☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » דער נארישער שפראך "ענגליש"

דער נארישער שפראך "ענגליש"

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1359

זר זהב » זונטאג אוגוסט 5, 2012 4:03 pm

· #31794
דער נארישער שפראך "ענגליש"
איך בין קיין עקספערט אויף דעם צודרודעלטן שפראך. (פון וויקי) ענגליש איז היינט דער 3'ט מערסט באנוצטער שפראך אין דער וועלט נאך טשייניז און עברית עעעהההםם סארי ציונים אנהענגער כ'געמיינט צו שרייבן ספאניש, נישט עברית.

און וואס איז דער "לאטיין" שפראך פון וואו האלב ענגליש קומט? געמיינט האב איך אז לאטיין מיינט שפאניע, דערווייל לייען איך
אז מ'רעדט גאר פון רוים-איטאליע.

ענגליש איז א צאמלויף פון צענדליגער "עכטע" אריגינעלע שפראכן, יעדע צענטע ווארט שטאמט פון גריכיש אדער היספאניש-לאטייניש
, דערפאר איז דא אזויפיל ווערטער פאר איין זאך.

און דאס איז וואס מאכט מיר זיך גראלען פון ענגליש. יעדן טאג ווערט מען געוואר א נייע ווארט אויף א זאך וואס האט שוין 5 אנדערע ווערטער.
אפשר האט מען עס דירעקט אזוי אויסגעשטעלט אז ס'זאל זיין אפגעטיילטע שיכטן צווישן די פראסטע גוי אינעם קאלעדזש גוי...??

ווען דער טיר פון קאר איז אביסעלע אפען שטייט DOOR AJAR, (פוי!)

ווען דו דרייעסט דיך איבער אויף דער ערד איז עס פונקט ווי ווען א שיף דרייט זיך איבער.
ביים גוי אבער נישט, ביי אים האט דער שיף CAPSIZED . (פארוואס????!!!!)

דער פראסטער גוי זאגט: I CANT TELL, דער פראפעסער זאגט: I CANT DIVULGE (בעל גאווה...!!!)

ס'דא נאך מיליאנען משלים, אז מ'קען פשוט משוגע ווערן.

אזוי קוקט אויס א שפראך וואס איז באמת קיין שפראך נישט.

משכיל » זונטאג אוגוסט 5, 2012 4:10 pm

· #31795
אפשר באלאנגט דאס אין אן אנדערען אשכול. סארי

בד"ו רוב רובם פון כלל ישראל רעדן ענגליש, דהיינו אלע ווייבער חוץ פון די וואס זיינען מקפיד פאר פרומקייט אריינצווארפען אפאר אידישע ווערטער,
אלע ספרדים, אלע אמעריקאנער אידן, אויך די איזראעל'יס, אויך די אייראפעישע אידן חוץ אנטווערפען,

ווי קען מען נאך זאגן אז מען טאר נישט דרש'נען אויף ענגליש, דער איסור איז געווען ווען מען האט עס געטוהן פאר השכלה, אבער היינט איז דאס די שפראך וואס איז מאחד רוב כלל ישראל!!!

זר זהב » זונטאג אוגוסט 5, 2012 4:14 pm

· #31796
אויש משכיל.... איך רעד נישט פון א רוחניות'דיגן שטאנפונקט!

איחוד פעלד » זונטאג אוגוסט 5, 2012 4:21 pm

· #31797
Re: וואס איז ראנג מיט די "ענגליש" שפראך?
יאך גלייב אז אין אלע שפרייכען איז מערערע וערטער מיט כמעט ענדליכע מיינונגען.
נעם לשון קודש, די עלצטע שפראך, בראשית בתחילה ברא יצר שמים רקיע. עס רופט זיך שמות הנרדפים.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 5, 2012 4:24 pm

· #31800
אין מיין האמבל אפיניאן, איז ענגליש די צודרייטסטע שפראך וואס איז נאר פארהאן. יעדע ווארט האט א נייע כלל.
בפרט אויף דעם אופן ווי אזוי מיר לערנען עס אין חדר, אבי יוצא צו זיין, וואקסן מיר אויף ריכטיגע אנאלפאבעטן.

