☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאראנע האט מיר נישט געכאפט

קאראנע האט מיר נישט געכאפט

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13759

פארשטאנד » פרייטאג אפריל 24, 2020 6:41 pm

· #446681
קאראנע האט מיר נישט געכאפט
זיץ איך בקרב חסידים ואנשי מעשה אויף א סעודה'לע אינעם סאמען ברען פון די אנגייענדע קאראנע קריזיס, מיט א מספר מצומצם געקליבענע אידן בראשם א באוויסטע משפיע, און איך הער צו דעם שמועס, ר' מרדכי - א דורכגעווייטע חסידישע איד - ברענגט ארויס די געוואלדיגע רוחניות'דיגע השפעה וואס די ווירוס לאזט איבער, ר' מרדכי ווייסט צו פארציילן פון עטליכע באלעבאטישע פאמיליעס וואס האבן זיך אויסגעטאהן די שייטל, און אנגעטאהן א שפיצל ווי די וואוילע פרומע אידן פארלאנגען, ר' מרדכי ווייסט אפילו וויאזוי יעדע פרוי פלעגט גיין ביז היינט, פריינד איז געגאנען 'אויפגעדעקט' און שווארץ איז זאגאר געגאנען 'א לאנגע שייטל'!

ר' נפתלי ברענגט ארויס די בענקשאפט צום שוהל וואס די סאמעטוכע האט צוגעברענגט, אזש - ברענגט ער א מעשה רב - מאטי, חיים'ס תכשיט, וואס בדרך כלל טרעפט מען אים נישט אין שוהל, האט אים אליינ'ס געזאגט אז ער נעמט זיך פאהר צו דאווענען מיט מנין מהיום והלאה.

אונזער משפיע, הרה"ג שליט"א ברענגט ארויס די געוואלדיגע צפייה לישועה וואס קאראנע האט ברענגט, ער ברענגט ארויס אז ער האט כסדר גערעדט פאר פסח איבער די ישועה וואס קומט 'ממש שוין', און די פידבעק וואס ער הערט פון זיין ציבור מקשיבים, הרה"ג שליט"א ברענגט ארויס נאכמער - א שאקירענדע פאקט - אז זיינע מקשיבים קלינגען אים יעצט פרעגן נאך פסח, היתכן משיח איז נאך נישט דא? אמער, קאראנע! און ער ברענגט ארויס אז עס איז אים זייער שווער, ער ווייסט נישט וואס צו זאגן… ביז ער האט זיך געכאפט אז אונז האמער א פסח שני, ווארשיינליך האט עס גאט אפגעשיבט מיט א מאנאט, נא, האמער געווארט צוויי אלף'לעך עמער ווארטן נאך א קליינע וויילע.

טראכט איך צו מיר, עפעס קלעבט מיר נישט דא, מיר האט קאראנע נישט געכאפט, די שוהל בענקט מיר נישט, אדרבה, מיין צייטווייליגע שוהל גלייך איך גראדע, עפעס די משיח מעשיות האבן זיך אויך נישט אנגעקלעבט אויף מיר, צו ברויך דען גאט ברענגען מגיפות כדי צו באפרייען זיין פאלק'ל? צו איז דען נישט געוועהן אסאך גערעסערע מגיפות אינעם עבר? צו איז דען נישט געוועהן אסאך גערעסערע טראגעדיעס פארן כלל אינעם עבר? איך האב אויך נישט איינגעפיהרט קיינע טוישונגען אינעם רוחניות'דיגן שטוב געווירטשאפט, נישט ווייל איך וויל נישט בשיטה, נאר איך האב נישט געכאפט די מאסיווע ערענסקייט פון די זאך ווי די דאזיגע חסידים ואנשי מעשה.

איך וואונדער זיך פארוואס? פארוואס נעמען זיי עס ביז זייער נשמה, און פארוואס איז מיר נישט איינגעפאלן אז גאט ב"ה ברענגט די ווירוס צוליב אונזער קליינע הייפעלע אידן?

