מהדרין טשיז סנעק: רייטן אויפן ציבור!
86 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13721
מהדרין טשיז סנעק: רייטן אויפן ציבור!
ַפארברעכן פונעם יאר הונדערט
פארוואס מעג מהדרין בעטן 3 דאלער פאר א פיצעלע טשיז סנעק, פשוט נעמענדיג עדווענטעדש פון א ציבור וואס עסט נאר כשרס?????
ווייסט איינער אויב מען קען דאס קויפן ביי די גויים?
אויב יא ביטע אריינשיקן די מאנופעקטשורער אינפא.
לאמיר עס נעמען אין די הענט אריין!!!!
כ'האלט מ'דארף פשוט אנהויבן א קאמפיין צו בויקאטירן די טשיז סנעקס. ס'איז דאך נישט קריטיש פאר'ן לעבן (אפילו ווען יא האט מען עס געטון מיט די קאטעדזש טשיז אין ישראל) און נעקסטעס יאר אי"ה פאר פסח וועט מען מאכן א קאמפיין צו בויקאטירן די טשיז סנעק ווילאנג זיי ברענגען נישט אראפ די פרייז צו 1.99 (עפעס מעגן זיי פארדינען)..
אינצווישן וועלן זיי ארויפגיין מיט די לעבענס, ווייל אויב נישט טשיז סנעק וועט מען דאך עסן מער לעבענס...
די איינציגסטע עצה איז קאמפעטישען. געב א יאר צוויי, ס'גייט נאכקומען.
Re: מהדרין טשיז סנעק: רייטן אויפן ציבור!
פארוואס מאכט נישט נארמענס טשיז סנעקס?
קענסט מאכן גרינגערהייט אינדערהיים טשיז סנעק, עס איז סך הכל געבאקענע קרים-טשיז מיט אביסעל אייער און צוקער, וואניל אויב מען וויל. וכן נוהגים אצלנו.
בינגא האט געהאט א דאזן פאר $13 אויב כגעדענק גוט. איינס איז געווען 2.15
Re: מהדרין טשיז סנעק: רייטן אויפן ציבור!
לעיקוואדקענסט מאכן גרינגערהייט אינדערהיים טשיז סנעק, עס איז סך הכל געבאקענע קרים-טשיז מיט אביסעל אייער און צוקער, וואניל אויב מען וויל. וכן נוהגים אצלנו.
אונז מאכן עס אויך היימיש. מען קען צולייגן זויער קריעם עס צו מאכן מער קריעמי
A grocer once told me that Cheese Snacks is one of those items he can raise the price yearly and receive no complaint because mostly only people with Food Stamps buy them in the first place.
פאליטיקאנטַפארברעכן פונעם יאר הונדערט
פארוואס מעג מהדרין בעטן 3 דאלער פאר א פיצעלע טשיז סנעק, פשוט נעמענדיג עדווענטעדש פון א ציבור וואס עסט נאר כשרס?????
ווייסט איינער אויב מען קען דאס קויפן ביי די גויים?
אויב יא ביטע אריינשיקן די מאנופעקטשורער אינפא.
לאמיר עס נעמען אין די הענט אריין!!!!
די גאנצע כשרע עסען אינדאסטרי איז איין שטיק גרויסע גניבה!
סאיז אלעס אסאך טייערער פון די נישט כשרע און סאיז ממש די זעלבע פראדוקטן.
קדם, גפן, מהדרין, גאלדען פלאו, קליין׳ס אייזקרים, ליבערס, שאפרא, בלומס פאשקעס.
מילא פלייש אבער גפן פיינעפל קענס וואס איז נישט קיין גרעיט עי קאסט בערך ווי די גרעיט עי? פארוואס? די וואלעווער רב קאסט אזוי סאך?
פארוואס? גייטס צו שאפרייט און אלע גרויסע געשעפעטן און קוקטס וויפל פראדוקטן זענען כשר מיט OU און זענען האלב פרייז!
יעדער רייט אויף אונז נערנים!
פארוואס קאסט אזויפיל מעהר ״חלב ישראל״ ווייל עפעס א עלענדער איד וואוינט אויף א פארם?
יואלישA grocer once told me that Cheese Snacks is one of those items he can raise the price yearly and receive no complaint because mostly only people with Food Stamps buy them in the first place.
