☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וויפיל איז קול מבשר שולדיג אינעם היימישן קאראנע קריזיס?

וויפיל איז קול מבשר שולדיג אינעם היימישן קאראנע קריזיס?

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13626

אישתישבי » דינסטאג מערץ 17, 2020 8:22 am

· #443901
לויט ווי די לייגסט עס אראפ

א. קול מבשר, בכלל נישט באזארגט.
ב. דראדזש, אביסעל באזארגט.
ג. סי.ענ.ענ. זייער באזארגט.

איך מיין אז די לעבט אין לאלא, עס האט בכלל נישט מיט דעם.

עס האט מיט דער מענטש, עס איז דא מענטשן וואס קערען פאר זיך, מענטשן וואס קערען פאר אנדערע אויך, און מענטשן וואס קערען פאר ביידע נישט.

זיי פלאנען ממילא נישט צוַפארשטיקען דער מחלה אינגאנצען, נאר אויסצושפרייטן אין צייט, אזוי אז דער סיסטעם זאל נישט האבען קיין איבערפלוס.

די עלטערע מענטשן וואס דרייען זיך ארום כאילו לא היה, זיי פארשטיי איך אינגאנצען נישט. האלו, ר' איד, די ווייסט אז טאמער די כאפסט דער וויירוס, איז דא הויכע טשענס פין שטארבן?
נאר וואס דען? מענטשן זענען האלב איינגערעדט, האלב סטופיד, און טאמער מיינט עס אביסל טוישן זיין סדר היום, וויל ער נישט.

און דער עיקר טענה איז אויף זיי, אנדערע אינגע, וואס ווילסטו זיי זאלען טוהן? נישט גיין אין ערגעץ? פארוואס נישט? ער איז נישט קראנק, ער ווייסט נישט ווען ער גייט ווערען קראנק. ער האלט נישט ביי זיך איינשפארן פאר אפאר וואכן, און אויך נאר ווייל אפאר אלטע לייט ווילען נישט אנטוהן הענטשקיס און מאסקעס.

אישתישבי » דינסטאג מערץ 17, 2020 10:22 am

· #443905
מן הסתם הערט מאה שערים אויס קול מבשר.

איסר האטלקי » דינסטאג מערץ 17, 2020 12:12 pm

· #443907
איך האב נישט געהערט קול מבשר, אבער די תגובה האב איך געזען אויף א"וו. ק"מ מיינט קול מבשר.
אור
בר דעת
געהערט יעצט אינטערוויו פון דר. בערמאן אויף ק"מ, עס האט מיר שטארק אפגעשראקן. דער באשעפער זאל זיך מרחם זיין אויף אידישע קינדער.

שמחהלע קאפשטיק » דאנערשטאג מערץ 19, 2020 10:48 pm

· #444032
מיינע צוויי סענס:
איך האב נישט געהאט קיין 'whatsapp ביז ממש לעצטענס - און מיינע נייעס פלעג איך באקומען פון אריינלאגען אין די נייעס סטאנציעס בכל כדור העולם דורך די אינטערנעט - (און אביסל דורך קול מבשר) און איך מוז זאגן אז זייט איך בין אנגעהאקט מיט סאושעל מידיא זעה איך די נייעס אויף א אנדערע בליק, און אסאך פאקטען וואס די היימישע נייעס קוועלער באהאלטען אדער געבן עס ארויס זייער פארעווע איז בלויז א קאווער אפ !!!

אין אנדערע ווערטער א נייעס סטאנציע וואס וועט זיך דארפן פארענטפערן פאר איינעם פארן זאגן עפעס שלא כהוגן איז א פלאץ וואס מען טאר עס נישט גלייבען

איסר האטלקי » מוצ"ש מערץ 21, 2020 10:50 pm

· #444073
נאר איך זע נישט קיין קאווער אפ אויף קול מבשר? ער זאגט קיינמאל נישט וויאזוי איינער איז אוועק, נישט קיין הארץ אטאקע אדער סטראוק. קען זיין אז דא דארף ער טאקע יא זאגן, אבער ווען ער זאגט נישט איז עס נאכנישט קיין קאווער אפ.