berlbalagulehזי איז געווען חתונה געהאט צו פעלדמאן. בערקאוויטש איז איר מיידל-נאמען. און זי הייסט יא דבורה ווי ווייט איך ווייס. (איר טאטע האט מיר אמאל געגעבן א פרעג "קענסט מיין טאכטער? דבורה פעלדמאן?"ווען מ'טוט פארגלייכן דבורה פעלדמאן (נישט איהר עכטער נאמען. איהר עכטער נאמען איז שרה'לע בערקוביק.)
הויפט זייט » פארברענגען » מייסטערווערק » חסידים אלס אטראקציע -אינטערוויו מיט פרידא וויזעל (וועקער 17)
חסידים אלס אטראקציע -אינטערוויו מיט פרידא וויזעל (וועקער 17)
62 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13660
בלאט: 1 2
ביללי: ס'קען זיין אז זי הייסט שרה דבורה. אבער אין די משפחה האט מען איהר גערופן שרה'לע...!
קל וחומרדי טענה פון ווייעלעישען אוו פרייוועסי שיינט צו קומען פון איגנארענס.
אין די גאנצע וועלט ווערט טוריזם באטראכט ווי א פאזיטיווע זאך סיי פאר די טוריזם וואס קריגן א שאנס צו זעהן פון דער נאנט, פארשן און פארשטיין אן אנדערן קולטור און לעבנסשטייגער און סיי פאר די ארטיגע איינוואוינער וואס באקומען א שאנס צו צייגן זייערע הילוך החיים אויף א פאזיטיווע און אויפריכטיגע אופן און צו דער זייט גיבט עס אויך צו פארן עקאנאמיע.
אנדערש ווי מען לערנט אויס אין סאטמאר, געהערט די גאס פארן ציבור וואס דאס רעכנט אריין יעדער עובר ושב ווילאנג ער/זי טוט נישט עפעס קעגן די געזעץ. אויב איינער פיהלט אז ער האט באקומען אזא שוואכע חינוך אזש ווען א פרעמדער וועט אים באטראכטן די הלוך ילך אויפן גאס וועט ער האבן פון וואס צו שפעטן, קען ער מסתמא נעמען א לעקציע אויף עטיקס און זיך לערנען די בעיסיק דרך ארץ וסדר העולם.
ווארפן בייזע בליקן אויף א טוריסט וואס וויל בסך הכל זעהן און פארשטיין א צווייטע קולטור קען שאפן אומנויטיגע סטיריאוטייפס אויף א קאמיוניטי וואס וואלט געמעגט ארבעטן אויף צו ארויסשטעלן א בעסערע אימעדש פארן כלל.
הפנים, די גאס איז נישט פרייוועט, און דאס איז די שיינקייט דערפון, אז יעדער קען באטראכטן יעדעם אין זיך לערנען לטוב ולמוטב.
איך ווייס נישט ווי עטיש עס איז צו קריטיקירן אנדעם וואס מ'זאל בכלל אויסהערן א צווייטע צד, ספעציעל ווען ס'איז בנמצא גרינגערהייט.
אוודאי איז א גאס נישט פריוואט און מקען באטראכטען איעדע מענטש, אבער און מיין מענטשליכע געפיל וואס גאט האט מיר צוגעשאנקען, שפיר איך אומעטיש צו באטראכטען א צווייטען מענטש,יא איך בין אויך זייער א נייגעריגער,און ווען איך קלאפ מיך אן און א מענטש, א טעקסי דרייווער, וכדומה, און סזעעט מיר אויס ווי יענער וויל שמועסען און זיך עקספרעסען, וועל איך אויסגעבען מיין נייגער,
אבער סתם קלאצען אויף א מענטש פון ווייטענס,
איך גלייב אז רובא דרובא מענטשען זענען אומבאקוועם ווען איינער באטראכט זיי,און וויל זיי אויספיגערען, און אויב ביסטו מיר מודה לזה אז מענטשען שפירען זיך אומבאקוועם ווען מבאטראכט זיי, וועסטו מיר לכאורה מודה זיין אז באטראכטען מענטשען איז אומעטיש, היות סאיז אומעטיש צו מאכען מענטשען אומבאקוועם.