יואליש: היינו טעמא ד'וויליאמסבורג גראסעריס גניבות. והיינו טעמא ד'בינגא הצלחה...!
@לעיקוואד @סאשי פישאיינער קען ביטע אריינקומען געהעריג מיט א רעצעפט (רעסעפי בלע"ז) פון א היימיש געמאכטע טשיז סנעק, גענוי וויפיל צוקער, אייער וכו'.
וואו איז
@בת קול ווען מ'דארף איר?
(
@זר זהב פלעגט אויך רעדן כמדומה פון רעסעפיס ויבוא המלנקיים וילנקקו. זאל ער רוען אין לעכטיגן גן עדן)
Re: מהדרין טשיז סנעק: רייטן אויפן ציבור!
כוכבכ'האלט נעקסטעס יאר אי"ה פאר פסח וועט מען מאכן א קאמפיין צו בויקאטירן די טשיז סנעק ווילאנג זיי ברענגען נישט אראפ די פרייז צו 1.99 (עפעס מעגן זיי פארדינען)..
דו ווייסט ווי סאך זיי מאכן?
איך גלייב אפי' ביי $1.50 וועלן זיי נאך מאכן א שיינע פראפיט מארדשין!
קוק אויף די גוישע פראדוקטן!
שבת אחיםפאליטיקאנטַפארברעכן פונעם יאר הונדערט
פארוואס מעג מהדרין בעטן 3 דאלער פאר א פיצעלע טשיז סנעק, פשוט נעמענדיג עדווענטעדש פון א ציבור וואס עסט נאר כשרס?????
ווייסט איינער אויב מען קען דאס קויפן ביי די גויים?
אויב יא ביטע אריינשיקן די מאנופעקטשורער אינפא.
לאמיר עס נעמען אין די הענט אריין!!!!
די גאנצע כשרע עסען אינדאסטרי איז איין שטיק גרויסע גניבה!
סאיז אלעס אסאך טייערער פון די נישט כשרע און סאיז ממש די זעלבע פראדוקטן.
קדם, גפן, מהדרין, גאלדען פלאו, קליין׳ס אייזקרים, ליבערס, שאפרא, בלומס פאשקעס.
גערעכט.
אבער פסח זענען זיי נאך טייערער וויסנדיג אז מ'מוז צוקומען צו זיי.
און די חידוש איז אז אויף דעם פראדוקט איז נישטא קיין קאמפעטישן!!!!!
Re: מהדרין טשיז סנעק: רייטן אויפן ציבור!
אז מ'רעדט שוין פון כשר'ע פראדוקטן עלעך צולייגן אז א פריינט מיינער איז געגאנגען באזוכן "ליעבערס" פראדוקציע פלענט אדר צייט זעט ער דארט ווי מען נעמט גרויסע דער "דאמינא" צוקער און מען גיסט עס אריין אין קליינע "ליעבערס" זעקלעך!
שפעטער זענען אידן 'מהדר' און מען קויפט נאר מיט א הכשר......
רייטען רייט דער וואס ס'האט דיר אריינגעלייגט א נערוו אין קאפ אז היימישע הכשר איז חשובער ווי ou
berlbalagulehיואלישA grocer once told me that Cheese Snacks is one of those items he can raise the price yearly and receive no complaint because mostly only people with Food Stamps buy them in the first place.
יואליש: היינו טעמא ד'וויליאמסבורג גראסעריס גניבות. והיינו טעמא ד'בינגא הצלחה...!
וויליאמסבורג גראסעריס צאלן בערך טאפלט די רענט וואס רוב גראסעריס צאלן אין ב"פ. זיי האבן רעכט צו בעטן טייערער ווי אין אנדערע געגנטער.
פערינארייטען רייט דער וואס ס'האט דיר אריינגעלייגט א נערוו אין קאפ אז היימישע הכשר איז חשובער ווי ou
וואס דען מיינסטו טוען די משגיחים פון די היימישע השגחות? אלס וואס זיי טוען איז מאכן זיכער אז אלעס וואס קומט אריין האט אן OU, און לויט שיעבודא דרבי נתן קומט אויס אז וואלאווע און OU זענען די זעלבע זאך.
א באנדע בהמות. ווער הייסט קויפן טשיס סנעק אין די פורסט פלעיס? פאר מילך אדער פלייש וכדומה, אנדערע לעבנס וויכטיגע פראדוקטן, קען איך פארשטיין מ'מאכט א רודעריי אבער טשיס סנעק? קאם אן.
