☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » Unorthodox TV - באזירט אויף די בוך.

Unorthodox TV - באזירט אויף די בוך.

153 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13661
בלאט: 1 2 3 4

רביה''ק זי''ע » מאנטאג אפריל 27, 2020 9:46 pm

· #446866
אן אינטערעסאנטע שמועס איבער דעם סעריע. צווישן אנדערן (14:32) זאגט אלי ראזען אז ס'באדערט איהם זייער שטארק ווען געוויסע פילמען שילדערן חרדישע אידן אין א אומאקוראטע און נעגאטיווע בליק, און ער האט דאס געוואלט פאררעכטן מיט די דאזיגע סעריע.

עוקר הרים » מיטוואך מאי 6, 2020 7:33 pm

· #447951
Re: Unorthodox TV - באזירט אויף די בוך.
אן ארטיקעל פון מרת פרייער איבער unorthodox <a class="postlink" href="https://vosizneias.com/2020/05/06/oped-sharing-my-chassidic-perspective-of-unorthodox-change-comes-from-within/">https://vosizneias.com/2020/05/06/oped- ... om-within/</a>

Sent from my SM-A105F using Tapatalk

החוקר » דאנערשטאג מאי 7, 2020 8:48 am

· #447986
Re: Unorthodox TV - באזירט אויף די בוך.
רביה''ק זי''ע
אן אינטערעסאנטע שמועס איבער דעם סעריע. צווישן אנדערן (14:32) זאגט אלי ראזען אז ס'באדערט איהם זייער שטארק ווען געוויסע פילמען שילדערן חרדישע אידן אין א אומאקוראטע און נעגאטיווע בליק, און ער האט דאס געוואלט פאררעכטן מיט די דאזיגע סעריע.
אויב דאס איז געווען זיין ציל, זאג אים אז די סעריע איז א ספעקטעקיולער דורכפאל.

פארווע חסיד » דאנערשטאג מאי 7, 2020 9:18 am

· #447987
ווייסט איינער דא איר יחוס/נאמען , צו וועמען זי איז גיוועהן חתונה גיהאט ?

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 7, 2020 12:58 pm

· #448002
החוקר
אויב דאס איז געווען זיין ציל, זאג אים אז די סעריע איז א ספעקטעקיולער דורכפאל.

איך פרוביר נישט צו זאגן קיין ליגן. 😂

החוקר » דאנערשטאג מאי 7, 2020 1:17 pm

· #448003
Re: Unorthodox TV - באזירט אויף די בוך.
רביה''ק זי''ע
איך פרוביר נישט צו זאגן קיין ליגן. [emoji38]

נו אויב אזוי פארוואס האסטו געשריבן אז "ס'באדערט איהם זייער שטארק ווען געוויסע פילמען שילדערן חרדישע אידן אין א אומאקוראטע און נעגאטיווע בליק"?

איך בין שטארקע חושד אז דאס איז נישט אמת.
נאדיר א [emoji38]

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 7, 2020 1:20 pm

· #448004
a stranger among us האסטו שוין געזעהן?

berlbalaguleh » זונטאג מאי 10, 2020 5:17 am

· #448226
רביה"ק זי"ע: איך האב שוין געזעהן ..."סטרעינדזשער אמאנג אס"...! איך זעה נישט וואו זיי דערנידעריגן דעם כאראקטער פון ערליכע אידן. אויסער א פאר אומרעאליסטישע , נארישע לאוו סיענס...!

moneyminded » זונטאג מאי 10, 2020 5:45 am

· #448227
Re: Unorthodox TV - באזירט אויף די בוך.
berlbalaguleh
כוכב: ייש"כ. אויסער דעם וואס איך האב א סאך ערשטהאנטיגע אינפארמעישן איבער איהר. דעם נאמען דעברא פעלדמאן האט זי ערשט שפעטער אדאפטירט. זי הייסט עכט שרה'לע בערקוביץ...! ס'איז דא א פרוי וואס האט אויך פארלאזט מאנרא בערך די זעלבע צייט וואס זי. און זי האט שפעטער געוואוינט בשכינות מיט איהר. די פרוי הייסט פרימעט גאלדבערגער. וואס זי און איהר מאן האבן פארלאזט מאנרא. זי זאגט אז אויסער אלעם איז די אזוי גערופענע דעברא פעלדמאן א גרויסע ליגנערין. זי מאכט אויף מעשיות וועלכע זענען קיינמאל נישט געשעהן. און זי טוישט בכוונה דאטומס פון אנדערע געשעענישן אין איהר לעבן...! אלעס כדי איהר נארראטיוו זאלל שטימען...!

צוערשט (נאכ'ן אפגט'ן איהר מאן) האט זי געוואוינט אין מאנהעטן מיט א רוסישן גוי. נאכדעם (ביז צום היינטיגן טאג) וואוינט זי אין בערלין. זי ערשיינט צו מאל אויף די דייטשע טעלעוויזיע. זי רעדט גאנץ א גוטן דייטש.