בנוגע וואס די זאגסט פון טורוזים, געווענטליך טוריזים איז פון א לאנד, פון די בנינים, די מוזיאמס,
שטודירען א קולטור און באטראכטען מענטשען איז אומעטיש, ווייל רוב מענטשען האבען נישט ליב ווען מבאטראכט זיי.
סאיז דא עונשו וועגען וויאזוי א מענטש קען שטודירען א קולטור, ער גייט אריין און געשעפטען איינער אליינס, ער קויפט זאכען,, וכ״ו אויף א אויפען וואס מענטשען שפירען נישט אז זיי ווערען באטראכט.
א טור וואס קומט און באטראכט א קאממיונוטי איז לכאורה אומעטיש, אויב א בחורעל צו א ווייבעל שפאצירט אויפען גאס, און פלוצים קוקען 10 פאר אויגען אויף עם, און ער שפירט אומבאקוועם, איז דער אחראי דערויף אומעטיש פארען גורם זיין די אומבקוועליכקייט.
איך פארשטיי וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין דא.
די אביעקטיווע און זשורנאליסטיש אקוראטע צייטונג.
Re: חסידים אלס אטראקציע -אינטערוויו מיט פרידא וויזעל (וועקער
א מורא׳דיגע און טיפע אינטערוויו, גוט באשריבן און לאזט איבער אסאך (סאציאלאגישע...) חומר למחשבה. ייש״כ, איך האב אמת׳דיג הנאה געהאט.
בנוגע דאס וואס זי באטאנט אז נאר אין אונזער סאסייעטי קוקט מען ארויף די ״מעטשינג״ פון קינדער׳ס קליידער, האב איך געקלערט אז די סיבה דערצו איז אפשר דאס אז וויבאלד אונזער געזעלשאפט איז אזוי מיוסד אויף קאנפארמיטי וכל המסתעף, האט דאס שוין אריינגעדרינגען אין די סייקי פון די מעמבערס פון די סאציאלע גרופע, עכ״כ אז סאבקאנשעסלי באטראכט מען שוין דאס אז די אייגענע קינדער גייען אלע אייניג אנגעטוהן ווי א סטייליסטישע וכו׳ מעלה. אפשר.
שוין. הא׳מיר האפענטליך אויך אביסל יוצא געווען א שטיקל משהו סאציאלאגישע שמועס דא...

מי אני: איך האב א ביסל אן אנדערע טעאריע איבער די סיבה פארוואס די מערסטע אונגאריש-אפשטאמיגע אידן וועלכע וואוינען אין וויליאמסבורג. (נישט אז ס'פעלט עפעס פאר די בארא פארקער איינוואוינערס) זענען אזוי שטארק אריינגעטון אין חומריות און לוקסוס טרייבעריי, איז ווייל ביי זיי איז דאך כמעט אלעס אפיציעל פארבאטן דורך די רבנים. וועלכע האבן ב"ה איבעריגע צייט. נאך נעמען קעיר פון זייערע ריעל עסטעיט און השגחה ביזנעס. און דורך די מאטיוו פון ווערן ..."פעימאוס"...קומען זיי אויף מיט נייע..."מצוות" און איסורים חדשים לבקרים. איין טאג איז עס לאנגע .."פאנדיאלאוס"...ביי די פרויען. דעם נעקסטן טאג איז ..."געפאסטע קליידער"... און לאנגע שייטלעך. און און די ליסט איז צו לאנג אויסצורעכענען..."שייגעץ בייקס". און סמארטפאונס און וואטסעפפ. ממילא, די קליינע פארטס פון זייער לעבן וואס די רבנים האבן נאכנישט געאסר'ט נוצן זיי אויס אויפ'ן שטערקסטן אופן. און ס'גייט אן א שטארקע קאמפעטישן ווער ס'קען אריינברענגען עפעס א !...חידוש און אפילו איבערשטייגן די אנדערע משפחה
Re: חסידים אלס אטראקציע -אינטערוויו מיט פרידא וויזעל (וועקער
לדעתי איז מרת. וויזעל אויך א פערפעקטע פערזאן צו גיבן א סאציאלאגישע אפהאנדלונג אויף אונזער געזעלשאפט. דהיינו, ווי דזשארג סיממעל, פון די פריעסטע סאציאלאגן, האט געזאגט איז כדי צו קענען ריכטיג אפשאצן א סאסייעטי (און באגיין דיבּאָנקינג, אפצוווארפן מיטאסן וכדומה איבער די סאסייעטי, הן לטב והן לביש) פעהלט אויס א קריטיקעל דיסטענס; זיין גענוג ״פרעמד״ פון די סאסייעטי זיי צו קענען אביעקטיוו אפשאצן. אבער מאידך גיסא פעהלט אויך אויס א נאנטקייט און באהאווענטקייט דערמיט זיי צו לגמרי פארשטיין. מרת. וויזעל איז לדעתי א פערפעקטע פערסאניפיקעישאן דערפון לגבי אונזער געמיינדע.
