☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » מנהג ״פינף״-און-זיבן

מנהג ״פינף״-און-זיבן

72 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13561
בלאט: 1 2

קאך_לעפל » מאנטאג פעברואר 3, 2020 3:05 pm

· #442467
לאמיר פראבירן עטוואס צוזאם צו נעמען די זאך ווי ווייט איך פארשטיי.

מדאורייתא / בזמן שבית המקדש היה קיים:
זבה – א פרוי וואס זעט בלוט, נישט אין די צייט פון איר ווסת - זי דארף זיבן ריינע טעג, מקוה, קרבנות.
נידה – א פרוי וואס זעט בלוט אין די צייט פון איר ווסת - זיבן טאג נאך די אנהייב פון די ווסת, אפילו זי האט נאך געזען א טאג פריער, בלויז מקוה (נישט קיין זיבן ריינע טעג) און זי איז טהור.
-----
ימי נידה - זיבן טעג זינט די אנהייב פון די ווסת.
ימי זבה - הלכה למשה מסיני: בלויז פון די אכטע טאג פון די ימי נידה ביז צו אכצנסטע טאג פון איר ווסת, אין דאזיגע טעג אויב זי זעט בלוט איז זי א זבה.
ימי טהרה - פון די אכצנסטע טאג ביז צו איר ווסת, (אין אלגעמיין 12 טעג) דאס ווערט אנגערופן ימי טוהר.

מדרבן:
אין די ימי זיבה אויב זעט מען בלויז איין אדער צוויי טעג, הייסט מען א זבה קטנה, און מען ווארט א טאג קעגן א טאג, און מען גייט אין מקוה און מען איז ריין.( עס פאדערט זיך נישט קיין זיבן ריינע טעג, און אויך נישט קיין קרבנות) אבער אויב זעט מען דריי טעג נאכאנאנד הייסט מען א זבה גדולה - און זי דארף זיבן ריינע טעג, מקוה, און קרבנות.

דער פראבלעם:

ווי עס איז זעלבסט פארשטענדליך האבן די פרויען דאן געהאט גאר א שווער און קאמפליצירט לעבן. זיי האבן שטענדיג געדארפט האלטן קאפ גענוי ווי זיי שטייען. צו אין די ימי נדה, צו אין די ימי זיבה. די ערשטע 7 טאג פון די ווסת איז געווען די 7 ימי נידה, און באלד האט נאכגעפאלגט די 11 ימי זיבה, דאס האט זיך געצויגן ביז צום 18טען טאג פון די ווסת. דאס באדייט אז א פרוי האט בלויז פארמאגט 12 ימי טהרה.

תקנות רבי יהודה הנשיא:
ווען רבינו הקדוש האט געזען ווי עס אנטוויקלט זיך שטארקע צומישענישן, און ווי אויך אז די דיינים וועלכע האבן געקענט פינאדערשיידען צווישן דם נידה און דם זיבה האבן זיך פארמינערט, האט ער איינגעשטעלט אזוי - אז אלעמאל א פרוי זעט בלוט איז דאס א ספק דם זיבה, און זי דארף ציילן בלויז זעקס ריינע טעג, ווארום אין יעדנספאל אויב איז עס דם נידה אדער א זבה קטנה דארף זי דאך נישט ציילן קיין זיבן ריינע טעג. אין רעזולטאט האבן די פרויען בלויז געדארפט האלטן קאפ צו זיי זען נישט קיין בלוט פאר דריי טעג נאכאנאנד, דאס האט עטוואס פארגרינדערט דאס לעבן פאר זיי.

לויט דעם איז געווען: אז א פרוי זעט בלוט סיי אין די עלף ימי זיבה איינס אדער צוויי מאל און סיי אין די ימי נידה, דארף זי ציילן זעקס ריינע טעג, און זי גייט אין וואסער אריין.

