☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » נייעס אין באבוב אין אויך אין 45

נייעס אין באבוב אין אויך אין 45

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13614

בעל דרשן » זונטאג מערץ 8, 2020 2:24 pm

· #443700
נייעס אין באבוב אין אויך אין 45
חסידי באבוב פראווענען היינט די 15 יארצייט פון הרה"ק רבי נפתלי צבי האלבערשטאם זצ"ל בן כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב זצ"ל

רבי נפתלי צבי איז געווען די ממשיך פון זיין הייליגע טאטן פאר עטליכע יאר און נאך זיין פטירה האט די אנדערע זון הרה"צ רבי בנציון שליט"א וואס איז ביז דאן געווען רב הצעיר איבערגענימען די כתר הנהגה צו וועם רוב באבוב איז אריבער זעענדיג אין אים די ריכטיגע המשכה לבית באבוב ווי ער פירט עס ווייטער מיט א גרויסע הצלחה צו וועם טויזענטע חסידים זענען מקושר צו אים און ער האט אויף געבויט באבוב צו די פלאץ ווי זיי שטייען היינט ווערענדיג א אימפעריע פון רבבות ישראל איבער די גאנצע וועלט

רבי נפתלי צבי האט איבערגעלאזט צוויי טעכטער
הרבנית רובין און הרבנית אונגאר וואס זייערע מענער הגאונים הצדיקים רבי יושע און רבי מרדכי דוד האבן געעפענט א אייגענע קהילה נאכן פטירה פון זייער שווער רבי נפתלי צבי זצ"ל ווי עס קלאמערן זיך ארום זיי הינדריטע חסידים

זכותו יגן עלינו

cictim » מאנטאג מערץ 9, 2020 2:23 am

· #443721
בעל דרשן
חסידי באבוב פראווענען היינט די 15 יארצייט פון הרה"ק רבי נפתלי צבי האלבערשטאם זצ"ל בן כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב זצ"ל

רבי נפתלי צבי איז געווען די ממשיך פון זיין הייליגע טאטן פאר עטליכע יאר און נאך זיין פטירה האט זיינע איידימער הגאונים הצדיקים רבי יושע און רבי מרדכי דוד איבערגענימען די כתר הנהגה צו וועם רוב באבוב איז אריבער זעענדיג אין אים די ריכטיגע המשכה לבית באבוב ווי ער פירט עס ווייטער מיט א גרויסע הצלחה צו וועם טויזענטע חסידים זענען מקושר צו אים און ער האט אויף געבויט באבוב צו די פלאץ ווי זיי שטייען היינט ווערענדיג א אימפעריע פון רבבות ישראל איבער די גאנצע וועלט

רבי נפתלי צבי האט איבערגעלאזט א ברודער
הרה"צ רבי בנציון שליט"א וואס איז ביז דאן געווען רב הצעיר געעפענט א אייגענע קהילה נאכן פטירה פון רבי נפתלי צבי זצ"ל ווי עס קלאמערן זיך ארום הינדריטע חסידים

זכותו יגן עלינו

הדסים » דאנערשטאג מערץ 12, 2020 3:18 pm

· #443780
😂 😂 😂

בעל דרשן » דינסטאג מאי 5, 2020 11:54 pm

· #447845
חסידי באבוב האבן נעכטן מאנטיג י' אייר אויפגענימען די שווערע בשורה איבער די פטירה פון הגה"צ רבי יונתן בינימן גאלדבערגער זצ"ל אב"ד ביקאוואסק וראש הכולל באבוב וועלכע איז נסתלק געווארן אין עלטער פון 70 יאר נאכן נישט זיין געזינט א לענגערע צייט
די לויה איז ארויס פון בית המדרש הגדול באבוב בהשתתפות די גרויסע שוואגער כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א און איז געקומען לקבורה אין די באבובע בית החיים סמוך צום גרויסן שווער כ"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצ"ל
וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף השם

חיים יואל » זונטאג מאי 31, 2020 5:58 pm

· #450008

בנו בכורו געהערט צו באבוב 45

חיים יואל » זונטאג מאי 31, 2020 6:00 pm

· #450009
דאכט זיך מיר, אז בנו בכורו הנ״ל האט איבערגענומען יעצט די טאטע אלס אב"ד ביקאווסק

בעל דרשן » זונטאג מאי 31, 2020 11:51 pm

· #450062
רבי מרדכי דוד'ס מענטשן פרייען זיך מיט די איינציגסטע אייניקעל פון הגה"ק בעל דברי שלמה וואס איז ביי זיי. א אינגערמאן האט געמאכט א חשבון אז צו זייין ביי באבוב לוינט זיך נישט צו זיין היות ס'דארט דא אן א שיער אייניקלעך פון רב זצ"ל
נו איז ער געגאנגען צו רמ"ד וואס דארט טאקע מאכן מען פון עיהם וואס ער איז נישט.
איי דער אינגערמאן איז מצער זיין מאמע אין משפחה? שאט נישט די עיקור איז ער האט אביסעל כבוד

פאליטיקאנט » מאנטאג יוני 1, 2020 12:53 am

· #450068
Re: נייעס אין באבוב אין אויך אין 45
@בעל דרשן לאמיר קודם מקדים זיין אז איך בין בהחלט נישט קיין באבוב'ע.

עס איז קענטבאר אז איר האט געעפנט אן אשכול מיט איין ציל, "שטופן דיין אגענדע אז באבוב 48 איז די """"""""""אמת'ע"""""""""" באבוב"......

