קאראנא: א שטרוי אין ברויזענדן שטורעם. געב א שמייכל!
24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13624
קאראנא: א שטרוי אין ברויזענדן שטורעם. געב א שמייכל!
עס איז דא אן ערענסטע מעגליכקייט אז מיר גייען אנקומען צום מאקסימום וויפיל אונזערע נערוון קענען דערהייבן. ווי נישט ווי, אז די קינדער גייען נישט אין חדר/שולע וועלן זיי טאנצן די מאמען אויף די געהירן, איז לא ימלט אז סוכ"ס וועט דאס ווייב טרעטן אויף דיינע.
שטעל איך דא אוועק א ווינקל פאר ליצנותא דע"ז, צו טרייבן שפאס פון אלס וואס האט שייכות מיט קראנע.
לאמיר אנהייבן ווער עס האט איז געבעטן צו צולייגן.
📎 ESyI0UUAEF821.jpeg
You know what should be flying off the shelves right now?
Matzah, in bulk packages.
The stuff takes years to expire, keeps you full, and most importantly of all, lends itself to the kind of constipation that requires very little toilet paper
__________________________________________
יעדעס מאל פאר משיח קומט געשעהן די סארט זאכן... 😉
וואס #כח_היחיד האט נישט געקענט באווייזן האט קאראנא באוויזן.
#קאנספיראציע
אפשר גאר איז די גאנצע זאך נאך א קאמפיין פון כח_היחיד?
📎 4790164dc38e042071dd407264a3e782.png
נישט געזארגט...
📎 text-on-image.jpeg
אויף קול מבשר זאגט איינער פאר דרעזנער אז מען זאל חלילא נישט געבן קיין Ibuprofen פאר איינער וואס האט די קראונע. פרעגט אים דרעזנער און וואס טיט זיך מיט Mutrin? ענטפערט אים: איך האב נישט געהערט אויף מאטרין אבער Ibuprofen נישט.
.
📎 0CE1B21B-E0CE-4EB8-881C-B2385885875A.jpeg
זענט איר באזארגט אז איר וועט אויסלויפן פון וויש-פאפיר קודם הקץ?
דאגה'ט נישט, there's an app for that.
<a class="postlink" href="https://howmuchtoiletpaper.com">https://howmuchtoiletpaper.com</a>
c/p
ווייס איך שוין נישט וועלכע יום טוב איז יעצט:
מען דרייט זיך מיט סליפערס אזוי ווי תשעה באב
מען גייט מיט מאסקס אזוי ווי פורים
מען ציטערט אזוי ווי ראש השנה
מען הונגערט אזוי ווי יום כיפור
מען עסט נאר אינדערויסן אזוי ווי סוכות
מען זיצט ביים פענסטער אזוי ווי חנוכה
מען עסט פירות אזוי ווי חמשה עשר
יעדער דרייט זיך מיט טישוס אין די האנט אזוי ווי פאר פסח
מען מאכט סעודות די גאנצע משפחה און מען שלאפט נאכמיטאג אזוי ווי שבת
קפ
כהאב געזאגט פאר מיינע קינדער מגייט נישט ארויס אויפן פארטש,
מגיימער עס איבערלאזן פאר חול המועד.
דער גאנצער וועלט איז איצטער אזוי ווי א עראפלאן !
די גויים זיצן און קוקען TV
און די אידעלעך דרייען זיך ארום און מאכן מנינים...
זאגט מיר מיין חבר אז ער האט אוועקגעשיקט זיין קינד פון היים-חדר
וויבאלד זיין טאטע האט אין באזיץ א "סמארטפאון"
Re: קאראנא: א שטרוי אין ברויזענדן שטורעם. געב א שמייכל!
איך האב געוואוסט אז בעפאר משיח קומט גייט זיין מלחמת גוג ומגוג.
כ׳האב אבער נישט געוואוסט אז ס׳גייט זיין אין מיין הויז....
די היי יאריגע שפיל וועט הייסן ׳אונטערן פיס׳...
מישהו יודע כמה זה שני מטר בשיעור חזון איש?
Re: קאראנא: א שטרוי אין ברויזענדן שטורעם. געב א שמייכל!
2019: שטיי ווייט פון נעגאטיווע מענטשן. 2020: שטיי ווייט פון פאזיטיווע מענטשן.
עולם הפוך ראיתי. קינדער זאגן פאר די עלטערן אז זיי קענען נישט ארויסגיין פון דערהיים אן רשות.
אויב מיינסטו מיר לעבן יעצט דורך א שווערע צייט ווארט נאר ווארט. אין צוואנציג יאר וועלן מיר האבן א פרעזידענט, קאנגרעס און סענאט מחונך דורך פוילע, אומעפעקטיווע מחנכים.
קאראונע האט באוויזן וואס קיין שום ווייב האט נישט געקענט. ספארטס איז קענסעלד, באר'ס זענען פארמאכט און מענער בלייבן אינדערהיים.
Re: קאראנא: א שטרוי אין ברויזענדן שטורעם. געב א שמייכל!
גיי לערן מיט א פרוי ברטנורא...
📎 20200504_232719.jpg
Re: קאראנא: א שטרוי אין ברויזענדן שטורעם. געב א שמייכל!
גוטע צייטן געווען אמאל...📎 b2f6a86d72166450565a66eb2c74b737.jpg
Re: קאראנא: א שטרוי אין ברויזענדן שטורעם. געב א שמייכל!
יענקל האט גענומען זיין ווייב צום דאקטאר צו נעמען דעם קאראנא טעסט.
צוויי טעג שפעטער באקומט ער א רוף פונעם דאקטאר: עס טוט מיר וויי דיר צו מעלדן אז עס האבן זיך פארטוישט די טעסט רעזולטאטן פון דיין ווייב מיט א צווייטנס, יעצט ווייסן אונז נישט צי זי האט קאראנא אדער אלצהיימערס...
יענקל ווערט צעמישט און פרעגט: איז וואס טוה איך יעצט?
דאקטאר: נעם איר אויף א לאנגע שפאציר און לאז איר איבער ערגעץ ווייט פונדערהיים, אויב געדענקט זי דעם וועג אהיים, דאן עפען איר נישט די טיר.....
Re: קאראנא: א שטרוי אין ברויזענדן שטורעם. געב א שמייכל!
דאס האט מיר דערמאנט די ווערטל פון בוש מיטן סעקרעטאר.📎 WHO01.jpg
א נייע געדאנק פאר מפואר צי אנהייבן מאכן לעדערנע דערפון פאר די שילן ווי מען טיילט אויס די עליות קארטלעך
📎 Screenshot_20200914-175643_WhatsApp.jpg
📎 2020-09-24.png-
החוקרדאס האט מיר דערמאנט די ווערטל פון בוש מיטן סעקרעטאר.📎 WHO01.jpg
און דיין ווערטל דעמאנט מיר פון דעם
<a class="postlink" href="https://youtu.be/UJH66PmtNk8">https://youtu.be/UJH66PmtNk8</a>