פאליטיקאנט » פרייטאג אפריל 24, 2020 7:13 pm

· #446683
Re: קאראנע האט מיר נישט געכאפט
מיר לעבן אין אזא באקוועמליכקייט אינעם מלכות של חסד - גלות אמעריקא, אז ווען עס איז אנגעקומען א שטערונג אינעם סדר היום (כ'רעד פון די וויירוס פאר די וואס כאפט נישט), "מוז זיין אז משיח איז אט אט דא"!

איי דאס איז אמאל געווען טאג טעגליך ערשיינונג און אויף סאך אן ערנסטערע אפעקט?

יא, אבער קוק וויפיל אידן גייען ליידער פון די וועלט?

אה יא?, עפעס קלינגט מיר 'צוויי וועלט מלחמות', ת"ח וט"ט, פאגראמען (אויך וויירוסעס) - מיליאנען טויטע, איך זע אבער נישט אז די מנהיגים פונעם מדור האבן דאן געשריגן משיח

נאכאלץ וועלן געוויסע מסיק זיין, אז דאס איז עס, משיח איז דא (אינטערעסאנט אז די חברה וויסן אויך פונקטליך וואס אונז האמער צו טון עם צו מקבל זיין כראוי).


איך גלייב און האף אויף ביאת המשיח, אבער איך טייטש נישט איין, און איך לייג נישט קיין דעדליין'ס וואס האבן נאר דאס פארקערטע אפעקט.

מי אני » פרייטאג אפריל 24, 2020 7:19 pm

· #446684
Re: קאראנע האט מיר נישט געכאפט
די אשכול קען נוגע זיין צו די פראגע [מ׳ווערט מער אנטצוקט פון אומגעווענליכע געשעענישן, הגם זיי ארבעטן אויף די זעלבע סטאטיסטישע מאטעמאטיקס ווי די געווענליכע געשעענישן].

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אפריל 24, 2020 7:42 pm

· #446685
פונקט לעצטנס האב איך געליינט די אויטאביאגראפיע/טאג-בוך פון ר' יהודה אריה די מודינא, בתוך הדברים פארציילט ער וויאזוי די שווארצע מגיפה פארשפרייט זיך אין איטאליע, מ'פארשפארט די וועגן און בריקן, זיין אייניקל שטארבט, גאנצעטע קהילות שטארבן אויס "לא נשאר שליש מהם" כלשונו, און ער דערמאנט נישט קיין ווארט פון משיח. 😂 😂 😂

ליין דא פון די 7טע שורה "חדש סיון", די פארציילונג איבער די מגיפה פארנעמט די נעקסטע צוויי פעידשעס.

real fake news » זונטאג אפריל 26, 2020 12:51 am

· #446716
[ציטאט אראפגענומען]

אוודאי, שבתי צבי האטזיך באזירט אויף תח ותט און מהאט עס פיין אפגעקויפט.

פאליטיקאנט » זונטאג אפריל 26, 2020 1:22 am

· #446724
Re: קאראנע האט מיר נישט געכאפט
[ציטאט אראפגענומען]
גערעכט, אבער רוב מנהיגים האבן נישט געבויט אויף דעם און אסאך מאל גאר קלאר געזאגט פארקערט.
ווי דעת "כתר" האבן גדולים (איך געדענק נישט ווער, אייביג) געזאגט אז משיח גייט 'נישט' קומען די יאר פשוט עס זאל נישט האבן די פארקערטע אפעקט פון אמונה אויב די עולם האט הויעכע ערווארטונגן.

פאליטיקאנט » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2020 9:48 pm

· #459959
Re: קאראנע האט מיר נישט געכאפט
אפשר מיט דעם מורא'דיגע שטיק וואס פארט יעצט ארום אויף סאציאלע מידיא וועט עס דיר יא כאפן......

מיר איז אביסל שווער; באפו ובחרונו קען נישט מיינען קאראנע, ווייל קאראנע שאמונע - ס'איז נאר א האוקס.... אבער פון די אנדערע זייט קען עס נישט עכט מיינען דאס וואס די רעגירונג "פייניגט" "אונז", ווייל אונז לאך מיר זיך למעשה אויס??!?!...


אלענפאלס תישבו יתרץ מארגן נאכט....

צפור בודד » פרייטאג אקטאבער 9, 2020 4:25 am

· #459993
Re: קאראנע האט מיר נישט געכאפט
.