☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וויפיל קאסט א פסח באמת?

וויפיל קאסט א פסח באמת?

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13602

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 25, 2020 5:16 pm

· #443383
וויפיל קאסט א פסח באמת?
יעדער רעדט פון די אומדערטרעגליכע אויסגאבן פון פסח, וויפיל מ'דארף אויסגעבן פאר דעם און יענס, און די קמחא דפסחא אינדוסטריע מאכט אסאך געלט דערפון.

לייג איך דא א טעשלענדזש.

זאל יעדער האלטן די אלע רעסיפטס פון אלס וואס ער קויפט אויף יו"ט און לאמיר זען צו עס איז טאקע אזוי פיל. איך קלער אז פאר מיר וועט עס זיין נישט מער ווי פופצן הונדרעט דאללאר, כולל קליידער פאר קינדער און נאר האנט מצות פאר יעדעם. מ'רעדט פון די פרייז פון וויין, אנטשולדיגט, אבער קדם וויין איז פערצן דאללאר א באטל, און דאס איז די מיאוס'ע טעם מיט וואס אונז זעמיר צוגעוואוינט. צוויי מיט א האלב באטלעך איז שוין א גאנצע צוויי סדרים ביי מיר. וואס נאך? יא, פלייש קען זיין הונדערט פופציג אדער פופצן הונדערט, הברירה בידך.

לאמיר זען די אמת.

קאך_לעפל » דינסטאג פעברואר 25, 2020 5:19 pm

· #443384
כ'פארשטיי נישט! פאר יעדעם קאסט דאס דאך אנדערש, ווענדט זיך וויפיל קינדער מען האט, וואו מען וואוינט און פארשידנס.
אין אנדערע ווערטער, דו ווילסט אז יעדער זאל זיך דא אויספאקן.... איך פאר ווייטער....

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 25, 2020 5:24 pm

· #443387
איך דארף נישט אז יעדער אזל זיך אויספאקן. איך וויל נאר וויסען וואס עס פעלט מיר ווען איך פארשטיי נישט מה כל הרעש. איך האב ב״ה א שטוב מיט קינדער, און איך פארשטיי נאכאלס נישט.

קאך_לעפל » דינסטאג פעברואר 25, 2020 5:31 pm

· #443388
וויפול קאסט שבת שיך פאר 5 קינדער?
וויפול קאסטן צוויי שבת שטוב-קליידער פאר א ערוואקסן מיידל?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 25, 2020 6:08 pm

· #443390
שיך דארף מען צו ס׳איז פסח צו נישט. נייע קליידער דארף (?) מען לכבוד יו״ט. יחי ההבדל הקטן!

שמחהלע קאפשטיק » דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 5:15 pm

· #443456
וויפיל ס'קאסט א פסח
1) א שעפעלע פאר קרבן פסח בערך $70
צוטיילט פאר א חבורה אדער משפחה קומט אויס יעדעם בערך $25
2) אביסל מרור $5
3)מצות מאכט מען אליין אין די בעק יארד
4)אביסל בגדי צבעונין פאר די פרוי $100
5)וויין $100

סה"כ בערך $250
דעטס איט
פלייש האט מען א גאנץ יו"ט פון קרבן שלמים'ס

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 5:17 pm

· #443457
קרבן שלמים קאסט נישט קיין געלט? און וואס איז מיט'ן צאלן פאר'ן בוטשער צו כשר'ן און צגרייטן די פלייש? 😕

שמחהלע קאפשטיק » דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 5:35 pm

· #443458
רביה''ק זי''ע
קרבן שלמים קאסט נישט קיין געלט? און וואס איז מיט'ן צאלן פאר'ן בוטשער צו כשר'ן און צגרייטן די פלייש? 😕

free service פון מתתי' קאהן בוטשער

אישתישבי » דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 5:37 pm

· #443459
שמחהלע קאפשטיק
1) א שעפעלע פאר קרבן פסח בערך $70
צוטיילט פאר א חבורה אדער משפחה קומט אויס יעדעם בערך $25
2) אביסל מרור $5
3)מצות מאכט מען אליין אין די בעק יארד
4)אביסל בגדי צבעונין פאר די פרוי $100
5)וויין $100

סה"כ בערך $250
דעטס איט
פלייש האט מען א גאנץ יו"ט פון קרבן שלמים'ס


און דער וויין קענט איר נישט מאכן אין בעקיארד?

שמחהלע קאפשטיק » דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 5:43 pm

· #443462
אישתישבי
שמחהלע קאפשטיק
1) א שעפעלע פאר קרבן פסח בערך $70
צוטיילט פאר א חבורה אדער משפחה קומט אויס יעדעם בערך $25
2) אביסל מרור $5
3)מצות מאכט מען אליין אין די בעק יארד
4)אביסל בגדי צבעונין פאר די פרוי $100
5)וויין $100

סה"כ בערך $250
דעטס איט
פלייש האט מען א גאנץ יו"ט פון קרבן שלמים'ס


און דער וויין קענט איר נישט מאכן אין בעקיארד?