פון א פסיכאלאגישן שטאנדפונקט זעהט אויס ווי זי ווילל אנטלויפן פון זיך אליין. נאך א מעגליכקייט איז אז זי זוכט סאב-קאנשיעסלי (אונטער'ן באוואוסטזיין) א נקמה אין איהר משפחה און באקאנטע פארוואס זיי האבן גאנצע משפחות. און זי קומט פון א צובראכענע שטוב. איהר מאמע האט איבערגעלאזט די קינדער ווען זיי זענען נאך געווען קליין. זי האטציך אויפגעצויגן ביי איהר זיידע און באבע. דער זיידע האט ליידער נישט געהאט די וויזיע וויאזוי מ'דארף זיך באציען צו אזא קינד. אויך האט זי פאר עפעס א סיבה אויסגעטראכט אויף איהר טאטן אז ער איז ..."מענטל". וואס איז בפירוש נישט אמת.!

מיט דעם ביסטו גערעכט אז זי איז זייער שטארק נארסיסיסטיש. און זי האט א סאך איינגעהאלטענעם (אנגעזאמלטן) כעס און פראסטרעישן. נעבעך א פארלוירענע נשמה
בערל ביז די תגובה האב איך געמיינט אז די ביזט טאקע א אלס קענער, און וואס די זאגסט איז הייליג,אבער עטליכע דעטאלן וואס איז קיין סוד איז אז
זי איז געווען חתונה געהאט צו שלום פעלדמאן'ס זון פון קרית יואל , סא זי הייסט פעלדמאן אויף איר פארהייראטע נאמען , איר טאטע איז א באקאנטע וויליאמסבורג'ע קאר סערוויס דרייווער , און נישט די קלוגסטע מילד גערעדט ,באמת נישט שיין אריינצוגיין אין דיטעלס, און מען האט אפירגעבראכט א געהעריג מיידעל פאר אים ,ווי די שטייגער איז אמאל געווען אפצוקויפן מיידלעך פון די פרעמד פאר פראבלאמאטישע שידוכים , און די תוצאות זענען טאקע נישט גוט געווען ביי זייער אסאך ,און חתונה געמאכט , און דבורה'לע איז געבוירן געווארן צו די עלטערן, דערנאך האט זיך די נארמאלע מאמע גע'גט ווען זי איז שוין געווען א גרויס מיידעל, און דבורה'לע איז געבליבן וואינען ביי איר זיידע בערקאוויטש אויף פען סטריט ביז ווילאנג זי האט חתונה געהאט מיט יואלי פעלדמאן

למעשה איז זי א קלוג מיידעל און געווארן אויפגעצויגן אין א צושאסענע פאמיליע , פאר קיין שום איד געדאכט , נישט אז עס געט גערעכט אדער נישט, אבער כמעט יעדע קינד פון א גע'גט'ע פאמיליע ליידער איז נעבעך א שברי כלי, נאכדערצו אז זי איז נאכדעם אויפגעוואקסען ביי א אלטע זיידע און באבע מלחמה געליטענע מיט נאך אסאך צרות ביי זיי אין די פאמיליע השם ישמרינו , און געוואינט צוזאמען מיט איר נישט נארמאלסטע טאטע ביי די זיידע און באבע, סאיז ווי מען זאגט א ביטערע סיטואציע

פונקטליך פארוואס זי האט זיך געגעט פון פעלדמאן ווייס איך נישט, אבער דאס הארץ גייט אויס פאר איר , און זעט אויס אז די ביטערניש ענדיגט זיך נישט ביי איר

די איינציגסטע זאך וואס איך נעם ארויס אז די וואס האבן פראבלאמאטישע קינדער און פרובירן אריינצונערן נארמאלערע שידוכים פאר זייערע פראבלאמאטישע קינדער קומט זיך טויט שטראף

די מאווי ליגט אסאך ליגענט פון איר אייגן לעבן אבער איך גלייב אז דא קענען גענוג זאגן אז ביי זיי נאך די חתונה איז נישט געווען אנדערש

כאב פשוט יעצט געוואטשט די גאנצע זאך אין איין צו און גענדיגט , זייער אסאך זאכן זענען זייער איבערגעטריבן אויף די חסידים אדער פאלטש , אבער היות איך קען איר היסטאריע פון איר פון די נאנט איז מיר עס געווען א דראמאטישע געפיל מיט רחמנות , אבער למעשה איז איר קיינער קיינמאל נאכגעלאפן קייו דייטשלאנד וכולי , איך זע נישט פארוואס סאיז אזוי פאפליוער אויף נעטפליקס, אויסער טאקע וועגן יעדער האט ליב גאססיפ אויף איןד עספעשילי אויף חרדים און פרימע , אבער סאיז ווייט פון עפעס מורא'דיג

berlbalaguleh » זונטאג מאי 10, 2020 11:06 am

· #448237
מאנימיינדעד:מיט עטליכע פאוינטס ביסטו טיילווייז גערעכט. אבער וויבאלד איך ווילל נישט אריינגיין אין א אומגליקליכן מענטשנ'ס פריוואטע לעבן וועלל איך נישט קאמענטירן פאינט ביי פאינט אויף דיינע סטעיטמענטס. נאר בכלליות...!