אפשר דארף מען פראטעסטירן קעגן די ליקר סטאר פארוואס א פלעשעלע שנאפס קאסט $120?
שבת אחיםמילא פלייש, אבער גפן פיינעפל קענס וואס איז נישט קיין גרעיט עי קאסט בערך ווי די גרעיט עי? פארוואס? וואלאווער רב קאסט אזוי סאך?
גייטס צו שאפרייט און אלע גרויסע געשעפעטן און קוקטס וויפיל פראדוקטן זענען כשר מיט OU און זענען האלב פרייז!
יעדער רייט אויף אונז נערנים!
פארוואס קאסט אזויפיל מעהר "חלב ישראל" ווייל עפעס א עלענדער איד וואוינט אויף א פארם?
וויפיל זאכן זענען טאקע האלב פרייז?
רוב איז נישט האלב פרייז, אוודאי איז עס ביליגער, זיי סערווירן פאר סאך א גרעסערער עולם קענען זיי געבן ביליגער.
א שאַכטל פּיטער פון מהדרין אדער JJ קאסט בערך זעקס דאלער! ווען אויף די גויאישע מארקעט גייט די זעלבע פאר א דאלער פופציג!
קורקלענד:ווייל די אידיש פאבריצירטע פוטער איז..."חלב ישדאל. כשר לפםח. בהשנחת הרכ מ'וואלאווע"...!...ווער געדענקט נאך?!...נח מיט זיבן גרייזן. ווייל דער גרעפיקס מען איז געווען א גוי וועלכער האט נישט געקענט דעם אידישן אלף בית...!
איסר האטלקי
וויליאמסבורג גראסעריס צאלן בערך טאפלט די רענט וואס רוב גראסעריס צאלן אין ב"פ. זיי האבן רעכט צו בעטן טייערער ווי אין אנדערע געגנטער.
און פארדעם קען די מאנופעקטשאר רעכענען אין די הויזן?!
זייט ווען מוז מען עסן טשיז סנעק? אפשר זענען די דזשולערי סטארס גנבים ווייל זיי רייסן געלט פאר דזשולערי? און בכלל אזוי ווי אלע אנדערע האבן שוין געשריבן, טשיז סנעק איז א זאך וואס מען קען גרינג אליין מאכן. געדענק אבער אז ווען דו מאכסט עס אליין גייט עס נישט אויסקומען ביליג. די אינגרידיענטס זענען היבש טייער און עס איז א שפיל וואס נעמט צייט. אבער עס וועט זיין ביליגער ווי קויפן רעדי.
ברענגען ראיות פון גוי'אישע פראדוצירער איז נישט ריכטיג, זייער קאסטומער באזע איז הונדערטער מאל אזוי גרויס...
ביי מיר אין שטיב האט מען עס די יאר נישט אריינגענומען. טאקע צוליב די טייערע פרייז.
Re: מהדרין טשיז סנעק: רייטן אויפן ציבור!
אייער קאסטן יעצט דיזע טעג גאר טייער נאר ביי אידן
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
ס'איז געווען טייער איבעראל פסח. נעכטן נאכט האב איך א בליק געטוהן אויפן וועבזייטל פון טארגעט אין בּפּ 1.59 א דאָזען.
דו רעדסט אודאי נישט פון עקסטרע לארדזש. אויב יא, דאן קוק איבער.
Re: מהדרין טשיז סנעק: רייטן אויפן ציבור!
איסר האטלקי
נישט אזוי טייער ווי ביי די אידן
גיי קוק אין גוי'עשע געשעפטן וועסטו זען
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
פאליטיקאנטאז מ'רעדט שוין פון כשר'ע פראדוקטן עלעך צולייגן אז א פריינט מיינער איז געגאנגען באזוכן "ליעבערס" פראדוקציע פלענט אדר צייט זעט ער דארט ווי מען נעמט גרויסע דער "דאמינא" צוקער און מען גיסט עס אריין אין קליינע "ליעבערס" זעקלעך!
שפעטער זענען אידן 'מהדר' און מען קויפט נאר מיט א הכשר......