אה טאקע גערעכט...
שוין איז דער גאנצער פסח איז נישט מער פון $150

קאך_לעפל » דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 6:01 pm

· #443463
יעדע איד וואס איז עולה רגל איז פארפליכטעט צו ברענגען א עולת ראייה, שלמי חגיגה,און שלמי שמחה. עמיצער ווייסט וויפול א קוה קאסט היינט אויפן מארק? איך רעד פון א גראנדיעזע פעטע שטיר מיט ריכטיגע בהמה'אישע אויגן...

צפור בודד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 6:05 pm

· #443464
לייענענדיג דאס, זאג איך פארן בעל-הבית'טע, אפשר קויפן מיר מאשין מצות היי יאר? וואט דער העק? איך גלייב נישט אין דער שגעון פון האנט מצות, יעדער יאר שעלט איך די פרייזן און אז די דבר אחר'ס באקן עס חנוכה און פאקן עס איין אין פאפיר כימי צאתנו ממצרים ווייל זיי מעלקן אונז נישט גענוג אויס פאר עיר טייט פלאסטיק. איז פארוואס? רבש"ע, פארוואס? אינאף איז אינאף.

ענטפערט זי מיר, ס'וועט זיך נישט שפירן ווי פסח.

יו בי דער דזאדזש

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג פעברואר 28, 2020 12:38 am

· #443477
כ'האב נייעס פאר דיר, אבער דערצייל נישט דיין ווייב, קענסט קויפן היינצוטאגס רונדיגע מאשין מצות, וואס ברויך אויסקוקן ווי האנט מצות, אבער די פרייז איז ווי מאשין מצות.
ביידע וועט עטס שפירן גוט, זי אינעם פסח און דו אין דיין טאש.

וואלווי » פרייטאג פעברואר 28, 2020 1:37 am

· #443478
שמחהלע קאפשטיק
1) א שעפעלע פאר קרבן פסח בערך $70
צוטיילט פאר א חבורה אדער משפחה קומט אויס יעדעם בערך $25
2) אביסל מרור $5
3)מצות מאכט מען אליין אין די בעק יארד
4)אביסל בגדי צבעונין פאר די פרוי $100
5)וויין $100

סה"כ בערך $250
דעטס איט
פלייש האט מען א גאנץ יו"ט פון קרבן שלמים'ס


האסט פארגעסען האטעל רום פאר פסח אלס עולה רגל פאר די גאנצע משפחה אנשים נשים וטף אויב אינקלודס די סדר נאכט

קא משמע לן » פרייטאג פעברואר 28, 2020 3:02 am

· #443482
וואלווי


האסט פארגעסען האטעל רום פאר פסח אלס עולה רגל פאר די גאנצע משפחה אנשים נשים וטף אויב אינקלודס די סדר נאכט


די רעגיולעישאנס אין ירושלים זענען געווען גאר שטרענג אז מען טאר נישט טזשארזשען קיין געלט פאר קיין סטעי ביים עולה רגל זיין.

(זיי פלעגן אוועק כאפן די הויט פון די בהמות וואס די געסט פלעגן האבן, מפואר האט נאך די שיריים דערפון.)

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג פעברואר 28, 2020 4:57 am

· #443483
שמחהלע קאפשטיק
1) א שעפעלע פאר קרבן פסח בערך $70
צוטיילט פאר א חבורה אדער משפחה קומט אויס יעדעם בערך $25
2) אביסל מרור $5
3)מצות מאכט מען אליין אין די בעק יארד
4)אביסל בגדי צבעונין פאר די פרוי $100
5)וויין $100

סה"כ בערך $250
דעטס איט
פלייש האט מען א גאנץ יו"ט פון קרבן שלמים'ס

היינט זענען שעפעלעך ביליג. ווען משיח וועט קומען, וועט דאך שטייגן די פארלאנג פון שעפלעך, ובפרט בימי פסח

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג פעברואר 28, 2020 5:00 am

· #443484
צפור בודד
לייענענדיג דאס, זאג איך פארן בעל-הבית'טע, אפשר קויפן מיר מאשין מצות היי יאר? וואט דע העק? איך גלייב נישט אין די שגעון פון האנט מצות, יעדער יאר שעלט איך די פרייזן און אז די דבר אחר'ס באקן עס חנוכה און פאקן עס איין אין פאפיר כימי צאתנו ממצרים ווייל זיי מעלקן אונז נישט גענוג אויס פאר עיר טייט פלאסטיק. איז פארוואס? רבש"ע, פארוואס? אינאף איז אינאף.

ענטפערט זי מיר, ס'וועט זיך נישט שפירן ווי פסח.

יו בי דע דזאדזש

זייער גוט. זי וויל 'שפירן ווי פסח'. אסאך מענטשן ווילן אסאך זאכן. וויפיל דארף מען זיין גרייט אויסצוגעבן פאר די אלע ווילונגען? דאס דארף אייביג זיין די תירוץ, ודו"ק.

מיינונגזאגער » מאנטאג מערץ 23, 2020 6:04 am

· #444151
ליטוואק פון בודאפעסט
איך דארף נישט אז יעדער אזל זיך אויספאקן. איך וויל נאר וויסען וואס עס פעלט מיר ווען איך פארשטיי נישט מה כל הרעש. איך האב ב״ה א שטוב מיט קינדער, און איך פארשטיי נאכאלס נישט.


טשאק היל קלאון 6 2015 וויניארד האסטו נישט גירעכענט