☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » מייגרעין העדעקס

מייגרעין העדעקס

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1365

משה געציל » זונטאג אוגוסט 5, 2012 10:43 pm

· #31943
מייגרעין העדעקס
איך האלט יעצט אינמיטן די ערשטע פאזע פון א מייגרעין העדעק, אלעס פאר מיינע אויגן שווינדלט (אויב איך מאך דא געפערליכע טעותים, ביטע פארגעבן, ווייל גלויבטס מיר א יעדע ווארט קומט מיר אן שווער), נעקסטע פאזע קומט געפערליכע קאפ שמערצן אויף די לינקע זייט פון מיין קאפ.
פאר די וואס ליידן דערפון דארף איך נישט מסביר זיין וואספארא פיין דאס איז, און פאר די וואס ליידן נישט דערפון האב איך נישט וואס מסביר צו זיין ווייל דאס איז א שמערצעריי דלא אפשר למיפרט בשפתא.

ווייסט איינער פון עפעס א ווירקזאמע רפואה פארן קורצע טערמין און פארן לענגערן טערמין? עס נעמט מיר ממש אוועק פון די עולם העשי' צי ס'איז מיט מיין ביזנעס צי ס'איז מיט׳ן לערנען.

אין די מעדעצינישע וועלט איז לויט מיין ערפארונג נישט דא קיין שום היילונגס מיטל, אויב איינער דא האט סיי וואספארא אינפארמאציע פון א דאקטאר, סגולה, שפרעכונג, (אפילו בדרך כלל גלויב איך נישט אין דעם וואלט איך עס פרובירט ווייל וואס צו פארלירן האב איך נישט) ביטע לאזט אייך הערן.
איך מוז שוין צוענדיגן ווייל עס ווערט שווערער פון מינוט צו מינוט. אויב איר ווייסט פון עפעס ווירקזאם, זייטס נישט קיין מונע טוב מבעליו.

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 5, 2012 10:49 pm

· #31946
אוי וויי. מי מילל ומי פילל. אז אונזער מייסטער שרייבער, בעמח"ס נטעי ההרים, זאל דאס אדורכגיין. מ'קען ממליץ זיין אויפן נטעי ההרים "תורתי שלמדתי באף"...
און איבער די סגולות, ער ארבעט נאר אויב מ'גלייבט דערין. אויב בדרך כלל ביסטו נישט קיין גלייבער, האבעך מורא אז ס'א שאד די צייט.

איבער עצות דערויף געדענק איך נישט יעצט סעפציפיש, אבער איך געדענק אז איינער האט מיר אמאל געוויזן א נאטורליכע מעדיצין וועלכע טוט עס שטארק בארואיגן.
איין זוך אויף גוגל ברענגט אויף טויזענטער עצות דערוועגן.

משה געציל » זונטאג אוגוסט 5, 2012 11:22 pm

· #31956
שמעקעדיג

איין זוך אויף גוגל ברענגט אויף טויזענטער עצות דערוועגן.

איך האב שוין געגאלט, געבינגט, געיאהאט, און נאכנישט געטראפן עפעס ווירקזאם.

גלות יוד » זונטאג אוגוסט 5, 2012 11:58 pm

· #31961
עס קען זיין דארפסט זיך טאקע גיין אפשפרעכן, איך האב חבר וואס יעדע מאל ער האט א מייגרעין אטאקע, גייט ער זיך אפשפרעכן און עס העלפט איהם גלייך, קען זיין ס'איז דמיון מרובה על המציאות, אבער שאטן קען עס נישט.

לאדיך אפ » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 11:08 am

· #32088
איך לייד אויך אויף מייגרעינס. איך נעם אייביג א עקסעדרין און ס'גייט אוועק נאך א שעה.

קווארטין » זונטאג אוגוסט 12, 2012 3:19 am

· #34046
סתם א שאלה, האט מייגרען העדעיק צוטוהן מיט סיינוס?