ליעבערס האט א פראדוקציע פלענט? זיי האבען א וועירהויז, מיט אביסעל פאקען זיי איבער קליינע נאש אין קלייינע פעקלעך, דער פראדוקציע ווערט אלס געמאכט ביי גוי'אישע קאמפאניס, און אזוי אויך אלע אנדערע אידישע עסען פירמעס פראדוצירן נישט אליין.
אישתישבי: פון וואו ווייס איך וואס דו זאגסט איז אמת...?! ווייל איינס פון מיינע דזשאבס אמאל איז געווען איינקויפן אלע עסן באדערפענישן פאר א ישיבה. און ס'איז געווען א תקופה ווען ס'האבן געפעלט 2 פראדוקטן פונ'ם אלגעמיינעם מארקעט. ביידע זענען מאנופעקטשור'ד דורך היינז. קעטשאפ און עפל דזשוס. און ווען ס'איז נישט געווען פון היינז, האט קיין שום אידישע קאמפעני נישט געהאט. נישט איצקאוויטש, מהדרין אדער שישא...!
berlbalagulehאישתישבי: פון וואו ווייס איך וואס דו זאגסט איז אמת...?! ווייל איינס פון מיינע דזשאבס אמאל איז געווען איינקויפן אלע עסן באדערפענישן פאר א ישיבה. און ס'איז געווען א תקופה ווען ס'האבן געפעלט 2 פראדוקטן פונ'ם אלגעמיינעם מארקעט. ביידע זענען מאנופעקטשור'ד דורך היינז. קעטשאפ און עפל דזשוס. און ווען ס'איז נישט געווען פון היינז, האט קיין שום אידישע קאמפעני נישט געהאט. נישט איצקאוויטש, מהדרין אדער שישא...!
הלוואי זאל ליבערס זיין איבערגעפאקטע היינז, די צוויי זענען אינגאנצן אנדערע פראדוקטן. מן הסתם איז עפעס געוועהן מיט די טאמעטעיס
אבער אויב זיי האבן אן אייגענע פראסעסינג פלענט. אדער זיי נעמען פון אנדערע סופלייערס, וואלט דאך לכה"פ איינער יא געדארפט צו האבן. און נאכדעים קומט התאחדות און זאגן אז די זעלבע פראדוקט וואס איז ארויס פון די זעלבע פלענט/פעקטארי איז טריפה ווייל ס'האט אן או.יו. ...!
אז מ'רעדט שוין פון וויפיהל די השגחה פון התאחדות איז ווערד. זיי האבן געהאט א מענטש, גראדע א וואויל איד'ל אבער א גרויסער בטלן. וועם איך האב אליינס געהערט אויפ'ן טעלעפאן פרעגן א שאלת תם..."וואס איז דאס, סיליקאן?"...! א מענטש וואס דיעלט אין הונדערטער פראדוקטן ווייסט נישט וואס סיליקאן איז...! וויאזוי קען ער געבן השגחה...?!
איסר האטלקידו רעדסט אודאי נישט פון עקסטרע לארדזש. אויב יא, דאן קוק איבער.
$1.69
Re: מהדרין טשיז סנעק: רייטן אויפן ציבור!
קורקלענדאיסר האטלקידו רעדסט אודאי נישט פון עקסטרע לארדזש. אויב יא, דאן קוק איבער.
$1.69
דעק איסר האטלקי האט א מנהג זיך צו טענה'ן אויף גראדע ווענט
יעדער איינער ווייסט אז ניישטאט פון בארא פארק פון Jack's Eggs וואס ער סופלייעד אלע היימישע געשעפטן מיט אייער האט ארויפגעצויגן די פרייז פאר אייער עפעס אומגלויבליך יעצט פאר פסח ווען אידן דארפן אייער פאר יום טוב מיטן מאכן א מאנגעל פאר אנפאנג אז ער האט נישט קיין אייער ,ביז ווען ער האט מיטאמאל געהאט א שפע פון אייער פאר 3 מאל די געהעריגע פרייז
איך ווייס נישט וואס די אמת'ע מעשה איז דערונטער, אבער דאס ווייסט קינד און קייט אז ביי נישט אידישע געשעפטן זענען די אייער געווען מערסטענס דאפעלט די פרייז , נישט פאר קיין 3.69 א דאזען
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
אישתישביפאליטיקאנטאז מ'רעדט שוין פון כשר'ע פראדוקטן עלעך צולייגן אז א פריינט מיינער איז געגאנגען באזוכן "ליעבערס" פראדוקציע פלענט אדר צייט זעט ער דארט ווי מען נעמט גרויסע דער "דאמינא" צוקער און מען גיסט עס אריין אין קליינע "ליעבערס" זעקלעך!
