☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » פסק'נען אן סמיכה?

פסק'נען אן סמיכה?

84 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13682
בלאט: 1 2

נהורא נפישא » דאנערשטאג אפריל 2, 2020 4:18 pm

· #444996
די מושג פון דעת תורה מיט שר התורה און אז דאס זאל מחייב זיין איז ריין ארגעניזאציע פראפאגאנדע (די מקור פאר די התחייבות איז זעלבסט דעת תורה) וואס ארבעט זייער גוט פאר די מאסן זינט די מאסן ווילן זיך ממילא אינטערווארפען אינטער דעם אלס א קהילה לעבן. אבער יעדער יחיד פאר זיך קען זיך וועלן וואו ער וויל באלאנגן און טאמער ער איז אליין א ת"ח קען ער מאכן שבת פאר זיך. בימינו איז מרא דאתרא נישט אזוי ווייט מכח סמכות נאר האט מער צו טאן מיט חושן משפט דהיינו אז א רב סערווירט דעם ציבור פון זיין קהילה ממילא ווערט אים צוגעשטעלט געוויסע התחייבותער, איבער זיין דעה אין הלכה ווי ווייט ער האט סמכות אז מ'זאל זיך דארפן מבטל זיין צו אים אויף למעשה קען מען זיך דינגען וואו ווייט ס'גייט בכל אופן איז היינט שוין נישט פארהאן אזא זאך אז ס'זאל זיין א שטאט'ס רב וואס אלע קהילות זאלן זיך בפועל אונטער אים מכניע זיין, און דאס איז אמת אויך מיט הרב טובי ווייס.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 2, 2020 5:53 pm

· #445000
נהורא נפישא
רביה''ק זי''ע
נהורא נפישא
אויב פרובירסטו צו זיין אבדזשעקטיוו דאן ביסטו אן אונס

דאס ווייס איך אויך, די שאלה איז נאר וויאזוי איך קען וואוסן צו איך בין דער אונס צו מיינע בעלי פלוגתא זענען די אונסים (אדער מזידים...)

מוז נישט זיין אז מ'קען וויסן. און דאס איז נוגע אייביג ביי יעדע מיינונג. איך ווייס נישט פארוואס דאס איז געווארן א שמועס דוקא דא.

ווייל איך וויל דערגיין די גדר פון תורה מכרזת עליו וואס דאן דארף איך שוין נישט קיינעם'ס הסכמה.

כרפס » פרייטאג אפריל 3, 2020 12:49 am

· #445064
ר' חיים קאניעווסקי קוקט מראות?

ליב צו וויסן » פרייטאג אפריל 3, 2020 10:14 am

· #445092
כרפס
ס'דא א יוד וואס הייסט - ירושלימער רב - ער זאל זיין געזונט און שטארק, ער איז דער רב מטעם החרדים אין ארץ הקודש בירושלים, און דאס הייסט א אוטאריטעט. ער האט סמיכה און ער איז אפציעל אויפגענומען געווארן.
אבער, צו נעמען א פסק פון איינעם וואס '''מ'האט'''' געקרוינט אלץ שר התורה מרן, איז לעכערליך דורכאויס. און כאטש וועסט זייער שטארק חוזק מאכן פון מיינע שורות, וועט עס נישט ריקן די אמת.

ס'איז א טפשות ארויפצוצווינגען א נאמען אויף איינעם, כאטש ער איז א ריזן ידען און מתמיד, אלץ פוסק הדור און שר התורה, אויסער אז מ'האט עהם דערפאר אויפגענומען און ער איז מוסמך מטעם חברים בבית דין צו מורי צדק אין די וועלט.
איך שרייב עס פאר נאך א סיבה, ווייל כ'בין אסאך אין לעיקוואוד, און דערנעבן - אין טאמס ריווער - האט מען געוואלט בויען א מקוה טהרה, דאס איז געווען א תוצאה פון וואס מ'האט זיך געוואלט פארנעמען א דבר טוב, נאך וואס ס'פארגעקומען שווערע אינצידענטן דארט.
און ווען מ'איז שוין געווען ווארעם פאר די זאך, קומט צוגיין אפאר ליטוואקעס, און זאגן; רעב חייעם האט געזאויגט.. אז ניט ריידן ביים דאווענען איז כאושעווער ווי א מיקווע מאכן...
און ס'בטל געווארן די פלאן פון א מקוה.
איז ער דער טאפ פוסק אז ער האט די לעצטע ווארט ביים כלל? און טאמער זאגט ער נישט פארמאכן ישיבות גייט מען גיין מיט'ן קאפ אין וואנט אריין?