ס'האט קיינער נישט געזאגט אז זי האט נישט געהאט קיין טראגיש לעבן. פון יונגערהייט. ווען איך האב געזאגט אז איהר טאטע איז נישט מענטל האביך נישט געמיינט אז ער איז די קלוגסטע מענטש אויף די וועלט. פוינט #3. די אלע איבריגע אינפארמעישן (און נאך וואס איז צוועקלאז ארויסצושרייבן פאר'ן פאבליק.) האביך נישט ארויסגעשריבן. און איך ווייס דאס פון די ערשטע האנט. ווייל איך האב א שטיקל שייכות מיט די בערקוביץ משפחה. איינע פון מיינע קרובים איז חתונה געהאט אין יענע משפחה. און איך האב באגעגנט א סאך פון די בערק. משפחה. אריינגערעכנט איהר טאטע און זיידע/באבע. און איהר אליינס אויך...! אדהערווייז העוו עי נייס דעי...!

בת קול » זונטאג מאי 10, 2020 12:34 pm

· #448246
געטראפן א זיסע בילד.

📎 F4302560-D2AC-40B0-8BC8-73130F4CAC34.jpeg

רביה''ק זי''ע » זונטאג מאי 10, 2020 2:27 pm

· #448253
berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: איך האב שוין געזעהן ..."סטרעינדזשער אמאנג אס"...! איך זעה נישט וואו זיי דערנידעריגן דעם כאראקטער פון ערליכע אידן. אויסער א פאר אומרעאליסטישע , נארישע לאוו סיענס...!

איך ווייס נישט צו זיי ממש דערנידערן, אבער זיי מאכן אונז אויסזעהן ווי אן עקזאטישע קולט ווי מ'לערנט צום שיין פון לעכט, דער רבי'ס גבאי גייט אנגעטון ווי א קעניג'ס באדינער פונעם מיטל-אלטער. איין בחור פיקט אויף א פארדראגטע מיידל פון גאס און האט מיר איר חתונה, א צווייטער בחור נעמט זיך לערנען קבלה און גייט פארקויפן קבלה פאר א שיקסע. די טענץ ביים שבת סעודה פאסט מער פאר עפעס א שבט טיף אינעם אמאזאן, אין וויליאמסבורג/בארא פארק האב איך דאס נישט געזעהן.

moneyminded » זונטאג מאי 10, 2020 3:05 pm

· #448258
Re: Unorthodox TV - באזירט אויף די בוך.
berlbalaguleh
מאנימיינדעד:מיט עטליכע פאוינטס ביסטו טיילווייז גערעכט. אבער וויבאלד איך ווילל נישט אריינגיין אין א אומגליקליכן מענטשנ'ס פריוואטע לעבן וועלל איך נישט קאמענטירן פאינט ביי פאינט אויף דיינע סטעיטמענטס. נאר בכלליות...!

ס'האט קיינער נישט געזאגט אז זי האט נישט געהאט קיין טראגיש לעבן. פון יונגערהייט. ווען איך האב געזאגט אז איהר טאטע איז נישט מענטל האביך נישט געמיינט אז ער איז די קלוגסטע מענטש אויף די וועלט. פוינט #3. די אלע איבריגע אינפארמעישן (און נאך וואס איז צוועקלאז ארויסצושרייבן פאר'ן פאבליק.) האביך נישט ארויסגעשריבן. און איך ווייס דאס פון די ערשטע האנט. ווייל איך האב א שטיקל שייכות מיט די בערקוביץ משפחה. איינע פון מיינע קרובים איז חתונה געהאט אין יענע משפחה. און איך האב באגעגנט א סאך פון די בערק. משפחה. אריינגערעכנט איהר טאטע און זיידע/באבע. און איהר אליינס אויך...! אדהערווייז העוו עי נייס דעי...!
אה סא וועגן די ווילסט נישט רעדן ,האסטו אפגעפרעגט די פאקטן פון איר ?