איך האב דורך געליינט די ארטיקל און שטארק הנאה געהאט, עס איז גאר גוט געשריבן, גוטע חומר, הומאר, און זייער געשמאק צו ליינען.
בנוגע וואס מען שרייבט צו עס איז ריכטיג צו מאכן א טור פון מענטשן, האט זי זייער גוט מסביר געווען אין די ארטיקל. א חסיד וועט נישט ליב האבן ווען א בחור קומט לאכן פון זיין רבי'ס טיש, אבער ווען עס קומט אן עלטערע פרעמדע איד וואס איז באמת אינטערעסירט מיטצוהאלטן, וועט עס גאר ברענגען א גוטע געפיל.
די זעלבע ווען מען זיצט ביי א שיעור און עס קומט אריין א נישט היימישער. אויב איז ער סתם דא צו באטראכטן די מאדנע מציאות פון א שיעור, דארף אים קיינער נישט דארט. אבער אויב איז ער באמת נייגעריג אין וואס מען לערנט, וועט מען זיין גרייט אים צו ארויסהעלפן און מסביר זיין.
לדעתי איז די סיבה פארוואס מענטשן פון אונזער קהילה רייסן אראפ די טור'ס, ווייל זיי פארשטייען נישט פארוואס איינער וויל קומען קוקן (טאקע ווייל עס איז נישטא קיין סך פון אונז וואס זענען שטארק אינטערעסירט אין סאציאלאגיע, ווי זי דערמאנט אינעם ארטיקל). עס איז טאקע דא גוים וואס ווילן קומען זען חסרונות פון די אידן, זיי ווילן זען די אידישע פאראזיטן. אבער עס איז אויך פארהאן מענטשן וואס זענען אמת'דיג נייגעריג איבער אונזער לעבנסוועג און קולטור, און דווקא אזא סארט טור ווי וויזעל'ס ברענגט צו זיך אזעלכע מענטשן.
גוט אז זי געדענקט נאך וויאזוי צו אויסלעשן לעכט, "פאפא פאקט פעקלעך"... דאס וואס זי זאגט אז מעטשינג איז א חידוש, איז מיר א חידוש. גייסט מיר זאגן אז די אלע נישט היימישע משפחות האבן זיך ספעציעל אנגעטון פאר אינסטעגרעם..?
איר בענקשאפט צו א חסיד'ישע ניגון, און די פשטות פון אונזער לעבנסוועג, געבט אביסל חיזוק פאר א איד. אמת, איך לעב טאקע א לעבן מיט אסאך שוועריקייטן, הלוואי וועל איך איין טאג קענען מאכן שינוים לטובה, אבער כאטש עפעס ליכטיקייט האבן אונז אזוי אויך.
שוין א לענגערע צייט וואס איך האלט מיט אירע שרייבערייען, איך גלייך זייער איר צוגאנג. זי האלט זיך נישט אפ פון גיין קעגן דעם שטראם, פראבירט צו האלטן אירע מיינונגען באזירט אויף פאקטן, און שרייבט מיט א לייכטע שפראך (כאטש נישט אזוי פראפעסיענאל).
לעצטענס האב איך שוין אזש רחמנות ווי שטארק זי נעמט זיך צום הארצן איבער די מעשים פון אונזער קאמיוניטי, דו ביזט דאך שוין נישט דא, טעיק איט איזי, פארוואס עסט זי זיך די געזונט מיט יעדע מעשה.