ירושלימער רב האבן די קנאים אויפגענומען און ר' חיים האבן די ליטווישע אויפגענומען
די חילוק צווישן די 2:
1) ירושלימער רב איז געווארן אנגענומען אסאך צוליב פאליטיק און ווייניג ווייל ער קען לערנען, ר' חיים איז געווארן אנגענומען ווייל ער לערנט גאר אסאך
2) פאר ירושלימער רב האט מען געמאכט א מצב בשעת'ן אויפנעמען, און פאר ר' חיים נישט

לגבי א נערישע פסק פון ר' חיים:
1) איך קען אסאך נערישע פסקים וואס מען זאגט נאך פון רבין זכותו יגן עלינו...
2) איך בין נאכנישט איבערצייגט אז אין דעם פאל זענען זיי נישט גערעכט
3) אלע אלטע רבנים -מיט היתר הוראה צו אן- ווערן אין אלגעמיין געפירט ביי זייערע שטוב מענטשן

כרפס » פרייטאג אפריל 3, 2020 2:12 pm

· #445120
אין וועלכע ראנג איז ר' חיים? צווישן די פוסקים? צווישן די גאונים? צווישן הויפטן?
כ'וויל הערן ווער איז העכער עהם, און ווער נישט. מער קלארער; ווער איז אונטער זיין פסק און ווער נישט!
איין פראצענט ענטפער האב איך שוין; איך בין נישט..

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אפריל 3, 2020 3:13 pm

· #445132
איך מיין קיין גרויסע חכם דארף מען נישט זיין צו זען די אגענדא אין די אשכול, וכבר איתמחי גברא.....

הרב חיים איז לכאורה נישט קיין פוסק, אבער נישט צוליעב זיין ניטש נעמן הוראה. פסק איז א געוויסע מיינדסעט וואס מ׳דארף האבען, און עס האט קיינער נישט געוויזען אז ער האט עס. צו קענען פסקנ׳ן דארף מען זיין א גרויסע למדן, אנדערש שטעלט מען צו בוידעם מיט קלאטץ. מ׳דארף אויך מסדר זיין די שיטות הדק היטב, נישט זיך באגענוגיגן מיט די סברות פון איין שיטה. נאך דעם דארף מען האבען א געוויסע רגילות אין פארשטיין וויאזוי די הכרעה דארף גיין. רוב היינטיגע ׳פוסקים׳ האבען נישט די דריי עניינים, און ׳שימוש׳ מיינט הערן וויאזוי דער רב קרעכצט ארויס א פסק און פארדעקט וואס ער ווייסט נישט מיט א ׳כדאי מחמיר צו זיין׳.

כאמור במקום אחר, אין לעיקוואד גיין געווענדליך די שוואכערע יונגעלייט אריין אין פסק און אסאך נעמן שימוש ביי א געוויסע דיין. יענער דיין, ווען מ׳גייט אריין ביי אים, האט קיינמאל נישט קיין גמרא צו א שולחן ערוך אויפ׳ן טיש. אייביג א ליקוט ספר פון א היינטיגע מוצ׳ל, מיט די פאפירן פון זיין פארטיי און קונטרסים פון טומול מאכערס. ווייל אין דעם ליגט ער. און אז מ׳פרעגט אויף עפעס וואס ער ווייסט נישט וועסטו בחייכון נישט הערן די ווערטער ״איך ווייס נישט״. וועסט הערן ״ס׳איז ממש א שאלה, מ׳דארף אין די זאכען מחמיר זיין, מ׳טאר זיך נישט שפילן״. ווייל פון זיין מ׳וויל קומן נישט ארויס די ווערטער. יא, ער פאכעט מיט די הענט ווי א פרומער, ער איז געזעסן שימוש ביי א רב פונדערהיים, און ער רעדט מיט א זעלבסט זיכערקייט. אבער פסקנ׳ן קען ער נישט, און ער טאר נישט זיין קיין דוגמא פון א פוסק.