מען רעדט דא פון פאקטן וואס די האסט קלאר פארדרייט ווי איר נאמען און נאך

איך זיך בכלל נישט מיך אנצונעמען פאר איר , נאר פשוט רעדן פון פאקטן, איך קען די משפחה ישר והפוך און איר טאטע אויך זייער גוט, איר זיידע וואס איז לעצטענס אוועק , איך האב געוואינט אויף פען סטריט פאר א שטיק צייט לעבן איר זיידע

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 11, 2020 1:39 am

· #448336
מאנימיינדעד: איך גיי יעצט נישט פיהרן א צוועקלאזן דיאלאג. כמו שאמרתי. איך זעה אבער איין זאך. אז דו ווייסט נישט וויאזוי די בערקוביק פעמילי שרייבט זייער נאמען...וען דו זאלסט וויסן וואלסטו נישט געזאגט אז איך האב פארדרייט דעם נאמען...!

moneyminded » מאנטאג מאי 11, 2020 1:47 am

· #448338
Re: Unorthodox TV - באזירט אויף די בוך.
berlbalaguleh
מאנימיינדעד: איך גיי יעצט נישט פיהרן א צוועקלאזן דיאלאג. כמו שאמרתי. איך זעה אבער איין זאך. אז דו ווייסט נישט וויאזוי די בערקוביק פעמילי שרייבט זייער נאמען...וען דו זאלסט וויסן וואלסטו נישט געזאגט אז איך האב פארדרייט דעם נאמען...!
אין אידיש שרייבן זיי זיך בערקאוויטש, איך פלעג זען דעם תפילין בייטעל פונעם זיידען אין אשוי בית המדרש

אבער עניוועי זי הייסט פעלדמאן נאך איר פארהייראטע מאן

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 11, 2020 2:05 am

· #448340
פון תפילין בייטעל אין בית המדרש זעהסטו נאכנישט וויאזוי זיי פוללן אויס פעיפערס...!

וועלכע (נארמאלע) פרוי אדאפטירט איהר געוועזענעם מאנ'ס משפחה נאמען נאכ'ן דיווארס...?!

moneyminded » מאנטאג מאי 11, 2020 2:45 am

· #448342
Re: Unorthodox TV - באזירט אויף די בוך.
berlbalaguleh
פון תפילין בייטעל אין בית המדרש זעהסטו נאכנישט וויאזוי זיי פוללן אויס פעיפערס...!

וועלכע (נארמאלע) פרוי אדאפטירט איהר געוועזענעם מאנ'ס משפחה נאמען נאכ'ן דיווארס...?!
יעדע פרוי גע'גטע פרוי וואס איך קען בלייבט מיט'ן געוועזענעם נאמען , נאכדערצו ווען סאיז דא א קינד

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 11, 2020 3:06 am

· #448344
איך ווייס נישט. איך און מיין ווייב זענען ב"ה נאכנישט אדורך דעם עקספיריענס...!

moneyminded » מאנטאג מאי 11, 2020 3:07 am

· #448345
Re: Unorthodox TV - באזירט אויף די בוך.
berlbalaguleh
איך ווייס נישט. איך און מיין ווייב זענען ב"ה נאכנישט אדורך דעם עקספיריענס...!
אז די ווייסט נישט איז גוט ,דאן פארוואס שיסטו סטעיטמענטס אויף זאכן וואס די ווייסט נישט

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

קאצקע ציקער » מאנטאג מאי 11, 2020 3:48 am

· #448349
רביה''ק זי''ע
berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: איך האב שוין געזעהן ..."סטרעינדזשער אמאנג אס"...! איך זעה נישט וואו זיי דערנידעריגן דעם כאראקטער פון ערליכע אידן. אויסער א פאר אומרעאליסטישע , נארישע לאוו סיענס...!

איך ווייס נישט צו זיי ממש דערנידערן, אבער זיי מאכן אונז אויסזעהן ווי אן עקזאטישע קולט ווי מ'לערנט צום שיין פון לעכט, דער רבי'ס גבאי גייט אנגעטון ווי א קעניג'ס באדינער פונעם מיטל-אלטער. איין בחור פיקט אויף א פארדראגטע מיידל פון גאס און האט מיר איר חתונה, א צווייטער בחור נעמט זיך לערנען קבלה און גייט פארקויפן קבלה פאר א שיקסע. די טענץ ביים שבת סעודה פאסט מער פאר עפעס א שבט טיף אינעם אמאזאן, אין וויליאמסבורג/בארא פארק האב איך דאס נישט געזעהן.

גראדע א זיסע מאווי

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 11, 2020 11:56 am

· #448350
שוין . זאלל עס בלייבן ביי דעם. אונזער דיסקאשן איז געענדיגט. ווייל כ'האב מורא אז איך וועלל האבן א ווייסע בארד ווען דו וועסט זיין גרייט צו ענדיגן. האב א סאך הצלחה...!

