☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » גיי דיר וועלט!

גיי דיר וועלט!

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13675

ספרא דמרא » מאנטאג מערץ 30, 2020 3:06 am

· #444655
גיי דיר וועלט!
גיי דיר וועלט גיי שוין
ווער ברויך דיין גוטס און שלעכטס
גיי דיר וועלט גיי שוין
אלס אונזערע הערצער דו צוברעכטס
גיי דיר וועלט גיי שוין
און פון מיר שוין פארגעס
גיי דיר וועלט גיי שוין
דו ביסט פאר מיר נישט דער ריכטיגער אדרעס
גיי דיר וועלט גיי שוין
פאלגסט מיר גייסט אין שוואנג
גיי דיר וועלט גיי שוין
מיר זעען שוין דיין אונטערגאנג
גיי דיר וועלט גיי שוין
אפשר וועט פון אונטער דיר עפעס ארויפשווימען
גיי דיר וועלט גיי שוין
וואס וועט בעסער מיט אונז שטימען
גיי דיר וועלט גיי שוין
וואס שיקסטו א ווירוס ווארעם
גיי דיר וועלט גיי שוין
אנע גערודער אנע שטורעם
גיי דיר וועלט גיי שוין
איך בין אויף דיר פארביסן
גיי דיר וועלט גיי שוין
און לאז קיינעם קיין גריסן

אישתישבי » פרייטאג אפריל 3, 2020 12:16 am

· #445058
זייער שיין.

גיב נאר אבאכט ווייל די וועלט גייט טאקע.

שבת אחים » פרייטאג אפריל 3, 2020 6:08 am

· #445079
זייער שיין!

זייער א שאפענהויער׳ן בליק אויף די וועלט!

וואלווי » פרייטאג אפריל 3, 2020 12:22 pm

· #445109
שבת אחים
זייער שיין!

זייער א שאפענהויער׳ן בליק אויף די וועלט!


וואס מיינט שאפענהויער'ן...?

תחכמוני » פרייטאג אפריל 3, 2020 12:24 pm

· #445111

תחכמוני » פרייטאג אפריל 3, 2020 12:32 pm

· #445112
ספרא דמרא
גיי דיר וועלט גיי שוין
איך בין אויף דיר פארביסן
גיי דיר וועלט גיי שוין
און לאז קיינעם קיין גריסן

גיי דיר וועלט גיי שוין
פון דיר קען קיינער געניסן