כרפס » פרייטאג אפריל 3, 2020 3:18 pm

· #445135
ווילאנג און שווער האב איך געארבעט ביז דו האסט זיך אנגערופן... חחח

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אפריל 3, 2020 3:28 pm

· #445141
לאמיר טאקע זען ווי לאנג וועט נעמן פאר די ניק צו גיין אין די וועג פון זיין פארגייערס

כרפס » פרייטאג אפריל 3, 2020 3:35 pm

· #445143
ליטוואק פון בודאפעסט
לאמיר טאקע זען ווי לאנג וועט נעמן פאר די ניק צו גיין אין די וועג פון זיין פארגייערס

הכל ריווח...

מצפצף » מוצ"ש אפריל 4, 2020 10:13 pm

· #445212
בספר צמח דוד (לתלמיד הרמ"א) כתב "ואני הכותב שמעתי מהגאון המופלג מוה"ר סיני בר בצלאל (אחי מהר"ל מפראג) מה שנתחדש סמיכה בין האשכנזים מטעם שבזמן ההוא היה
רבים עוסקים בנתינת גיטין וקידושין אף שלא היו יודעין בטיב הילכתן ע"כ נתקנה
סמיכה זו לסימן לכל בני אשכנז שכל מי שאינו נסמך למורנו לא יהיה לו רשות
להתעסק בטיב גיטין וקידושין

אמת וצדק » מוצ"ש אפריל 4, 2020 11:31 pm

· #445226
ספר צמח דוד
@מצפצף אז די ברענגסט דעם צמח דוד וועל איך שוין ברענגען די גאנצע שטיקל. ער שרייבט דארט ווי פאלגענט: מהרי״ל הוא הרב הגדול הידוע החסיד השלם ר׳ יעקב מוילון סג״ל הנקרא בפי כל מהרי״ל, והוא תלמיד של מהר״ר שלום מוויאן הנקרא מהר״ש. הוא מהרי״ל הרביץ תורה בישראל והעמיד תלמידים הרבה וחבר שו״ת ונתבקש בישיבה של מעלה בשנת תפ״ז כמבואר בראש הלכות פסח של ספר מנהגי מהרי״ל. ודע שמהרי״ל ורבותיו מהר״ש ומהר״ק הם הראשונים אשר הנסמכים בשם ״מהר״ר״, כי הסמיכות של מורינו הוא דבר שנתחדש בין האשכנזים, דבר אשר לא שערום ראשונים. וכתב דון יצחק אברבנאל בראש פרק שישי מפרקי אבות במשנת נקרא ריע וז״ל: אמנם אחרי בואי באיטליא מצאתי שנתפשט המנהג לסמוך אלו לאלו וכו׳ וראיתי התחלתו בין האשכנזים כולם סומכים ונסמכים, לא ידעתי מאין בא להם ההיתר זה אם לא שקנאו מדרכי העמים העושים דוקטורי ויעשו גם הם. גם ר׳ לוי אבן חביב הפליג בזה בתשובתו וכתב דברים גדולים ארוכים ורחבים. דערנאך איז דער צמח דוד ממשיך מיט די ווערטער וואס @מצפצף האט שוין אראפגעברענגט.

איך ווייס נישט ווי אזוי מען פלעגט סומך זיין אין איטאליא און אויף וואס, אז דער אברבנאל רעדט זיך אפ אין זיין ספר אויף פרקי אבות ״נחלת אבות״ אז מען מעג נאר סומך זיין אין א״י. אבער די סמיכה אין אשכנז צו סומך זיין בשם ״מורינו״ איז געווען למיגדר מילתא צו וויסן ווער עס איז בקי אין די הלכות ותו ליכא, די זעלבע ווי די גאנצע התרת הוראה איז למיגדר מילתא צו האלטען סדר און צו נעמען שימוש פון א רב וואס האט שוין אסאך געזעהן און געהערט און אזוי גייט עס אריבער צום נעקסטען דור. און די דרך פונעם גר״א, חפץ חיים, חזון איש, רבי חיים קנייבסקי איז טאקע א חידוש, אבער נישט קיין עיכוב. אונטערסאנט איז אז דאס סומך זיין בשם מורינו איז שוין היינט פארגעסען געווארן, און מען רופט אויס יעדער בעל הבית צום תורה ״יעמוד מורינו הרב״, א חוץ אין ישיבת צאנז-נתניה, ווי די קלויזענבורגער רב האט דאס איינגעפירט אבער עס האט שוין א גאנצע אנדערע משמעות.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אפריל 5, 2020 12:49 pm

