☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » alphabet

alphabet

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1369

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 1:38 pm

· #32127
alphabet
איך האב געמיינט (און זיך שוין געפרייט!) אז די ווארט פונעם קעפל קומט משורש 'אלף-בית' (אלפעבעט)

לייען איך דא אז ס'גאר א גריכיש ווארט! און זייערע אותיות הייבט זיך אן מיט אלפע און ביתע...

פארשאלטענע יונים! פוי!

נפתלי » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 1:49 pm

· #32130
און פון וואו מיינסטו קומען זייערע אלפע ביתע? משורש אלף בית

אלזא! נעם א טיפן אטעם און בארואיג דיר...

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 1:55 pm

· #32132
יא יא איך ווייס.... אבער די רשעים באהאלטן עס!
קענסט דאך יענע מעשה... ניין?

נפתלי » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 2:01 pm

· #32133
אז דו זאגסט נישט די מעשה קען איך נישט וויסן צו איך קען עס

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 2:09 pm

· #32134
א קינד האט זיך אמאל איינגערעדט אז ער איז א טשיקן, און ער האט מורא געהאט צוגיין אויפ'ן גאס וואו קעצעלעך וועלן אים אויפעסן, איז ער דעריבער
געבליבן איינגעשפארט אינדערהיים יארן... מ'האט איינגעשפאנט גרויסע פסיכיאלאגן זאלן ארבעטן אויפ'ן קינד, אבער ללא הועיל...

ביז ענדליך האט א גוטער פסיכיאטער אים אויפגעוויזן אז ער איז בכלל נישט קיין טשיקן און ער האט עס אנגענומען צו אלעמענס פרייד. -- ווען מ'האט אים געוואלט ארויסנעמען צו דער גאס האט ער אנגעהויבן מיט בכיות אזוי ווי אמאל מיט די זעלבע שרעק כאילו לא היה, ער וויל נישט גיין!
האט מען געפרעגט, דו האסט דאך געזאגט אז דו גלייבסט און דו ווייסט שוין אז דו ביזט נישט קיין טשיקן, איז פארוואס האסטע נאך מורא?! -- זאגט דאס קינד: "איך ווייס שוין טאקע אז איך בין נישט קיין טשיקן, די קעצעלעך אבער ווייסן נאך נישט."

יידל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:57 am

· #35551
נפתלי
און פון וואו מיינסטו קומען זייערע אלפע ביתע? משורש אלף בית

אלזא! נעם א טיפן אטעם און בארואיג דיר...

אייגענטלעך זענען אלע סעמיטישע שפראכן זייער ענליך איינס צו צווייטן און ס'איז בכלל נישט אזוי זיכער אז לשון עברי איז געקומען פאר לשון ארמי.

יידל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:14 am

· #35560
[ציטאט אראפגענומען]

לעומת זה איז ידוע וואס דער רמב"ן שרייבט אז לשה"ק אין אראמיש שטאמען ביידע פון איין מקור, און ס'לאו דוקא אז איינס איז געווען פאר די צווייטע.

מורינו הרב » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 6:52 am

· #39381
פונקט ווי אידיש מיט ענגליש זענען ענדליך.