יב הלוי סאלאווייטשיק » דינסטאג מאי 12, 2020 12:17 pm

· #448456
זייער א וואילע ארבעט
געוויסע צעננעס האט מיר געגעבן א ציפ אין הארצן וויסענדיק אז סאיז נישט אזוי ווייט פינעם אמת;
סגעפעלט מיר ווי פרוען פין קראן הייטס אדער לעיקוואד קימען ארויס מיט קריטיק אויפן סעריע אז סאיז איבערגעטריבן ווען סאיז אפשר נישט אמת באזיי אבער אין וויליאמסבורג איז עס בעסט אן טרא פעקטס…
וצער יתירה הותה לי די צעננע פין אפשערן די האר ;

די ברסלובער צעננע פין משה נאכן אפזינדיגן אגאנצע נאכט אין בערלין טאנץ אריין אין מקוה אין שרייט טאטע איז זייער טיף און שטארק!
כהאב נישט געזעין איינער זאל דאס באמערקן

יב הלוי סאלאווייטשיק » דינסטאג מאי 12, 2020 12:31 pm

· #448457
בכלליות האט די סעריע געדינט ווי א דערמאנאנג ווי ווייט אינזער חומה בצורה פין די דרויסענדיגע וועלט איז זייער זייער שוואך
אין אז מוויל אוועק שטעלן דורות יראים ושלימים בתורה ובמעש״ט מיז עס זיין זייער יסודית׳דיג פיל מיט משמעות און הבנה;

און ווי אויך זיך שטילערהייט פראבירן אפצישאקלן פין די אלע שטויב און טפילות וואס האט זיך אנגעקלעבט צי אינז לאורך הגלות,,ווייל אז נישט וועלען די נארישע טפילות עקליפסן די ריינע יסודיתדיגע יהדות און אלעס אראפשלעפן!!

איך אויך » דינסטאג מאי 12, 2020 6:33 pm

· #448484
איז דא ערגעץ ווי צו זעהן בחנם? איך האב נישט טלעגראם.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך מאי 13, 2020 4:02 pm

· #448553
א מורא'דיגע שטיקל האב איך יעצט געטראפן סוף פון די וויקיפעדיע בלאט אויף דבורה'ן בנוגע די קריטיק וואס געוויסע האבן געהאט אויף איר בוך, און דאס איז אויך אמת בונגע די טעלעוויזיע סעריע, וז"ל:

Members of the Orthodox community have criticized Feldman, including in a blog titled "Deborah Feldman Exposed," which was dedicated to "exposing the lies and fabrications" in her story. Jesse Kornbluth examined this criticism in a pair of articles in the Huffington Post which concluded "There are claims in this book that Hasids have disputed. I can’t tell what’s true. But I’m sure of one thing: Men who can’t live equally with women aren’t worth living with. No doubt girls all over Brooklyn are buying this book, hiding it under their mattresses, reading it after lights out — and contemplating, perhaps for the first time, their own escape."

ס'שטעכט? אוי ווי דאס שטעכט, די אמת טוט וויי אבער ס'מוז געזאגט ווערן, און לאמיר האפן אז ער איז גערעכט מיט זיין אויספיר... נישט אז איך וואלט דאס געוואלט לכתחילה, אוודאי וואלט ווען בעסער געווען ווען אידישע קינדער זאלן זיין ערליך און וואויל, אבער א אידישקייט וואס קומט צוזאמען מיט פייניגן מענטשן איז גארנישט ווערד.

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 13, 2020 4:38 pm

· #448557
רביה"ק זי"ע: יא. אבער די ..."אישו"... וואס אונז האמיר מיט איהר (דעברא פעלדמאן) בוך איז, נישט די מעשיות וואס זי פארציילט דארט. נאר אז מער ווי העלפט פון די מעשיות זענען אויפגעבלאזן. האלבע אמת'ן און גאנצע ליגנטס. פשוט אויפגעטראכט. אפילו נישט קיין איין פראצענט אמת...!

החוקר » מיטוואך מאי 13, 2020 4:54 pm

· #448561
Re: Unorthodox TV - באזירט אויף די בוך.
רביה''ק זי''ע
No doubt girls all over Brooklyn are buying this book, hiding it under their mattresses, reading it after lights out — and contemplating, perhaps for the first time, their own escape."

ס'שטעכט? אוי ווי דאס שטעכט, די אמת טוט וויי אבער ס'מוז געזאגט ווערן, און לאמיר האפן אז ער איז גערעכט מיט זיין אויספיר...

Seriously???

ממש איך שטוין! א מחשבה'לע גנבעט זיך מיר אריין צו אפשר וואוינסטו גאר נישט אין א חסידישע געזעלשאפט. איך האב נישט געחלומט אז דו קויפסט דאס.

איך וואלט געוועט אז עס איז דא "אפשר" א האנטפול מיידלעך וואס ווייסן בכלל פון דעם ביכל צו זאגן. נעמען פון דעם אינספיראציע? מאן דכר שמיה.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך מאי 13, 2020 5:24 pm

· #448562
רביה''ק זי''ע
און לאמיר האפן אז ער איז גערעכט מיט זיין אויספיר...