· #445309
איך ווייס נישט פארוואס דו זאגסט די דרך הגר"א וכו' איז אזא חידוש. דער ש"ך וכדו' זענען דען פארנומען מיט 'מסורה'? אדרבא, דער גאנצע מסורה ערשיינונג איז א שפעטרער. אוודאי טרעפט מען רמזים דערצו אומעטום, און עס האט א געוויסע געוויכט אין פארשידענע ספרים און תשובות, אבער נישט צו דער שטאפל וואס מ'האט עס שפעטער גענומן. אדרבא, זיי האבען מחדש געווען א מהלך אין פסק וואס פארלאזט זיך נישט אויף די מקורות, נאר 'מה עמא דבר' און די גדרים פון ווער איז דער 'עמא' איז גארנישט אזוי קלאר. דער גר"א האט זיך געהאלטן ביי די אלטע מהלך. נאר איין זאך, אז ער מאכט זיך נישט אזוי צו טון מיט פוסקים און זייער סברות פאר אים. אבער צו זאגן אז די אנדערע פון זיין דור און פאר אים זענען געווען אזוי אנדערש ווי אים, איז רעוויזשעניסט היסטורי.

אמת וצדק » זונטאג אפריל 5, 2020 1:36 pm

· #445314
איך האב נישט גערעדט פון דאס ווארט ״מסורה״, נאר אז דער גר״א איז געווען א חידוש מיט דעם וואס ער האט נישט צופיל געלערנט און משמש געווען פון קיין רבי׳ס, נישט מקבל געווען התרת הוראה, נישט משמש געווען ברבנות אדער אין א בית דין אדער ישיבה, און געהאט א אייגענע נייע מקורות׳דיגע וועג פון לערנען. און די חפץ חיים, חזון אי״ש, רבי חיים קנייבסקי גייען פחות או יותר אויפן דרך הגר״א וממשיכיו.

רביה''ק זי''ע » זונטאג אפריל 5, 2020 1:56 pm

· #445319
דער גר"א איז נישט געווען דער ערשטער אזא חידוש, דער רמב"ם האט דען יא איינעם משמש געווען? ער האט אויך נישט געהאט קיין פראבלעם צו איגנארירן פריערדיגע אפילו די גמרא אליינס.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אפריל 5, 2020 2:05 pm

· #445325
אפילו די גדולי הדורןת וואס מיר ווייסן וועמן זיי האבען ׳משמש׳ געווען, זעט זיך נישט קיין גרויסע הכנעה צו אט די שימוש און די איינפלוס דערפון איז גארנישט אזוי קענטיג.
דער גר״א איז טאקע אייגענארטיג אין דעם, אבער די אנדערע זענען דאך נישט אזוי. זיי האבען זיך פארטיפט אין דער מהלך הגר״א און תלמידי תלמידיו, און איינער האט משמש געווען דער אנדערע. דער איינפלוס פון דער חזון איש אויף דער ספר נחל איתן איז למשל גאנץ קענטיג.

דער רמב״ם האט געהאט רביים, ווי זיין טאטע און דער ר״י מיגאש. אבער דאס איז ריכטיג אז ער מאכט זיך נישט צוטון צופיל מיט דער גמרא, אין מורה נבוכים וכדו׳. לדעתי איז דאס די סבה פארוואס די ספרים זיינער דארפן זיין גאר א קליינע אטאריטעט אין השקפת התורה והיהדות, פאר אן אויפריכטיגע אידישע דענקער. דער וואס זוכט די אריגינעלע אידישע טראכטסגאנג, געבויט אויף די ספרים פון די וואס האבען עס אפגעלערנט און איבערגעגעבען, מעג פארשטיין אז מורה נבוכים איז בכלל נישט פון דער טראכטסגאנג, וכספרים חיצונים ייחשב

אמת וצדק » זונטאג אפריל 5, 2020 2:13 pm

· #445329
Re: פסק'נען אן סמיכה?
רביה''ק זי''ע
דער גר"א איז נישט געווען דער ערשטער אזא חידוש, דער רמב"ם האט דען יא איינעם משמש געווען? ער האט אויך נישט געהאט קיין פראבלעם צו איגנארירן פריערדיגע אפילו די גמרא אליינס.