די סיבה צווואס דיין אשכול האט נאר 7 תגובות דריי דיין אייגענע און צוויי שלא מן הענין.... איז פשוט ווייל קודם כל קיינער אינטערעסירט נישט א מחלוקת פון פופצן יאר צוריק, צווייטנס די ברענגסט נישט חידושים צום טיש, דריטנס האסט סתם ארויסגעבלעבלט אז דיין רבי איז א מוראדיגע מנהיג און לויט דיר די יורש העצר אן קיין פארוואס.....

איז הער צו מיין ראט - אויב די ווילסט;
-שרייב דעס ערגעץ אנדערש (אפשר אייוועלט) ווי קלענער קעפ האבן ליב אגענדעס.
-קיי עס נאכאמאל איבער מיט מענטשן וואס האלטן גענוי ווי דיר.
-האלט זיך אינאיין דערמאנען אז עס איז דא א צד שכנגד און ס'איז נישט במציאות אז זיי זענען מצליח.

איך האף אז די וועסט טרעפן די עצות נוצליך....

(און אלס געזונטהייט, עס דיך נישט אז יענער וואס זיכט כבוד איז מצער זיין משפחה, אפשר גאר וויל ער דיך אויך מצער זיין - לאז דיך נישט! נישט.)

בעל דרשן » מאנטאג יוני 1, 2020 2:08 am

· #450076
עס קוקט אויס ווי די האסט גוטע נקודות ארויסצוברענגען דארפסט עס נאר אביסעלע בעסער מסביר זיין נעם דיר עטליכע מינוט און ברענג ארויס דיין ווייטאג מיט ישוב הדעת

מפיל קינד » דאנערשטאג יוני 4, 2020 1:10 am

· #450492
בעל דרשן
רבי מרדכי דוד'ס מענטשן פרייען זיך מיט די איינציגסטע אייניקעל פון הגה"ק בעל דברי שלמה וואס איז ביי זיי. א אינגערמאן האט געמאכט א חשבון אז צו זייין ביי באבוב לוינט זיך נישט צו זיין היות ס'דארט דא אן א שיער אייניקלעך פון רב זצ"ל
נו איז ער געגאנגען צו רמ"ד וואס דארט טאקע מאכן מען פון עיהם וואס ער איז נישט.
איי דער אינגערמאן איז מצער זיין מאמע אין משפחה? שאט נישט די עיקור איז ער האט אביסעל כבוד

דו מיינסט עס אמת'דיג? ער איז מצער זיין מאמע? האט נישט ר' בנציון אליין באזייטיגט זיין מאמע פון סקול? ער נעמט זיך אן פאר זיין מאמע!

בעל דרשן » זונטאג יוני 7, 2020 2:43 am

· #450707
די וואך האט זיך געעפענט אין לינדען די נייע באבובע שול

בעל דרשן » מיטוואך יוני 10, 2020 3:16 pm

· #451182
שמחת בית באבוב
עס ווערט געשלאסען די שידוך פון די יונגסטע זון ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א עם בת הרב בעריש ארנסטר שליט"א בן הרב ישראל ארנסטר שליט"א אב"ד מאור חיים בארא פארק חתן הרב לייביש רובין שליט"א מציעשניב

אינטערסאנטע זאך
החתן שלמה בן אדמו"ר רבי בנציון שליט"א בן אדמו"ר רבי שלמה בן אדמו"ר רבי בנציון בן אדמו"ר רבי שלמה

יין שרף » מיטוואך יוני 10, 2020 4:16 pm

· #451188
בעל דרשן
שמחת בית באבוב
עס ווערט געשלאסען די שידוך פון די יונגסטע זון ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א עם בת הרב בעריש ארנסטר שליט"א בן הרב ישראל ארנסטר שליט"א אב"ד מאור חיים בארא פארק חתן הרב לייביש רובין שליט"א מציעשניב

אינטערסאנטע זאך
החתן שלמה בן אדמו"ר רבי בנציון שליט"א בן אדמו"ר רבי שלמה בן אדמו"ר רבי בנציון בן אדמו"ר רבי שלמה

מזל טוב.
אז מען וועט גוט אנארבייטן וועט ער נאך קענען זיין די נעקסטע רב, צו אנהאלטן די שלשלזת הזהב פון שלמה מיט בן ציון..

(לכאורה וועט ער נאר קענען זיין אדמו"ר מבאבוב24 ווייל מען מען דארפן צוטיילן 48 אין האלב..)

קאמפאט » דאנערשטאג יוני 11, 2020 9:38 am

· #451277
בעל דרשן
שמחת בית באבוב
עס ווערט געשלאסען די שידוך פון די יונגסטע זון ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א עם בת הרב בעריש ארנסטר שליט"א בן הרב ישראל ארנסטר שליט"א אב"ד מאור חיים בארא פארק חתן הרב לייביש רובין שליט"א מציעשניב

אינטערסאנטע זאך
החתן שלמה בן אדמו"ר רבי בנציון שליט"א בן אדמו"ר רבי שלמה בן אדמו"ר רבי בנציון בן אדמו"ר רבי שלמה

איינער פון זיי מאכט א קליין פעלער ביי דו שושילתא, זיין טאטע הייסט 'בן ציון אריה לייבוש'.
אגב, דער ישראל ערענסטער איז אויך מחותן מיט יושע רובין
דאס איז דער צווייטער מאל וואס בן ציון הלבערשטאם ווערט מחותן מיט זיין בר פלוגתא יושע רובין, דער ערשטע מאל איז ער מחותן מיט ראביי פריעדמאן פון קווינס [אולאמ'ער רב] שווער פון בן ציון רובין

קאמפאט » דינסטאג יוני 16, 2020 3:24 pm

· #451937
ווידער זוכט ב"צ אריה לייבוש נאך דו מחותנים פון זייט 45. יעצט געווארן א מחותן מיט יענקל האראוויטץ פון מעליץ וואס ער איז אויך א מחותן מיט מרדכי דוד'ל אונגער. מזל טוב