Re: קאראנעוויירעס ברענגט זארג פאר געזונט פון די רבי'ס
דאס איז מסתם ווייל זיי ״דרש׳נען״ (משלי יא כא) יד ליד לא ינקה רע וזרע ״צדיקים״ נמלט...
ווי אויך הייסט דאס קאראנעוויירוס על שם ווייל אונטער א מייקראסקאופּ זעהן אויס די פאמיליע פון וויירוסעס ווי כאילו זיי האבן א ״קרוין״ [״קאראנע״ בלאטייניש (די שפראך פון מעדעצין און סייענס בכלל) = קרוין] וואס נעמט זיי ארום, מכח די פּראטינס וואס שטעקן זיך ארויס. נו, מאן מלכי [מיט קרוינען/כתר תורה וכו׳] רבנן (גיטין סב.). איז האבן זיי מער מורא אז ס׳עט קומען אויף זיי...
לכבוד פורים. 😃
מיילא אנשים זקנים, אבער פארוואס זאלען די חשובים נישט קומען אין בית המדרש?
כ'ווייס נישט פארוואס מ'מיינט אז קראנאוויירוס קען נאך שאטן פאר די געזונט פון רבי'ס...
וואלוויכ'ווייס נישט פארוואס מ'מיינט אז קראנאוויירוס קען נאך שאטן פאר די געזונט פון רבי'ס...
די דאקטער האט געזאגט אז עס שאדט בעיקר פאר די וואס זענען אין א שוואכן געזונט צושטאנד, זיי האבן נישט געזאגט פיזיש אדער גייסטיש.
נו די רביס קוקן אויס צו זיין זייער שוואך,
מדארף זיי באדינען זיי קענען נישט גיין אהנע שטעקן און זיי גייען כסדר אויף ׳פרישה לופט׳
קענמען אפשר איינטייטשן דעם מאמר חז"ל וואס די גמ' זאגט אז אום פורים כל הפושט יד נותנים לו...ס'שטייט אבער נישט וואס. אמאל קען עס מיינען אז מ'געט איהם א פייג. אדער אמאל אפילו א פאטש
ס'מיינט אז כל הפושט, דער וואס שטרעקט אויס די האנט צו בעטן, יד נותנין לו, ווייזט מען עם א ליידיגע האנט אז אפס כסף...
כל הפושט יד נותנים? לא!
(קרעדיט, כולל נייעס)
ביי אונז פלעיגט מען זאגן אז אויב מען שטרעקט אויס די האנט פאר א רומעינער זאל מען דערנאך בודק זיין אויב דאס זייגער איז נאך אויפ'ן האנט !
אנשטענדיגע יוד: און דאס אז ער געטציך אכטונג אויף זיין געזונט. פשוטו כמשמעו. איז דיר נישט בייגעפאללן...?!
שמחהלע קאפשטיקביי אונז פלעיגט מען זאגן אז אויב מען שטרעקט אויס די האנט פאר א רומעינער זאל מען דערנאך בודק זיין אויב דאס זייגער איז נאך אויפ'ן האנט !
נישט אזוי גייט עס... אויב געט מען די האנט פאר א ראמענער, זאל מען דערנאך ציילן די פינגער אויב ער האט טאקע צוריקגעגעבן אלע 5...
מודעא רבה לאורייתא!
מטעם הגבאים בבית מרן אדמו"ר שליט"א ווערט געמאלדן פאר'ן ציבור אז לעת עתה וועט רבינו מער נישט מקבל זיין קיין געלטער, פדיונות, וכל מיני מתנות עד שיעבור זעם, אלס חשש פון קרונוויירוס וואס כאפט זיך אריין אויף דברים הניתנים מיד ליד.
יום ג' לסדר ולא לידי מתנת בשר ודם.
הק' ב. ש. - משב"ק
עס מאכט לכאורה א געוויסע מאס סענס אז דער רבי זאל מער נזהר זיין ווי א צווייטעם, נישט ווייל זיין לעבן איז חשוב'ער נאר ווייל ער קען זיין די גרעסטע גורם אז דער ווירוס זאל זיך צושפרייטן. אפילו מיט א גאנצער טיש כאפט יעדער אן למשל צען מענטשען. איז דאס תלוי אין די שאנסן אז איינער פון די צען איז אנגעשטעקט. טאמער דער רבי וואלט געגעבן די הענט פאר יעדער איז גענוג אז איינער אין די שול איז אנגעשטעקט און דער רבי וועט דאס פירען ווייטער צו דער גאנצער עולם.
[ציטאט אראפגענומען]
דארפסט אבער פארשטיין אז די חסידים האבן די ברירה (איך האף אזוי) נישט צו קומען צום טיש און די וואס קומען איז עס אדעתא דהכא אז מ'וועט שטיין איינער לעבן צווייטן און טאנצן.
איך האב געהערט אז אין א געוויסע חסידות, האט מען געפירט געהערט די שבת, קען די געעזץ. ולמרבית הפלא האט דער רבי אליינס זיך נישט דארט באוויזען. דער פארציילער האט נישט געוואוסט צו עס איז געווען עפ״י פסק האדמו״ר, ממילא דערמאן איך נישט די נאמען
Re: קאראנעוויירעס ברענגט זארג פאר געזונט פון די רבי'ס
אין בעלזא דעם שבת האט מען זיך געשטופט ווי געהעריג ביים טיש, נאר ווען ס'איז געקומען צו טאנצן מיט חתנים האט דער רב זיי אנגעכאפט דורך א גארטל.
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
טאמער דער רב כאפט דער ווירוס קענסטו געבן מזל טוב פאר אהרן מרדכי.