איך האב נישט געזאגט אז דער גר״א איז געווען די ערשטע אין היסטאריע צו זיין אייגענארדיג.


Sent from my iPhone using Tapatalk

אמת וצדק » זונטאג אפריל 5, 2020 2:19 pm

· #445331
Re: פסק'נען אן סמיכה?
ליטוואק פון בודאפעסט

דער גר״א איז טאקע אייגענארטיג אין דעם, אבער די אנדערע זענען דאך נישט אזוי. זיי האבען זיך פארטיפט אין דער מהלך הגר״א און תלמידי תלמידיו, און איינער האט משמש געווען דער אנדערע. דער איינפלוס פון דער חזון איש אויף דער ספר נחל איתן איז למשל גאנץ קענטיג


איך האב טאקע געשריבען אז ״זיי גייען ״פחות או יותר״ אויפן דרך הגר״א ״וממשיכיו״.


Sent from my iPhone using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » זונטאג אפריל 5, 2020 2:34 pm

· #445336
ליטוואק פון בודאפעסט
דער רמב״ם האט געהאט רביים, ווי זיין טאטע און דער ר״י מיגאש. אבער דאס איז ריכטיג אז ער מאכט זיך נישט צוטון צופיל מיט דער גמרא, אין מורה נבוכים וכדו׳. לדעתי איז דאס די סבה פארוואס די ספרים זיינער דארפן זיין גאר א קליינע אטאריטעט אין השקפת התורה והיהדות, פאר אן אויפריכטיגע אידישע דענקער. דער וואס זוכט די אריגינעלע אידישע טראכטסגאנג, געבויט אויף די ספרים פון די וואס האבען עס אפגעלערנט און איבערגעגעבען, מעג פארשטיין אז מורה נבוכים איז בכלל נישט פון דער טראכטסגאנג, וכספרים חיצונים ייחשב

א) וויפיל מאל האט דער רמב"ם בכלל זיך געטראפן מיט'ן ר"י מיגאש? און ער איז בסך הכל נאך געווען א קליין קינד ווען דער ר"י מיגאש איז אוועק, נישט דאס האט מען געמיינט.

ב) כ'האב דירעקט נישט געמיינט די חלק פונעם רמב"ם'ס השקפה, און דו ביזט גערעכט אז זיין השקפה איז בכלל נישט די אריגינעלע אידישע השקפה. און ער האט געהאט פון וועם זיך צו לערנען, רב סעדיה און רב שמואל בר חפני זענען גארנישט געווען הינטערשטעליג פון איהם. אבער נישט פון דעם האב איך גערעדט, כ'האב גערעדט דווקא פון זיין דרך הפסק, ווען די גמרא לערנט אריין א פשט אין א משנה וואס שטימט נישט ע"פ פשוט פשט האט ער נישט קיין שום פראבלעם עס צו איגנארירן אינגאנצן (הגם מ'קען עס פארענטפערן אז דער רמב"ם האט געהאלטן אז די אלע דוחק תירוצים פון גמרא זענען נאר תירוצים, און נישט אז די גמרא האט עס טאקע אנגענומען למעשה, ויש לחקור).

רביה''ק זי''ע » זונטאג אפריל 5, 2020 2:45 pm

· #445339
אמת וצדק
רביה''ק זי''ע
דער גר"א איז נישט געווען דער ערשטער אזא חידוש, דער רמב"ם האט דען יא איינעם משמש געווען? ער האט אויך נישט געהאט קיין פראבלעם צו איגנארירן פריערדיגע אפילו די גמרא אליינס.


איך האב נישט געזאגט אז דער גר״א איז געווען די ערשטע אין היסטאריע צו זיין אייגענארדיג.

גערעכט, די שאלה איז נאר וויפיל אזעלכע פוסקים ס'דארפן זיין אז ס'זאל ארויסגיין פונעם פון גדר "אייגענארטיג" און אריינגיין אינעם גדר פון "מעינסטריעם".

אישתישבי » זונטאג אפריל 5, 2020 3:23 pm

· #445348
צו באמערקען, דער שמועס איז א וויכטיגע, אבער אנדערש פין שימוש וואס דער פותח האשכול האט גערעדט.