אויף איר וועבזייטל האט זי אן אפציע "ווידיאו טור", איך האף אז עס וועט טאקע גיין לייוו ווי פריער, וועלן אונז וואס קענען נישט שפאצירן מיט איר אויף די גאסן פון וויליאמסבורג אויך קענען מיטהאלטן איר טור.

פרידא וויזעל האט אנגעהויבן היינט אן אינטערסאנטע פאדקעסט גערופן "די זייער נישט נארמאל" פאדקעסט וואו זי עקספלארירט טעמעס פון קאנפארמיזם און סאציאלע דאגמעס און מער ספעציפיש די פיינפולע רייזע פון מענטשן וואס פאלן ארויס פון וואס ווערט אנגערופן נארמאל און דערוואגן זיך צו ווארפן פלאקנס אין ריכטונג אויף מיטאסן וואס אלע ארומיגע זעען ווי פאקטן.
אין ערשטן עפיזאד שילדערט זי איר אייגענע ערפארונג אלס א מענטש וואס איז דורך צוויי מאל אן אמונה-קריזיס, איינמאל מיט'ן רעוואלטירן אין חרדישן לעבן און צווייטן מאל ווען זי האט זיך אויפגעוועקט פונעם טרוים פון דער פראגרעסיווער וועלט און אויפגעהערט גלייבן אירע הבטחות'ער און נביאות'ער. די כפירה אינעם מאדערנעם טראכט האט זיך געפארעמט צוביסלעך, אנגעהויבן מיט שוועריגקייטן אין פערזענליכן לעבן, און אויף א גרעסערע סקעיל איז די אייז געבראכן געווארן נאך וואס טראמפ האט געווינען פרעזידענטשאפט קעגן די נביאות'ער פון דער גאנצער עליטע עסטעבלישמענט וואס האט געוויזן צוויי זאכן, איינס אז די וועלט פראגערסירט בכלל נישט פאראויס אין ריכטונג פון דער מאדערנער אגענדע און צוויי אז די עליטע זאגן נישט דעם אביעקטיוון אמת נאר פארקויפן א וועלט אויסקוק לויט זייער בייעס...
זייער אן אינטערעסאנטע פאדקעסט פאר ווער ס'האט ליב צו הערן זאכן פון א... "זייער נישט נארמאלן" פערספעקטיוו...
<a class="postlink" href="https://anchor.fm/frieda-vizel/episodes/Autobiography-of-a-Non-Conformist-eo4hvg/a-a46n9da">https://anchor.fm/frieda-vizel/episodes ... /a-a46n9da</a>
@צמח

אין צווייטן עפיזאד "יענע מאסקלאזע חסידים" קומט זי אויף מיט אלטערנאטיווע ערקלערונגען פארוואס חסידים זענען וויאזוי זיי זענען אין צוזאמענהאנג מיט דער קאראנאוויירוס.
כ'זעה אז מע האָט שוין גערעדט אין קאװע שטיבל איבער "װיזיט חסידים"
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/6788">viewtopic.php?f=24&t=6788</a><!-- l -->
------------------
זי זוכט אצינד א ספּעציפיש בילד, אפשר קען איינער דא העלפן
@FriedaVizel אויף טװיטער
I need a photo for some film thing:
- of a modern orthodox father & son
- taken at about early 1980s.
- Son should be about 9yo.
- Preferrably more Sephardi.
The photo would be licensed for use and you’d get a decent licensing fee.
If you have any leads/ideas/people I might talk to I’d be very grateful.

Re: חסידים אלס אטראקציע -אינטערוויו מיט פרידא וויזעל (וועקער 17)
ווען כ׳האב געזעהן לעצטע חודש אז פרידא וויזעל האט אינטערוויוד ריקי רויז האב איך געוואוסט אז ס’וועט זיך לוינען צו מאכן צייט עס אויסצוהערן. נעכטן האב איך עס ענדליך געהערט און שטארק הנאה געהאט. בייגעלייגט איז די לינק אויב איינער איז אינטרעסירט
בלאט: 1 2