ערעב @החוקר: דו האסט נאך עפעס צוצולייגן צום עצם נקודה?

moneyminded » מיטוואך מאי 13, 2020 5:34 pm

· #448564
Re: Unorthodox TV - באזירט אויף די בוך.
החוקר
רביה''ק זי''ע
No doubt girls all over Brooklyn are buying this book, hiding it under their mattresses, reading it after lights out — and contemplating, perhaps for the first time, their own escape."

ס'שטעכט? אוי ווי דאס שטעכט, די אמת טוט וויי אבער ס'מוז געזאגט ווערן, און לאמיר האפן אז ער איז גערעכט מיט זיין אויספיר...

Seriously???

ממש איך שטוין! א מחשבה'לע גנבעט זיך מיר אריין צו אפשר וואוינסטו גאר נישט אין א חסידישע געזעלשאפט. איך האב נישט געחלומט אז דו קויפסט דאס.

איך וואלט געוועט אז עס איז דא "אפשר" א האנטפול מיידלעך וואס ווייסן בכלל פון דעם ביכל צו זאגן. נעמען פון דעם אינספיראציע? מאן דכר שמיה.
איך ווייס נישט איבער די בוך

אבער די מאווי איז געגאנגען וויירעל, געהערט אז זייער אסאך היימישע פרויען האבן עס געזען, נאכדערצו די וואס האבן א סמארטפאון און יעצט בשעת די וויירוס וואס דער עולם האט אינטרענעט אינדערהיים

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

איך אויך » דאנערשטאג מאי 14, 2020 2:29 pm

· #448612
איך אויך
איז דא ערגעץ ווי צו זעהן בחנם? איך האב נישט טלעגראם.

פארווע חסיד » דאנערשטאג מאי 21, 2020 9:25 am

· #449214
די בילד קומט פין איר ביכל unorthodox

הירץ אייכל גומפרץ » דינסטאג יוני 23, 2020 4:39 am

· #452689

נקודת-אמת » דינסטאג יוני 23, 2020 11:59 am

· #452723
ערגערטס אינעם שאוו איז פארהאן א סטעייטמענט אז אין וויליאמסבורג וויל מען האבן אסאך קינדער, וויבאלד אונזער פאלק האט פארלוירן אסאך מיטגלידער ביי די לאגער,
איינער קען איינעם וואס וויל האבן אסאך קינדער וויבאלד אסאך פון אונזער פאלק זענען געהארגעט געווארן אין די לאגער?
איך האב נאך נישט באגעגענט אזא פערזאן!

נקודת-אמת » דינסטאג יוני 23, 2020 11:33 pm

· #452838
[ציטאט אראפגענומען]

אבער דאס איז א שאוו איבער די היינטיגע וויליאמסבורגע לעבן-שטייגער אדער עכ"פ א האלבע דור צוריק,
און אשאד אז אין אט די שטארקע נקודה האבן זיי עכט נישט געמאלן די בילד אזוי ווי ס'איז.
(-כלומר, אז אן אאוטסיידער וואס וואטשט דאס, באקומט נישט די ריכטיגע בליק צו פארשטיין אט די לעבן-שטייגער)
קען זיין אז ס'איז נישט געפערליך, אבער דאס איז גאר א שטארקע אי דיוק בפרטים ולכן אין לי הערכה כלל ליוצרי השאוו.

נקודת-אמת » מיטוואך יוני 24, 2020 11:11 am

· #452893
[ציטאט אראפגענומען]

די מטרה פון אזא TV שאוו, (עכ"פ די וואס צאלן אויס די ריזיגע הוצאות) איז א חוץ ביזנעס (אז ס'גייט אריינברענגען כך וכך)
אז מ'וויל דאקומענטירן א לעבן-שטייגער וואס איז נישט מצוי ביי די המון-עם, און מ'מאלט-אויס א פונקטליכען פיקטשער כדי מ'זאל קענען אריינגיין אין קענען פארשטיין וואס איז יענעם'ס ציהל,
אזוי איז ביי רובא דרובא פון די שאוו'ס, צו-מאהל וועט מען דיר געבן צו טראכטן וויאזוי דער קרימינאל טראכט, און וויאזוי זעהט דער גענגסטער דער רוצח צדקת דרכו ורשעות שלטון החוק,
פארשטייט זיך אז הניחו להם רבותיהם מקום להתגדר בו, אבער די מטרה איז מסביר זיין פאר דער וואס איז נישט אזוי, זאל קענען באקומען וואס מעהר א קלאהרע בילד עס מעגליך,
ועל כן אמרתי, שאם היה זה בשוגג, אין לי הערכה כי חסרים הם הבנה, ואם היה זה במזיד, כספי השקעת המשקיעים גזל הוא בידם, שהמה שליחים ששלחו ידיהם בשליחותם!