און לגבי דער שמועס אליין, דער ראגאטשאווער האט זיך געקריגט מיט וועמען ער האט געוואלט כאטש ער איז געווען א חסיד, נאר ביי דער ליטווישער חדר האט מען זיך גענומען דער סמכות אפילו טאמער מען איז נישט געוועהן דער ראגאטשאווער.

כרפס » זונטאג אפריל 5, 2020 3:32 pm

· #445354
אישתישבי
צו באמערקען, דער שמועס איז א וויכטיגע, אבער אנדערש פין שימוש וואס דער פותח האשכול האט גערעדט.

און לגבי דער שמועס אליין, דער ראגאטשאווער האט זיך געקריגט מיט וועמען ער האט געוואלט כאטש ער איז געווען א חסיד, נאר ביי דער ליטווישער חדר האט מען זיך גענומען דער סמכות אפילו טאמער מען איז נישט געוועהן דער ראגאטשאווער.

כ'וויל וויסן, צו די אלע גדולים וואס איר רעדט און ברענגט דא, האבן נישט גע'פסק'נט קיין מראות? האבן זיך אפגעשאקלט פון אנדערע פסקנות? האבן נאר ארויסגעגעבן פסקים ווי; הסכמות, ברכות, און דאס גלייכן?
איך וויל מאכן קלאר צוויי זאכן.
איינס, אז ר' חיים איז א גרויסע גאון וגדול בישראל, אבער נישט קיין רב הכולל, און נישט קיין ראש בי''ד, טאקע ווייל ער איז נישט מוסמך דערויף.
ממילא נומער צוויי; ער איז נישט קיין פוסק פאר'ן כלל, באזונדער ווען עס קומט צוצושפארן מוסדות אין אזא שרעקעדיגע זמן, און צו מאכן דעסישענס וואס געהער נישט פאר עהם.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אפריל 5, 2020 4:11 pm

· #445363
איינער וואס איז פונקט ווי ר׳ חיים און ער האט סמיכה, מעג פונקט אזוי נישט פסקנ׳ן. די פאפיער פון ׳סמיכה׳ מיינט גארנישט אין דער געביט. סמיכה איז פאר אלטע שאלות צו מראות. שיקול הדעת שאלות האט נישט מיט סמיכה און שימוש, און איך וואלט געזאגט שימוש פוסקים זענען די ווייטסטע פון קענען פסקנ׳ן אזעלכע זאכען. זיי האבען נישט קיין רגילות פון פסקנ׳ן מיט שיקול הדעת און הוכחות פון סוגיות, און דעריבער איז דאס נישט זייער פילד.

די ליטווישער וואס פסקנ׳ן פון סוגיות זענען נישט יעדער שמענדריק. ר׳ משה פיינשטיין האט אזוי געטון, ומי נפלה חלקו פון דער ראגאטשאווער? ר׳ נסים קרליץ האט נישט אזוי געטון און נישט רשז״א, אחוץ ביי נייע שאלות, וואס טאקע נאר גאר גרויסע דארפן זיך אריין טון דערין. ליידער האט רומעניע ארויס געגעבן אזא פוסק וואס האט נישט קיין רבי, אבער פסקנ׳ט כפי שיקול דעתו, און יעדער נארמאלע לערנער לאכט ווען ער זעט זיין תשובות

שקד » מאנטאג אפריל 20, 2020 8:54 pm

· #446280
הרב קניבסקי חבר בוועדת הרבנים של בית החולים מעייני הישועה. - ויקיפדיה

רביה''ק זי''ע » מאנטאג אפריל 20, 2020 9:20 pm

· #446284
שקד
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=13738

<a class="postlink" href="https://youtu.be/oldOhQe9NFg">https://youtu.be/oldOhQe9NFg</a>

שקד » מאנטאג מאי 4, 2020 4:45 pm

· #447683
<a class="postlink" href="https://www.bhol.co.il/news/1096789?utm_source=whatsapp&utm_medium=link">https://www.bhol.co.il/news/1096789?utm ... edium=link</a>

שוין ווידער וויל דער תורה מיניסטער איבער נעמען די פאסטן פונעם געזונט מיניסטער...
ער זאגט ווער ס'זאל יא גיין אין ישיבה און ווער נישט... אפשר וויל ער איבערנעמען די סטאק מארקעט אויך?