מען קען אויסרעכענען טויזענטער דוגמאות, הזמן יכלה והם לא יכלו

משכיל » זונטאג אוגוסט 5, 2012 4:50 pm

· #31804
אויב ענגליש איז א צעדרייטע שפראך וואס זאל מען זאגן צו פראנצויזיש, א גאנצע באנטש איבריגע אותיות אין יעדע'ס ווארט,

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 5, 2012 5:07 pm

· #31807
פראנצויזיש קען איך נישט.

משכיל » זונטאג אוגוסט 5, 2012 5:19 pm

· #31814
סא ענגליש איז צעדרייט ביחס צו וועלכע שפראך?

עס איז דא א שפראך וואס הייסט איבאניקס, דאס איז ווי די שחורים רעדן ענגליש,

אויך איז דא א שפראך וואס הייסט וויליאניקס, דאס איז להבדיל ווי מען רעדט ענגליש אין וויליאמסבורג,

למשל אנשטאט זאגען א טינק סוא, זעגט מען א טינק סוא יעס, סאדער אנשטאט סאדע, סוויטשער אנשטאט סוויטש, ער איז א טאף, אנשטאט ער איז א טאף פערסאן, און איר קענט מיר העלפן מיט אנדערע משלים,

סא מסתמא מיינט איר דאס אז ביחס צו וויליאניקס איז ענגליש א צעדרייטע שפראך מיט כללים, ווען מען קען רעדן ווי אזוי עס איז באקוועם, וואס פעלט אויס די קאפ ווייטאג

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 5, 2012 5:34 pm

· #31821
נאו נאו. יו אר קאמפליטלי מיסינג מיי פוינט.
מעיבי נעקסטיים.

הרב_שלום » זונטאג אוגוסט 5, 2012 11:46 pm

· #31959
ווי אויך די וועג ווי אזוי ענגליש ווערט pronounce
צום ביישפיל ביי יודיש איז אלף א קמץ, עין א סגול, יוד איז חיריק א.א.וו. אין ספאניש איז די זעלבע זאך א A איז א פתח Y איז חיריק E איז א סגול א.א.וו.
פאריגע וואך טרעף איך א יונגערמאן אין קרית יואל און ער זיכט עסרעס רד acres rd

קווארטין » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 4:33 pm

· #33840
זר, איי גאט יור פאוינט ווערי סטראנגלי. עך האב זעך שוין לאנג מייאש געווען פון קענען אמאל ענגליש, קודם האט יעדעס ווארט צענדליגע סינאנאמס, פאר יעדע מין סובדזשעקט איז דא נייע טערמינאלאגען, די כללים פון סי ענגלישע שפראך זענען נישט אלעמאל אייניג, א.א.וו..

ס'איז אבער דא נאך א פראבלעם וואס כ'מיין אז דאס מאכט אונז חסידים שפעציעל שווער זיך אויסצולערנען אנגלית, נעמליך מיר לערנען ארעם אידיש, בשעת מיר רופען אלעס אן "טעלער" א פלאכע אדער א טיפע, איז אין ענגליש "פלעיט" "סופ באול" וכדו., בכלל דער גוי להבדיל, פון וויגל לערנט ער און לערנט אויף אלעם א נאמען, יעדע בע"ח, טולס, יעדע זאך האט א נאמען, כאב א פילינג אז אין אמעריקע איז דאס נאך סך מער, מיט גרויס יגיעא לערנט מען און מ' חזרט אלע שטותים בע"פ אויף די נעמען פרטי, און פון דארט גייט מען צו העכערע לימודים. מיר קענען און מיר דארפן נאכאלץ זאגן ברוך אלוקינו שבראנו לכבודו, כאב נאר געוואלט באמערקען די ספעציפישע נקודה. דרך אגב, כאב איטליכע מאל איבערגעהערט רב וואקסמאן'ס דרשה פונעם כינוס, נאכגעקוקט אין דיקשענערי, נ'כפארשטיי נאכאלץ נישט אלע ווערטער.