סיד ההיכל » זונטאג יוני 28, 2020 1:06 pm

· #453196
נאך א רעצענזיע
<a class="postlink" href="https://forward.com/culture/449634/how-does-the-netflix-series-unorthodox-get-hasidim-wrong-let-us-count-the/">https://forward.com/culture/449634/how- ... count-the/</a>

בוטן » פרייטאג יולי 10, 2020 7:31 pm

· #454280
<a class="postlink" href="https://forward.com/yiddish/450619/watch-trailers-for-two-new-yiddish-films-released/">https://forward.com/yiddish/450619/watc ... -released/</a>

דא זעי איך אין די פארווערטס, אז גאר צוויי נייע יידיש פילמען זענען אויפ'ן וועג.

כוכב » זונטאג יולי 12, 2020 1:29 am

· #454309
בוטן
https://forward.com/yiddish/450619/watch-trailers-for-two-new-yiddish-films-released/

דא זעי איך אין די פארווערטס, אז גאר צוויי נייע יידיש פילמען זענען אויפ'ן וועג.


איינער פון די צוויי וועט בעז"ה אנטהאלטן א מאסיווע פערפארמענס פון אלעמען באליבטן מנשה לוסטיג.

טאמבל סאס » זונטאג יולי 12, 2020 2:11 am

· #454311
כוכב
בוטן
https://forward.com/yiddish/450619/watch-trailers-for-two-new-yiddish-films-released/

דא זעי איך אין די פארווערטס, אז גאר צוויי נייע יידיש פילמען זענען אויפ'ן וועג.


איינער פון די צוויי וועט בעז"ה אנטהאלטן א מאסיווע פערפארמענס פון אלעמען באליבטן מנשה לוסטיג.

מרס ליטוואק... 😂

בוטן » זונטאג יולי 12, 2020 4:11 pm

· #454348
טאמבל סאס
כוכב
בוטן
https://forward.com/yiddish/450619/watch-trailers-for-two-new-yiddish-films-released/

דא זעי איך אין די פארווערטס, אז גאר צוויי נייע יידיש פילמען זענען אויפ'ן וועג.


איינער פון די צוויי וועט בעז"ה אנטהאלטן א מאסיווע פערפארמענס פון אלעמען באליבטן מנשה לוסטיג.

מרס ליטוואק... 😂

הא הא הא...

מיר קוקט אויס די פיקל סטארי צוזיין א היט. אבער ביידע זענען היבשע חידושים, לאמיר זען וויאזוי ס'וועט ווערן אויפגענומען ביי ביידע זייטן פונעם ציבור

mevakesh » זונטאג יולי 12, 2020 10:20 pm

· #454379

בוטן » מיטוואך יולי 22, 2020 9:46 pm

· #454960
א טשעט אינטערוויו מיט'ן דירעקטאר פונעם נייעם כשר'ע שוידער פילם 'שמירה'
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=AcjaZ7ElC9Q&feature=emb_logo">https://www.youtube.com/watch?v=AcjaZ7E ... e=emb_logo</a>

בוטן » מאנטאג יולי 27, 2020 8:29 pm

· #455277
<a class="postlink" href="https://film.list.co.uk/article/117803-the-vigil/">https://film.list.co.uk/article/117803-the-vigil/</a>

בת קול » דינסטאג יולי 28, 2020 2:25 pm

· #455329
Unorthodox האט באקומען 8 עמי נאמאנאציעס.
זעהט יענקי און אסתי׳ס רעאקציע...

😂 😂 😂

בוטן » דינסטאג יולי 28, 2020 8:41 pm

· #455373
בת קול
Unorthodox האט באקומען 8 עמי נאמאנאציעס.
זעהט יענקי און אסתי׳ס רעאקציע...

😂 😂 😂

ס'דערמאנט מיך פון כמעט פיר יאר צוריק, ווען א גוי האט מיך פראבירט מסביר זיין, אז די גרעסטע האפענונג פון יעדן אקטיאר איז צו ווערן נאמינירט ביים גרעסטן פעסטיוואל אין יוטא.

און איך האב עהם אנגעקוקט, ווי א קינד וואס באקומט א צווילינג לעקער נאך חברת תהילים...
מישטיינס געזאגט היינט, מיין איך אז כ'קען זאגן פאר זיכער, אז כ'פארשטיי שוין בעסער דעם ענטויזיאזעם...

בוטן » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 1:11 pm

· #456361
די ביכל פון פעלדמאן און די פילם פון אנארטאדאקס, זענען אין אנדערע מטרות. ווען די פילם פארציילט א מעשה, און לאזט די צושויער אליינס פסק'ן זייער מיינונג.

