☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » גוגל וואיס אויסגעשפארט

גוגל וואיס אויסגעשפארט

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13586

כפתור » מוצ"ש פעברואר 15, 2020 8:11 pm

· #442994
גוגל וואיס אויסגעשפארט
מיינע קינדער נוצן גוגל וואיס מיט obitalk צו הערן האטליינס. גוגל האט מיך געווארנט( נישט געשטאנען וואס די פארלעצונג איז). למעשה האבן זיי מיך אויסגעשפארט.
ווייסט איינער אויב איז מען שעות אויפן האטליינס איז א פראבלעם?
אדער וואס קען זיין א אנדערע סיבה.
נישט געווען קיין טעקסט מעסעזשעס

אישתישבי » מוצ"ש פעברואר 15, 2020 11:56 pm

· #443006
המקום ימלא חסרונך.
אויב עס איז נאר ארויס רופן, וואס שטערט דיר? מאך א פרישע אקאונט.

קלוגע יודל » זונטאג פעברואר 16, 2020 12:40 am

· #443008
כפתור
מיינע קינדער נוצן גוגל וואיס מיט obitalk צו הערן האטליינס. גוגל האט מיך געווארנט( נישט געשטאנען וואס די פארלעצונג איז). למעשה האבן זיי מיך אויסגעשפארט.
ווייסט איינער אויב איז מען שעות אויפן האטליינס איז א פראבלעם?
אדער וואס קען זיין א אנדערע סיבה.
נישט געווען קיין טעקסט מעסעזשעס

זיי בלאקן די וואס אביוזן די סערוויס

כפתור » זונטאג פעברואר 16, 2020 12:35 pm

· #443020
דאס איז מיין שאלה, צו דאס הייסט אביוז.
ווען זיי זאלן כאטש זאגן וואס מיין עבירה איז..

קורקלענד » זונטאג פעברואר 16, 2020 8:24 pm

· #443031
סתם פאר נייגעריקייט אויב איר קענט ביטע צייגן וואס פונקטליך איז געווען די לשון פון די ווארענונג?

קלוגע יודל » זונטאג פעברואר 16, 2020 9:06 pm

· #443034
כפתור
דאס איז מיין שאלה, צו דאס הייסט אביוז.
ווען זיי זאלן כאטש זאגן וואס מיין עבירה איז..

יא, דאס איז אביוז.
אין קורצען וועל איך פראבירן מסביר צו זיין.
א יעדע טעלעפון קאל וואס די מאכסט קאסט געלט פאר די פראוויידער/ טעלעפון קאמפעני, אפילו זיי פארקויפן עס אלס אנלימיטעד. זיי מאכן זיך זייערע חשבונות ווי סאך א געווענליכע מענטש רופט ארויס, און לויט דעם מאכ'ן זיי די פרייזן. (ביי סעלפאנס זעהט מען מער אפט אז די קאמפאניס האקן אפ די אנלימיטעד ליין נאך אפאר טויזנט מינוט). עס ווערט גערופן origination fee.
די געלט צאלט די טעלעפון קאמפעני פאר די אנדערע טעלעפון קאמפעני וואס באקומט די קאל. (שמועה שמעתי, אז עקסטשעינדזש געט די ליין פאר קול מבשר בחנם, 1) וויבאלד זייער אסאך פון די עקסטשעינדזש ליינס רופן קולמע, אזוי דארפן זיי נישט צאלן ווען מען רופט עס. 2) זייער אסאך פון אנדערע קאמפאניס רופן קולמע, אזוי מאכן זיי געלט)

לעניננו, גוגל צאלט אויך פער מינוט וואס די רופסט, אבער וועגן זייערע חשבונות געבן זיי עס בחינם. זיי ויבאלד עס קומט דאך אויך אריין געלט פון די קאלס וואס קומען אריין, און אויך מן הסתם צו פאמפן זייערע באצאלטע ווערסיע פאר ביזנעס, און וואס נאך קען אלס זיין זייער חשבון ווייס איך נישט.

איז א ליין וואס רופט כסדר ארויס פאר שעהס, און עס באקומט נישט קיין קאלס, איז א גרויסע פארלוסט פאר זיי.

אויב די האסט נישט קיין כח א יעדע חודש צו טוישן א כץגוגל וואטס נומבער, קענט איר ניצען לאקעלפון אלס די SIP, זיי בעטן זייער ביליג $5 פאר 5000 א חודש

הוגה » מאנטאג פעברואר 17, 2020 9:19 am

· #443043
מענין לענין האב איך א צווייטע שאלה. איך האב געוואלט לינקען מיין סעלפאון צו מיין גוגעל וואויס נומער אז אלע טעלעפאן קאלס און טעקסט מעסעדזשעס זאלן דארט אנקומען. זאגט מיר גוגעל אז איך קען עס נישט טון ווייל אן אנדערע גוגעל אקאונט איז לינקד צו מיין סעלפאון נומער.

וואס טו איך אויב איך געדענק שוין נישט וועלכע גוגעל אקאונט איז געלינקט צו מיין סעלפאון? וויאזוי קען איך אנלינקען יענע אקאונט? אדער עטליסט וויסן פון וועלכע נומער מען רעדט כדי איך זאל עס קענען נוצן. ס'ליגט מיר אין זכרון פון יארן צוריק אז ווען מען לינקט א צווייטע גוגל אקאונט צו א פאון נומער ווערט די פריערדיגע גוגעל אקאונט אטאמאטיש אנלינקד. עס ארבייט שוין נישט אזוי היינטיגע צייטן?

הדסים » מאנטאג פעברואר 17, 2020 12:30 pm

· #443048
ווען דו גייסט צו גוגל וואיס סעטינגס קענסטו אראפנעמען און צולייגן לינקד נאמבערס.

הוגה » מאנטאג פעברואר 17, 2020 2:10 pm

· #443051
הדסים
ווען דו גייסט צו גוגל וואיס סעטינגס קענסטו אראפנעמען און צולייגן לינקד נאמבערס.


אבער וואס טוט מען אז כ'ווייס נישט וועלכע גוגעל אקאונט איז לינקד צו מיין סעלפאון?

הדסים » מאנטאג פעברואר 17, 2020 2:29 pm

· #443057
הוגה
הדסים
ווען דו גייסט צו גוגל וואיס סעטינגס קענסטו אראפנעמען און צולייגן לינקד נאמבערס.


אבער וואס טוט מען אז כ'ווייס נישט וועלכע גוגעל אקאונט איז לינקד צו מיין סעלפאון?

אה, כ'האב נישט געכאפט וואס דו האסט געשריבן.

גוגל האט א לימיט וויפיל אקאונטס זיי לאזן וועריפייען אויף איין נאמבער. סאו אויב דיין פראבלעם איז "This phone number cannot be used for verification", דארפסטו קודם וועריפייען די אקואנט מיט אן אנדערע נאמבער (לענדליין וועט לכאורה ארבעטן די בעסטע), און נאכדעם טוישן צו די נאמבער.

אויב איז דיין אקואנט שוין וועריפייט, ווייס איך נישט.

הוגה » מאנטאג פעברואר 17, 2020 6:31 pm

· #443073
הדסים
אויב איז דיין אקואנט שוין וועריפייט, ווייס איך נישט.


יא עס איז וועריפייד, נאר גוגל לאזט עס נישט לינקען ווייל מיין סעלפאון איז שוין לינקד צו א צווייטע אקאונט.