☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מייסטערווערק » אשכול אן א טיטל #13672

אשכול אן א טיטל #13672

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13672
בלאט: 1 2

נפה » זונטאג יאנואר 2, 2022 1:13 am

· #490356
עס איז זייער אינטערעסאנט
עס איז מסביר וואס @חכמת שלמה האט דא געשריבען

שמן למאור » פרייטאג יאנואר 6, 2023 1:27 pm

· #515145
[ציטאט אראפגענומען]
לינק?

שמן למאור » מאנטאג יאנואר 9, 2023 6:07 pm

· #515270
דא האט איר א לינק צו קענען זען דעם דאקומענטאר אויף טעלעגראם.

כ'האב עס נארוואס געזען, ס'איז זייער מרגיש צו זען ווי דער טאטע פאראייניגט זיך מיט זיין זון, נאכן ווערן ארויסגעראטעוועט פון זיין פארכאפט ביי די שוידערליכע חברה פונעם כת הרשעה.

שפילער » מאנטאג יאנואר 9, 2023 8:16 pm

· #515276
סאיז sad צו זעהן זיי אן א קאפל

דאס איז נישט מיך » דינסטאג יאנואר 10, 2023 5:29 am

· #515297
איך בין ערשט יעצט אנגעקומען צי די אשכול, איך האב דארעך געליינט די ארטיקל אין די וועקער, און די דריי בלעטער דא, און איך קען נישט פארשטיין פארוואס לאט מען דא אזעלכע תגובות וואס נעמען זיך אהן פאר דעם עוכר ישראל,
דע רשעות וואס דארט איז פארגעגאנגען איז אין לשער די פירער זענען דאך אזעלכע רשעים ימ''ש
און קיינער זאל נישט זאגן אז אלע רבי'ס זענען אזוי, איך האלט אויך נישט פון זיי, אבער זיי זענען נישט אזוי ודו''ק
די איינציגסטע וואס איז געווען אזוי איז ברלנד ואכמ''ל

מתבודד » דינסטאג יאנואר 10, 2023 5:37 am

· #515298
די לעצטע עפיזאד שלעפט מיר צוריק מיין מח איינמאל און נאכאמאל צו די מעשה פון יוסל'י שוכמכר, די ענליכקייטן צווישן די צוויי איז נישט נארמאל - כאטש ס'איז אויך אזוי ווייט...

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 10, 2023 7:24 pm

· #515335
מתבודד
די לעצטע עפיזאד שלעפט מיר צוריק מיין מח איינמאל און נאכאמאל צו די מעשה פון יוסל'י שוכמכר, די ענליכקייטן צווישן די צוויי איז נישט נארמאל - כאטש ס'איז אויך אזוי ווייט...
ביי די פרשה פון יאסעלע שוכמאכער האבן די פרומע געטון גאר א גרויסע עוולה מיטן פארכאפן א קינד פון זיינע עלטערן משא"כ דא איז עס בלויז א געראנגל צווישן די צוויי עלטערן. אבער פון די אנדערע זייט איז ביי פרשת שוכמאכער געווען עטוואס נארמאלע מענטשן, אבער ביי די מעשה דא איז די פרוי ליידער פארכאפט אין א מסוכנ'דיגע כת.

דאס איז נישט מיך » מיטוואך יאנואר 11, 2023 1:01 am

· #515354
דארפסט פארשטיין אז ס'איז בכלל נישט דומה
בהקדם אז לא ככל הגוים בית ישראל, אידישקייט איז נישט אזוי ווי אלע פעלקער און מ'קען נישט אפמאכן אז איך לאז מיך אפּ פון דעם וכו', יא מ'קען אזוי זאגען אבער מ'איז ווייטער מחויב צי היטען תורה ומצוות,
בזמן הבית, האט מען געהארגעט אויב איינער האט מחלל שבת געווען, פארשטייטציך מיט עדים און התראה,
איך זאג נישט אז ס'איז נישט געווען קיין בעלי עבירה, אבער די מושג אז איך קען טוהן וואס איך וויל איז נישט געווען
היינט, אז מ'קען גארנישט טוהן איז א איד נאכאלץ נישט בארעכטיגט אפצילאזען אידישקייט און אויב ער טוט עס יא איז זיכער דא א חויב צי ראטעווען זיינע קינדער פארשטייטציך אויב עס גייט נישט ארויסקומען קיין חילול ה'ח''ו, יא עס איז דא א חויב ערבות און אפילו זיינע עלטערן ווילן זיין פריי ח''ו , דארף מען זעהן וואס מ'קען טוהן, אויף א אויפן וואס מ'קען ראטעווען איז עס זיכער די ריכטיגע וועג

שמן למאור » מיטוואך יאנואר 11, 2023 1:43 am

· #515355
דאס איז נישט מיך

איך האב אמאל געהערט אן ענליכע שטיקל תורה פון עפעס א מוסלאמענע מופטי, ווי ער איז מסביר פארוואס מען מוז פארברענען לעבעדיגערהייט אלע אידן, אנשים נשים וטף. פארשטייט זיך אויף אן אויפן ווי עס גייט נישט ארויסקומען קיין חילול אללא. עס איז פשוט א חיוב נישט צו לאזן די אידן לעבן אין א פאלטשע וועג, ס'גייט עפעס צו מדין ערבות...

יא יא... אן רעליגיע איז נישט מעגליך פאר גוטע ארענטליכע מענטשן זיך צו פירן אזוי ברוטאל און אוממאראליש, און זיך נאך פילן גוט אז זיי טוען די ריכטיגע זאך. וכמאמר החכם הידוע.

ששון ושמחה » מוצ"ש פעברואר 4, 2023 7:19 pm

· #516583

כוואליעס » מוצ"ש פעברואר 4, 2023 8:38 pm

· #516584
איך האב אזוי ליב צו זען די סאטמערע אידן, יעדע מאל מיט א פרישע קאסטיא"ם, לעבן זיך אין זייער וועלט'ל מיט זייערע דאגות, סאיז נאר זייער ווייטאגליך פאר זייערע קינדער, די אומשולדיגע צאן קדשים שלא טעמו טעם חטא, זיי פארשטייען ניטאמאל די פאן פון זיך פארשטעלן יעדן טאג מיט עפעס אנדערשט, זיי פארשטייען ניטאמאל די כבוד פון זיין אין די נייעס טעגליך, חוץ פון זיין קרבנות פאר די עלטערנס תאות האבן זיי גארנישט פון זייער לעבן
בלאט: 1 2