<a class="postlink" href="https://www.indiewire.com/2020/08/unorthodox-netflix-religious-family-1234579010/">https://www.indiewire.com/2020/08/unort ... 234579010/</a>

הדסים » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:32 pm

· #456372
בוטן
די ביכל פון פעלדמאן און די פילם פון אנארטאדאקס, זענען אין אנדערע מטרות. ווען די פילם פארציילט א מעשה, און לאזט די צושויער אליינס פסק'ן זייער מיינונג.

<a class="postlink" href="https://www.indiewire.com/2020/08/unorthodox-netflix-religious-family-1234579010/">https://www.indiewire.com/2020/08/unort ... 234579010/</a>

איך קען דיר נישט פארשטיין, מען פרעגט דיר דיין מיינונג און דו ענטפערסט אז עס איז נישט שלעכט? וואס אין די וועלט? דו האלסט עס האט ריכטיג אראפגעלייגט אונזער לעבנסשטייגער?

בוטן » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 10:08 pm

· #456431
שמירה פילם ריוויא
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=tgvLsIW2XZw">https://www.youtube.com/watch?v=tgvLsIW2XZw</a>
א רעוויא קריטיק איבער'ן היימישער שוידער פילם - שמירה

<a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/The_Vigil_(2019_film">https://en.wikipedia.org/wiki/The_Vigil_(2019_film</a>)
וויקיפעדיע

טאמבל סאס » דינסטאג אקטאבער 20, 2020 11:12 am

· #460849
איים סארי איך קום שפעט צו די פארטי. כ'קען זעכער אסאך קאמענטן וועגן די שאו אבער קודם א קלייניגקייט. כ'האב באמערקט אויף אייניגע פלעצער אז זיי האבן (במכוון אדער נישט) נישט גוט סובטייטלד אדער אויסגעלאזט וואס מען רעדט אין אידיש. למשל ביי די חתונה, וואו אסתי זאגט פאר איר מומע זי זאל פארטרייבן איר מאמע.

בכלליות האבן מיך מענטשן געפרעגט וואס איך האלט וועגן די שאו, שוין תיכף נאכוואס ס'איז ארויסגעקומען אבער היות כ'האב נישט קיין צייט געהאט ביז יעצט עס צו וואטשן האב מיך צוריקגעהאלטן פון קאמענטן. וואס איז אינטערסאנט געוועזן איז וואס מענטשן האבן מיר דאן געזאגט אז די שאו ווייזט די חרדים עמציאנעליש זייער טרוקן און כמעט ראבאטיש. אבער ווען איך האב עס געוואטשט האב איך נישט געשפורט אזוי. דאס איז ווי אזוי איך בין צוגעוואוינט. נאכמער, אפילו יענקי'ס "רעאקציעס" און צומאל מושה'ס (א ברסלבע בחינה - און ווען אנדערע דא האבן אנגעמערקט אז ער, דער עקטער, געהער צו אזא משפחה האט עס טאקע סענס געמאכט) רעאקציעס זענען צומאל צושטארק. מצד שני, האבן זיי אוועראלל די חסידישע פרויענס' עמאשענעל רעאקציעס מייניך, צו טרוקן געמאכט. נאך אינטרעסאנטער איז, אז דא אין דעם אשכול האט קיינער מיין איך, חוץ געוואגטער אינגל, נישט 'דעם' קריטיק נישט געהאט. א נקודה וואס קומט אויך ווייזן אז דאס איז נאטורליך אבער קומט ליידער פאר פאר א דרויסנדיגער נעגאטיוו (אדער אפשר צו אומגלויבליך אז זיי טראכטן דאס האט מען געמאכט מיט א נעגעטיווע כוונה).

סאנטיאגא » מאנטאג נאוועמבער 9, 2020 2:04 pm

· #462328
<a class="postlink" href="https://youtu.be/4YTmrCLeidc">https://youtu.be/4YTmrCLeidc</a>

10 מינוט אריין דערמאנען זיי unorthodox
דער זייאנס קוקט דוקא אויס ווי א מעסיג שטודירטער, ער שרייבט אין עמי ער איז נישט קיין קוגל חסיד, אבער אז דו האסט נישט געזעהן די שאו ווי קענסטו קומען זאגן א מיינונג? ווי שעמט זיך א מענטש נישט צו זאגן אזא טיפשות ברבים? און נאך אויף אן אופן ווי ס'געבט דעם אנשטעל פאר א דרויסנדיגער ווי ער טוט רעפעזענטירן די קאמיוניטי? (אדער גלוסט אים נישט מודה צו זיין אויף די עיר אז ער איז דורכגעפאלן מיט שמירת עינים ר''ל)

איך האב גראדע זייער הנאה געהאט פון די גאנצע ווידיא, מענטשן און די קאמענטס זענען רובם ככולם זייער פאזיטיוו. נאר די איין זאך האט מיר געמאכט קרינדזש"ן
בלאט: 1 2 3 4