שפעטער זענען אידן 'מהדר' און מען קויפט נאר מיט א הכשר......
ליעבערס האט א פראדוקציע פלענט? זיי האבען א וועירהויז, מיט אביסעל פאקען זיי איבער קליינע נאש אין קלייינע פעקלעך, דער פראדוקציע ווערט אלס געמאכט ביי גוי'אישע קאמפאניס, און אזוי אויך אלע אנדערע אידישע עסען פירמעס פראדוצירן נישט אליין.
הה"ד ווילסט פרעגן קשיות אדער ווילסט הערן מעשיות
moneymindedקורקלענדאיסר האטלקידו רעדסט אודאי נישט פון עקסטרע לארדזש. אויב יא, דאן קוק איבער.
$1.69
דעק איסר האטלקי האט א מנהג זיך צו טענה'ן אויף גראדע ווענט
יעדער איינער ווייסט אז ניישטאט פון בארא פארק פון Jack's Eggs וואס ער סופלייעד אלע היימישע געשעפטן מיט אייער האט ארויפגעצויגן די פרייז פאר אייער עפעס אומגלויבליך יעצט פאר פסח ווען אידן דארפן אייער פאר יום טוב מיטן מאכן א מאנגעל פאר אנפאנג אז ער האט נישט קיין אייער ,ביז ווען ער האט מיטאמאל געהאט א שפע פון אייער פאר 3 מאל די געהעריגע פרייז
איך ווייס נישט וואס די אמת'ע מעשה איז דערונטער, אבער דאס ווייסט קינד און קייט אז ביי נישט אידישע געשעפטן זענען די אייער געווען מערסטענס דאפעלט די פרייז , נישט פאר קיין 3.69 א דאזען
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
ס'געווען באריכטעט אז פארמס זענען געבליבן מיט אסאך אייער וואס זיי האבן נישט געהאט פאר וועם צו פארקויפן ווייל אזויפיל געשעפטן זענען פארמאכט. סא א שארטעזש איז זיכער נישט געווען. ס'זיכער אז די פרייז איז נישט ארויפגעגאנגן צוליב די די ענדיגט נאר ס'איז געווארן ארויפגעשרויפט דורך די דעסטריביוטער
https://www.recordonline.com/news/20200416/too-many-eggs-not-enough-cooks-sullivan-poultry-farm-feeling-hurt@moneymindedפון אישי:
שׁאַפּרייט איז $3.69 א דאָזען.
דאס איז טייערער ווי רוב גראסעריס אין ב"פ וואס בעטן 3 דאלער.
Re: מהדרין טשיז סנעק: רייטן אויפן ציבור!
[ציטאט אראפגענומען]
אבער די פראבלעם איז אז איינמאל מ'הייבט אן פארקויפן פאר ביליגער, קומט די עסטעבלישט קאמפעני (גפן, ליעבערס) און זיי מאכען עס נאך ביליגער נאר עד יעבור זעם, און די נייע קאמפעני (וואס האט שוין גענוג חובות, און געווענליך נישט קיין גרויסע 'קעש פלאטע', און אסאך מאל האבן זיי נאך באצאלט אביסל טייערער ווי די אוועקגעשטעלטע קאמפעני) גייט באנקראט!
Re: מהדרין טשיז סנעק: רייטן אויפן ציבור!
moneymindedקורקלענדאיסר האטלקידו רעדסט אודאי נישט פון עקסטרע לארדזש. אויב יא, דאן קוק איבער.