יידל » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 4:47 pm

· #33844
קווארטין
דרך אגב, כאב איטליכע מאל איבערגעהערט רב וואקסמאן'ס דרשה פונעם כינוס, נאכגעקוקט אין דיקשענערי, נ'כפארשטיי נאכאלץ נישט אלע ווערטער.
סתם פאר נייגעריקייט, וועלכע ווערטער פארשטייסטו נישט?

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 4:57 pm

· #33846
יידל
קווארטין
דרך אגב, כאב איטליכע מאל איבערגעהערט רב וואקסמאן'ס דרשה פונעם כינוס, נאכגעקוקט אין דיקשענערי, נ'כפארשטיי נאכאלץ נישט אלע ווערטער.
סתם פאר נייגעריקייט, וועלכע ווערטער פארשטייסטו נישט?

חאצקל » זונטאג אוגוסט 12, 2012 2:50 am

· #34039
ענגליש איז דאכט זיך מיר דער פערטער גרעסטער מאמע לשון שפראך (נאך מאנדארין, אינדיש, און שפאניש) און דער גרעסטער פאפילערסטער שפראך אין די וועלט. אבער לכאורה אלס מאמע לשון גייען כסדר אנדערע שפראכן עס איבערשטייגן, די רעדער איז פון שפראכן פון דריטע וועלט לענדער וואו דער נאטורליכער וואוקס איז פילפאכיג גרעסער ווי אין די ענגליש רעדנדע לענדער , וו.צ.ב. אראביש א.א.וו.

צו זאגן אז אנדערע שפראכן זענען מער עכט ווי ענגליש איז לכאורה נישט ריכטיג, ווייל אלע שפראכן האבן זיך אנטוויקלט במשך הדורות פון אנדערע פריערדיגע אויך אנטוויקלטע שפראכן. נעמט צום ביישפיל די אלע לאטיינישע שפראכן ווי פראנצויזיש, שפאניש, פארטוגעזיש, רומעניש, וועלעכע שטאמען אלע פון אלט רוימיש געמישט מיט די פריערדיגע שפראך און אקצענט וואס האט עגזענסטירט אין איטליכער פראווינץ וו.צ.ב. אין דער פראווינץ גאליע וואס איז היינט פראנקרייך איז געווען גאנגבאר די גאלי-קעלטישער שפראכן (וואס מ'רעדט נאך היינט אפיציעל אין וועילס-גרעיט בריטן און נאך געציילטע מקומות אין אייראפע).

ענגליש, איז מיסודו פון דייטש אריינגעבראקט מיט לאטיינישע, גריכשע, פראנצויזישע, און אויך סעלטישע (דער אמאליגער בריטישער שפראך איידער די דייטשע שבטים די יוטן און דערנאך די אנגאלן און זאקסן האבן אינוואדירט דעם בריטישן אינזל), ווערטער.

קווארטין » זונטאג אוגוסט 12, 2012 3:49 am

· #34050
יידל
קווארטין
דרך אגב, כאב איטליכע מאל איבערגעהערט רב וואקסמאן'ס דרשה פונעם כינוס, נאכגעקוקט אין דיקשענערי, נ'כפארשטיי נאכאלץ נישט אלע ווערטער.
סתם פאר נייגעריקייט, וועלכע ווערטער פארשטייסטו נישט?

אויש, כאבעס געהאט אפגעשריבען און שוין אוועקגעווארפן, כעל האבן א געלעגענהייט, עלעך עס נאכאמאל פארצייכענען.

חאצקל » זונטאג אוגוסט 12, 2012 3:31 pm

· #34237
ענגליש איז לדעתי היינט מער אקצענט ווי שפראך. זיי זענען די גרעסטע מכניסי אורחים אריין נעמענדיג ניצליכע ווערטער פון סיי וועלעכער שפראך און ווי אויך טוען זיי פאבריצירן נייע ווערטער מער פון אנדערע שפראכן. דאקעגן אין פראונאון (דער דאס די וכו') זענען זיי זייער ארים.