הדסים » מאנטאג מאי 4, 2020 5:08 pm

· #447686
איך פארשטיי נישט פארוואס די גאנצע שמועס ווערט אנדערש ווען מען לייגט די נאמען ר' חיים, מען קען פרעגן די שאלה אויף יעדע ראש ישיבה און אדמו"ר. פארוואס דארף דער עולם מקבל זיין דעם "דעת תורה" פונעם רבין/גדול? די תירוץ איז, זיי האבן מחליט געווען אז ער איז דעת תורה.

און צו דיר רביה"ק, ווען דער עולם וועט מחליט זיין אז דיין דעת איז דעת תורה, וועט עס זיין.

שקד » מאנטאג מאי 4, 2020 10:58 pm

· #447723
הדסים
איך פארשטיי נישט פארוואס די גאנצע שמועס ווערט אנדערש ווען מען לייגט די נאמען ר' חיים, מען קען פרעגן די שאלה אויף יעדע ראש ישיבה און אדמו"ר. פארוואס דארף דער עולם מקבל זיין דעם "דעת תורה" פונעם רבין/גדול? די תירוץ איז, זיי האבן מחליט געווען אז ער איז דעת תורה.

און צו דיר רביה"ק, ווען דער עולם וועט מחליט זיין אז דיין דעת איז דעת תורה, וועט עס זיין.

די חילוק איז אבער, אז ווען מ'פייפט, פייפט מען יעדעם אן. און דאס וואס זיי פרעגן יעצט, איז א גוטע סיבה צו קענען מאכן הפגנות אין די גאסן.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג מאי 4, 2020 11:06 pm

· #447726
אבי גערעדט, יעדער פייפט, דער חבדסקער פייפט אויף סאטמאר, דער בעלזער אויף סקווירא, דער חסידישער אויף די מאדערנע, די קאנסערוואטיוון אויף די רעפארמער. סך הכל פייפט יעדער, די חילוק איז נאר אויף וועם מ'פייפט.

שקד » דינסטאג מאי 5, 2020 12:34 pm

· #447770
וויאזוי שפירט מען ווען מ'הערט אז '''יודען''' האבן געטון קעגן די געזעץ? ווען מ'ווייסט גוט אז ס'איז פונקט ווי מ'זאגט, וואסער דערטרענקט.
וועלכע יודן, ווען, פארוואס... יעדע זאך האט פרטים.

לענינינו; ר' חיים האט געזאגט! און מ'גייט און מ'האט געטון אזוי... ווער איז דער זאגער? ס'דא צענדליגע גרויסע זאגערס אין ארץ ישראל, און נאכמער דעות.
און ווער ס'איז עובר קעגן א געזעץ, איז גענוג איינער, אז מ'זאל אויספויקן ברבים, כלל ישראל פאלגט נישט!

מ'מעג זיין קלאר, אז ר' חיים איז נישט אונזער זאגער. און טאמער איינעמס יא, איז עס זיינס! נישט מיינס. און רוב מנהיגי הדור הייסן פאלגן די דאקטאר צו די אפציעלע [על כל פנים אפציעל הייסן זיי אזוי... אשפ''ג...] און די נאמען שר התורה, און עמוד התפילה און גאון הגאונים איז פונקט גוט פאר די מאה שערים פלאקאטן וואס טוישט זיך ווי טישאס... ווייל ס'קען גאר זיין אין קאנאדע וואוינט איינער וואס איז 'באמת' גרעסער, און האט מער חשיבות און נכנעים צו זיינס א ווארט. און אפשר אין אויסטראליע, אפשר יא אין בני ברק, אבער ס'נישטא קיין מאה רבנים וואס האבן גע'פסק'ט אויף בלויז איינעם.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 5, 2020 12:37 pm

· #447771
רביה''ק זי''ע
אבי גערעדט, יעדער פייפט, דער חבדסקער פייפט אויף סאטמאר, דער בעלזער אויף סקווירא, דער חסידישער אויף די מאדערנע, די קאנסערוואטיוון אויף די רעפארמער. סך הכל פייפט יעדער, די חילוק איז נאר אויף וועם מ'פייפט.