וואוינט אין ב.פ.? » זונטאג אוגוסט 12, 2012 12:43 pm

· #34158
קווארטין
סתם א שאלה, האט מייגרען העדעיק צוטוהן מיט סיינוס?

ניין קיין שום שייכות. איך לייד אויף סיינוס און זיך לעצטנס געטשעקט פאר מייגרעין. עס איז צוויי אנדערע פלעצער אין קאפ.

איחוד פעלד » זונטאג אוגוסט 12, 2012 1:33 pm

· #34195
Re: מייגרעין העדעקס
די מיגראנען זענען סעמי סטראקס.
אדוויל העלפט אויב מען נעמט עס תיכף אין אנהייב, ווען מען פילט עס גייט קומען.
טרינק נישט קיין קאווע קיינמאל. נאר דיקאף.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 4:23 pm

· #35246
משה געציל, לאז אונז וויסן אויב/ווען עס ווערט בעסער!

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 12:38 pm

· #42117
שמעקעדיג
משה געציל, לאז אונז וויסן אויב/ווען עס ווערט בעסער!

מומחה » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 1:41 pm

· #42135
משה געציל מאך זיכער נישט צו עסן טשאקאלאד, ס'קען פאראורזאכן מייגרעין. (ביי געוויסע מענטשן)

משה געציל » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 1:51 pm

· #42137
שמעקעדיג
שמעקעדיג
משה געציל, לאז אונז וויסן אויב/ווען עס ווערט בעסער!

יישר כח פארן זיך נאכפרעגן אויף מיין וואוילזיין! ב"ה יעצט איז עס אקעי, איך האב שוין געהאט נאך א אטאקע אינצווישן, דעמאלטס האב איך תיכף גענומען צוויי טיילענאלס ווי גלייך איך האב געשפירט די סימפטאמען אז עס קומט אן, און עס האט ב"ה טיילווייז געהאלפן אז די שמערצן זענען נישט געווען אזוי געפערליך.

qwerty » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 10:10 pm

· #42291
משה געציל
שמעקעדיג
שמעקעדיג
משה געציל, לאז אונז וויסן אויב/ווען עס ווערט בעסער!

יישר כח פארן זיך נאכפרעגן אויף מיין וואוילזיין! ב"ה יעצט איז עס אקעי, איך האב שוין געהאט נאך א אטאקע אינצווישן, דעמאלטס האב איך תיכף גענומען צוויי טיילענאלס ווי גלייך איך האב געשפירט די סימפטאמען אז עס קומט אן, און עס האט ב"ה טיילווייז געהאלפן אז די שמערצן זענען נישט געווען אזוי געפערליך.



טראדישענעל מעדעצין האט נישט קיין רפואה פאר דעם. לאידך אלטערנאטיוו מעדעצין איז דא אן א שיעור רפואות.

אין אלטערנאטיוו רפואות גופא איז אלערליי דרכי הרפואה און אלע זענען מצליח בעסער ווי טראדישענל מעדעצין אין רוב מחלות.

עס ווענדעט זיך צי איר זייט אזא סארט מענטש וואס גלויבט באמונה שלמה נאר אין די טראדישענעל אדער איר זיינט אפען מיינדעט צי די בעסערע אלטערנאטיווס.

עס ווענדעט זיך אויך אין וועלכע שטאט איר זענט.

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 30, 2013 5:44 pm

· #110362
אולי ירחם (פון א אלטע המספיק גאזעט)
📎 Sugg-03.jpg

petergrifin » דינסטאג אפריל 30, 2013 7:58 pm

· #110424
.Another suggestion for migraines is to take one tbs of Cayenne Pepper in a glass of water
Will begin to relieve symptoms immediately. It can have a strong taste so drink quickly
📎 Cayenne.jpg

משה רוקח » דאנערשטאג מאי 2, 2013 10:32 pm

· #111481
שמעקעדיג
אולי ירחם (פון א אלטע המספיק גאזעט)