$1.69
דעק איסר האטלקי האט א מנהג זיך צו טענה'ן אויף גראדע ווענט
יעדער איינער ווייסט אז ניישטאט פון בארא פארק פון Jack's Eggs וואס ער סופלייעד אלע היימישע געשעפטן מיט אייער האט ארויפגעצויגן די פרייז פאר אייער עפעס אומגלויבליך יעצט פאר פסח ווען אידן דארפן אייער פאר יום טוב מיטן מאכן א מאנגעל פאר אנפאנג אז ער האט נישט קיין אייער ,ביז ווען ער האט מיטאמאל געהאט א שפע פון אייער פאר 3 מאל די געהעריגע פרייז
איך ווייס נישט וואס די אמת'ע מעשה איז דערונטער, אבער דאס ווייסט קינד און קייט אז ביי נישט אידישע געשעפטן זענען די אייער געווען מערסטענס דאפעלט די פרייז , נישט פאר קיין 3.69 א דאזען
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
https://www.wsj.com/articles/for-grocers-eggs-are-getting-more-expensive-amid-coronavirus-11586172611

מיין גראסערי האט געבעטן 3.99, און געווענליך בעט ער 1.99 , דאס מיינט געווענליך צאל איך סאך מער איבער ווי יעצט.
אין וואל מארט מאנסי האב איך געקויפט ערב יו"ט א דאזען אייער פאר $1.10
יעצט נאך יו"ט איז עס אביסל טייערער
אין היימישע געשעפטן האט ערב יו"ט געקאסט א דאזען 3 און 4 $
וואל מארט און טארגעט האבן ביידע די מעגליכקייט צו קויפן מיליאנען אייער אויפאמאל, זיי פארקויפן חודשליך וויפיל אלע אידן איבער די וואלט עסן אין א חודש. נישטא קיין איין היימישע סטאר וואס האט אזא בייאינג פאוער ווי זיי.
דאס איז אויסער דעם וואס זיי זענען זייער אייגענע דיסטריביוטער. וואס אויף דעם גייט אויך אראפ א ריזן פראצענט. זיי האבן מעגליך אייגענע פארמס אויך, אבער אין דעם. בין איך נישט זיכער.
Re: מהדרין טשיז סנעק: רייטן אויפן ציבור!
קרעקעראין וואל מארט מאנסי האב איך געקויפט ערב יו"ט א דאזען אייער פאר $1.10
יעצט נאך יו"ט איז עס אביסל טייערער
אין היימישע געשעפטן האט ערב יו"ט געקאסט א דאזען 3 און 4 $
זעהט אויס די USDA קוקט נאר אויף די פרייזן אין היימישע גראסעריס, ווייל לויט זיי איז די עווערעדזש פרייז געווען 3$
אה. איך ווייס שוין פארוואס די פרייז פון אייער איז אזוי שטארק ארויף. צוליעב די קאראנא וויירוס. די גאווערנארס פון ביידע סטעיטס, ניו יארק און ניו דזשערסי האבן פארארדנט די טשיקנס נישט אריינצוקומען צו די ארבעט...!
בינגאו $1.29
יא!
אויך ווייס עס ערשט האנטיג אז זיי שאנטאזשירן יעדע עקזיסטירנדע מוצלח'דיגע קאמפעני!
א שטייגער וואס גפן האט געטון צו שיבולים.
Re: מהדרין טשיז סנעק: רייטן אויפן ציבור!
איסר האטלקי@moneymindedפון אישי:
שׁאַפּרייט איז $3.69 א דאָזען.
דאס איז טייערער ווי רוב גראסעריס אין ב"פ וואס בעטן 3 דאלער.
אן קיין רעסיט איז עס פעיק ניוז
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
Re: מהדרין טשיז סנעק: רייטן אויפן ציבור!
[ציטאט אראפגענומען]
זייער זייער שווער,די דארפסט פארקויפן אסאך קוואנטיטי צו קענען קאמפיטען
איך האב געקויפט דעם יום טוב הטוב קאטטעזש טשיז און זויער קרים און עס איז געווען היפש נישט בעטעמט , טאקע פיל ביליגער אבער עס איז נישט גרינג צו קענען מאכן גוטע סחורה פאר א גוטע פרייז אן קיין סך קוואנטיטי און אויך שעלף ספעיס איז נישט גרינג
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
moneymindedאיסר האטלקי@moneymindedפון אישי:
שׁאַפּרייט איז $3.69 א דאָזען.
דאס איז טייערער ווי רוב גראסעריס אין ב"פ וואס בעטן 3 דאלער.
אן קיין רעסיט איז עס פעיק ניוז
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
ס'איז א דבר העומד להתגלה. זיי האבן א וועבזייטל, גייט איבערצייגט אייך.
מהדרין איז א גרויסע פירמע מיט פיר עלטערע אידן בעלי בתים, און זיי האבן גרויסע משפחות און דארפען פרנסה.