעצטענס געזעהן א נייע ערשיינונג ביי חתונות דערנאך וואס די גראמער ענדיגט די גראמען מיט א גוט שבת ווערט ער באצאלט כנוסח strippers דהיינא לאו דוקא אין די האנט,
Re: פאזעטיווע ענדערונגען אין אונזער געזעלשאפט
במדבר
וואס איז דא פאזיטיוו? עס איז טאקע אן ענדערונג אבער איך האב פארשטאנען אז די אשכול איז פאר 'פאזיטיווע' ענדערונגען. טעיתי.
איך האב נישט געמיינט די הינט..... איך האב געמיינט די האנט זייגער!!!
החוקר
וואס איז דא פאזיטיוו? עס איז טאקע אן ענדערונג אבער איך האב פארשטאנען אז די אשכול איז פאר 'פאזיטיווע' ענדערונגען. טעיתי.
די עצם האלטן א הינטל איז טאקע לכאורה לאו דווקא א פאזיטיווע זאך (כאטש וואס ס'דא פלאץ זיך צו דינגען איבער דעם), דאס אבער אז ס'דא די מעגליכקייט פאר איינער וואס וויל יא דאס איז שוין איינמאל א פאזעטיווע ערשיינונג! "I disapprove of what you say, but I will defend to the death your right to say it"
רביה''ק זי''עהחוקר
וואס איז דא פאזיטיוו? עס איז טאקע אן ענדערונג אבער איך האב פארשטאנען אז די אשכול איז פאר 'פאזיטיווע' ענדערונגען. טעיתי.
די עצם האלטן א הינטל איז טאקע לכאורה לאו דווקא א פאזיטיווע זאך (כאטש וואס ס'דא פלאץ זיך צו דינגען איבער דעם), דאס אבער אז ס'דא די מעגליכקייט פאר איינער וואס וויל יא דאס איז שוין איינמאל א פאזעטיווע ערשיינונג! "I disapprove of what you say, but I will defend to the death your right to say it"
פאזיטיוו וואלט געווען אז ווען אזא זאך פאסירט זאלן מענטשן בכלל נישט כאפן קיין בילדער און פאוסטען אויף סאושעל מידיע. פאזיטיוו טשעינדש איז ווען מענטשן וועלן זעהן א אינגעל גיין מיט א הינט וועלן זיך נישט אפשטעלן צו כאפן בילדער.
איך האב עס געזעהן פאזעטיוו, מיט דעם וואס די קינד גייט אזוי נאטירליך, ס'זעהט נישט אויס ווי ער איז דארט, צו באווייזן קונצען.
והשנית! די קינדער ארום: זיי זעהן טאקע יעצט אויס אביסלע שאקירט, אבער זיי גייען שוין מער נישט זאגן..... די ווייסט יענער האט דריי קינדער: א יונגעל, א מיידל און א הינט!!!
א הונט איז גאר פאזיטיוו, ווער עס האט שוין מיטגעהאלטן פון נאנט א רילעישינשיפ צווישן א קינד און א פעט ווייסט די פאזיטיווע השפעה וואס עס האט אויף דאס קינד און אויך אויף דער בע"ח.
אויב האסטו מורא פון א הונט מיינט עס גארנישט, עס איז נארמאל אין אונזער געזעלשאפט. אבער דאס מאכט נאכנישט א הונט פאר א שלעכטע זאך.
אייינמאל ווען איך בין געווען אין א פארק און געזען א פריינטליכער מענטש מיט א הונט, בין איך צוגעגאנגען מיט מיין אינגעל, דו האסט נישט קיין אנונג וואס עס האט געמיינט פאר אים, ער האט געלעבט! זייט דעמאלט האט ער מיר שוין אפאר מאל געפרעגט אויב אונז קענען גיין שפילן מיט א הונט. איך פריי מיר אז ער איז געוורן באקאנט מיט בעלי חיים נאך פאר ער איז געווען גענוג גרויס צו מורא האבן (אדער פיינט האבן).
ביידעוועי, איינער ווייסט אויב עס איז דא אזא פלאץ ווי מען קען גיין פעטן הונט? ווען איך האב עס געזוכט האב איך געטראפן שעלטערס וואס פרייען זיך ווען מען קומט וואלאנטירן, אבער זיי לאזן נישט אריין גאר אינגע קינדער. איינער האט עקספיריענס מיט די זאכן?
הדסים
ביידעוועי, איינער ווייסט אויב עס איז דא אזא פלאץ ווי מען קען גיין פעטן הונט? ווען איך האב עס געזוכט האב איך געטראפן שעלטערס וואס פרייען זיך ווען מען קומט וואלאנטירן, אבער זיי לאזן נישט אריין גאר אינגע קינדער. איינער האט עקספיריענס מיט די זאכן?
איך האב שוין געטון די עצה. רוף דיין אלטע אפגעפארענע חבר וואס האט א הינטל זאג אים אז דו ביזט וויליג צו בעיבי סיטן (dog sitting) זיין הינטל פאר א פאר שעה. זה נהנה וזה נהנה
כת השאליםקען נישט לייגן קיין בילד