דער וואס קומט דא אנפייפן דער חזו"א מיט הרב חיים קנייבסקי, דער וויזניצער רבי און נאך, גלויבט פונקט אין א פוסטע זאק וואס אויסער ציילן לעפלעך זופ האט ער גארנישט געטון פאר אידישקייט (אידישקייט מיינט תורה, נישט אנהאלטן טאטעס משוגעת'ן). פארוואס? עס איז נישט קיין צופאל, אזוי גייט עס.

שקד » דינסטאג מאי 5, 2020 2:15 pm

· #447774
פאר וועלכע חסיד ס'איז איינגעפאלן אין א שוואכע מינוט, זיך צו אינטערעסירן וואס דער ווילנער גאון האלט און פסקנ'ט, דער זעלבער גייט שטארק אן וואס ר' חיים קאניעווסקי האלט.
און ס'דאך קלאר, אז ווען נישט די דרך החסידות, וואס איז זיך מכניע צו א רבי און אויך לעפלעך זופ איז א תורה שלמה, און זוכן זיך נישט איבערצוקלוגן ווי די אייער די הונער, וואלט פונעם גאנצן ליטע געבליבן אש און פארעך.
אלזא, זאת התורה לא תהא מוחלפת! און נישט ווען מ'וויל איינעם אנכאפן ביים קארג און מאכן 'שר' ווערט ער שר. ס'דא כלל ישראל, און אינעם כלל זענען דא אסאך שטראמען, ולא כל הרוצה ליטול את השם יבוא ויטול

רביה''ק זי''ע » דינסטאג מאי 5, 2020 2:23 pm

· #447775
שקד
פאר וועלכע חסיד ס'איז איינגעפאלן אין א שוואכע מינוט, זיך צו אינטערעסירן וואס דער ווילנער גאון האלט און פסקנ'ט, דער זעלבער גייט שטארק אן וואס ר' חיים קאניעווסקי האלט.
און ס'דאך קלאר, אז ווען נישט די דרך החסידות, וואס איז זיך מכניע צו א רבי און אויך לעפלעך זופ איז א תורה שלמה, און זוכן זיך נישט איבערצוקלוגן ווי די אייער די הונער, וואלט פונעם גאנצן ליטע געבליבן אש און פארעך.
אלזא, זאת התורה לא תהא מוחלפת! און נישט ווען מ'וויל איינעם אנכאפן ביים קארג און מאכן 'שר' ווערט ער שר. ס'דא כלל ישראל, און אינעם כלל זענען דא אסאך שטראמען, ולא כל הרוצה ליטול את השם יבוא ויטול

@סדרן

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 5, 2020 3:22 pm

· #447785
פארוואס מעקן? דאס איז פערפעקט! דער נער זאגט וואס יעדער טראכט!

מיינסט ער איז אליינס אויפגעקומן מיט דעם? דאס האט מען אים אויסגעלערנט, דאס האלט זיין גייסטישע פירער דער וועלט'ס בארימטע לעפלעך ציילער, און דאס איז די פנימיות פון דער חינוך זייערע. און דאס איז נישט די אש און פארעך וואס וואלט געבליבן פון דער ליטע לולי די געציילטע לעפלעך.

לדעתי איז דאס גאר א פיינם אנטוויקלונג, אז עס קומט ארויס אין דער עפענונג.

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 8, 2020 5:41 am

· #448098
ליטוואק פון בוזדאפעסט: איך קען מטיל בספק זיין די גדלות פון דעם וועלט בארימטן מנהיג וואס איז געבויעט אויף ציילן לעפלעך זופ מכח קל וחומר. נאר ס'איז בעסער אז מ'איז עס נישט מפרש. מפני כמה טעמים...!

מיין רבי עסט זופ פרייטיג צו נאכטס וועגן א פשוט'ן טעם. ווייל ר'איז הונגעריג...! און ווען ער עסט פאטעיטא קוגל מאכט ער אויך העוויות מיט די הענט. און ער פארמאכט די אויגן. אבער א גאנצע וואך טוט ער אנדערע זאכן פון וואס דער אייבישטער איז צופרידן. ר'איז מרביץ תורה און טוט גמילות חסדים. און די אנדערע גוטע זאכן וואס ווערן אויסגערעכנט אין די משנה...!
בלאט: 1 2