אודאי אזוי.
נאכ'ן דאס נעמען טראכט מען פון ברעכן ווי איידער פונעם קאפ ווייטאג. אזוי אויך העלפט עס פאר נאזשיע ווייל ס'מאכט ברעכן.

galitzyana » דאנערשטאג מאי 2, 2013 11:54 pm

· #111492
Excedrin is the answer

יואב » מאנטאג מאי 6, 2013 3:19 am

· #112213
איך לייד פון מייגרעין העידעיקס.
היינטצוטאגס האב איך דאס געווענדליך אין א מילדן פארנעם, און בלויז אפאר מאל א יאר צעווילדעוועט זיך עס.
טיילענול העלפט מיר נישט, עדוויל יא.
אלס יונג בחור האב איך דאס געהאט אויף א גאר רישעות'דיגן פארנעם, און א דאקטאר האט מיר דאן ג'עצה'ט צו נעמען B2 ווייטאמינען.
ער האט מיר געזאגט אז עס קען העלפן שטארק יונגערע מענטשן, הגם נישט עלטערע.
כ'האב דאס גענומען, און איך האב געזעהן א גרויסע חילוק.

ישמעאל הכהן » מאנטאג מאי 13, 2013 10:23 pm

· #114802
ask UR doc abt imitrex. Works wonders for migrains

קעסטעסער » מאנטאג מאי 13, 2013 10:29 pm

· #114806
galitzyana
Excedrin is the answer

עקסעדערין איז זייט די זוממער נישט דא צו באקומען, ווייל זיי מאכן איבער דער פלענט ווי מען מאכט עס. די היימישע געשעפטן אין די אידישע געגענטער האבן אוועקגעלייגט דערפון, אבער מען ברויך בודק זיין דעם דעיט.

<a class="postlink" href="http://americannewsreport.com/more-troubles-at-excedrin-plant-delay-production-8816460">http://americannewsreport.com/more-trou ... on-8816460</a>

בדחן » דינסטאג מאי 21, 2013 12:16 am

· #116257
מען זאגט נאך אז א פיל ווי לאנג עס ברעקעלט נישט אדער געטוישט קאליר איז עס סעיף, און א שמיר ווי לאנג עס רינט נישט איז עס סעיף,

די דעיט איז נאר פאר וויזוי הייסט עס.

מזלטוב » דינסטאג מאי 21, 2013 12:51 am

· #116269
פון מיין עקספיריענס מיט געפערליכע מייגרעין'ס איז ד"ר סארנו'ס מעטאד די בעסטע און איינציגע הילף. עס איז דא איינער אילאוויטש און ווילאמסבורג. און כץ און בארא פארק. פיליפ פאר פרויען. ארבעט געוואלדיג

אביגדור » דינסטאג מאי 21, 2013 12:57 am

· #116271
יישר כחכם!

משולם שטיינפעלד » זונטאג מאי 26, 2013 12:04 am

· #117795
סארנאס מעטאד העלפט פאר מייגרעינס אויך?

א חבר זאגט מיר ער האט עס גענוצט פאר א סליפ דיסק.

עס סאונד ווי די סגולה רינגל, העלפט פאר יעדע סארט מיחוש

petergrifin » זונטאג מאי 26, 2013 12:23 am

· #117803
משולם שטיינפעלד
סארנאס מעטאד העלפט פאר מייגרעינס אויך?

א חבר זאגט מיר ער האט עס גענוצט פאר א סליפ דיסק.

עס סאונד ווי די סגולה רינגל, העלפט פאר יעדע סארט מיחוש


סארנאס מעטאד? װי אזוי שרײבט מען עס אין ענגליש?

its me » מיטוואך פעברואר 26, 2014 6:28 pm

· #186969
ישמעאל הכהן
ask UR doc abt imitrex. Works wonders for migrains

I tried Imitrex (from a neurologist), it helped a retech. it made me feel like I was dying.