תקנת בנות ישראל:
שפעטער איז איינגעשטעלט געווארן די קאָנטראָווערסיאַלע תקנה פון ר זירא, אז אויב א פרוי זעט אפילו איין טראפ בלוט, סיי אין די ימי נידה, סיי אין די ימי זיבה, ציילט מען זיבן ריינע טעג גענוי ווי א זבה גדולה. דאס האט שוין מער-ווייניגער פארמיטן אלע צומישענישן.

ימי הגאונים:
די אייציגסטע מאל וואס מיר געפונען אין די תורה א באגריף פון ריינע בלוט - איז בלויז ביי א יולדות. נאכן געבורט פון א יונגל דארף מען ווארטן זיבן טעג, און פון א מיידל צוויי וואכן, און דערנאך אפילו זי זעט בלוט איז דאס ריינע בלוט ביז 33 טעג. און ביי א מיידל ביז 66 טעג.
אין די טעג פון די גאונים איז גענצליך אויפגעלעזט געווארן דער באגריף פון ריינע בלוט. און עס איז איינגעשטעלט געווארן אז ווען אימער מען זעט אפילו בלויז א טראפ בלוט, דארף מען ציילן זיבן ריינע טעג ווי א זבה גדולה.
דער רמב''ם שרייבט אייגענטליך אז די דאזיגע חומרה האט נישט גאנץ כלל ישראל אנגענומען – ער שרייבט אז ער האט געהערט אין צרפת איז מען בועל אויף ריינע בלוט.

פולטות
די הלכה איז א פולטות ש''ז איז סותר די זיבן ריינע טעג. אויב האט יעדע פרוי וואס זעט אפילו איין טראפ בלוט די הלכה פון א זבה גדולה, און זי דארף ציילן זיבן ריינע טעג, דארף מען ווארטן כאטש דריי טעג ביז די ש''ז איז מסרחת, וואס דאן איז דאס מען נישט סותר די די זיבן ריינע טעג...

כ'האף אז איך האב נישט גערייזט, כ'האב געשריבן אויף אויסענווענדיג, זאגאר אויב יא, ביטע מאכט מיר אויפמערקזאם בדרכי נועם.

שכוח

נהורא נפישא » מאנטאג פעברואר 3, 2020 3:33 pm

· #442469
ווען איז ימי טוהר ?

קאך_לעפל » מאנטאג פעברואר 3, 2020 3:37 pm

· #442470
נהורא נפישא
ווען איז ימי טוהר ?

נישט אין די זיבן ימי נידה,
נישט אין די עלף ימי זיבה, וואס פאלגט נאך די זיבן ימי נידה.
א יולדות נאך א יונגל פון נאך זיבן טעג פון די געבורטס פאר 33 טעג, און ביי א מיידל נאך צוויי וואכן פון די געבורטס ביז 66 טעג. (זי איז דאן מותר לבעלה, מדאורייתא.)

קאך_לעפל » מאנטאג פעברואר 3, 2020 3:39 pm

· #442471
איך רעדט פון אויסעווייניג, נעם נישט אן בלונדערהייט, מאך אויף א רמב''ם אין קוק נאך...

נהורא נפישא » מאנטאג פעברואר 3, 2020 3:41 pm

· #442472
אט אזוי

נהורא נפישא » מאנטאג פעברואר 3, 2020 3:46 pm

· #442473
צום באמערקן אז רוב רובם פון ראשונים האלטן אז די מחזורי נדה וזיבה זענען נישט קבוע (נאר דער רמב"ם האלט אז יא) נאר אז יעדעסמאל באזונדער זענען די ימי זיבה אייביג תלוי אויף די ימי נידה און פאלגן נאך זיבן טאג דערויף פאר עלף טעג דאס מאכט אז במציאות איז כמעט נישט שייך אז א פרוי זאל זיין א זבה גדולה

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג פעברואר 3, 2020 4:54 pm

· #442476
די ערשטע שורה פון @קאך_לעפל איז שוין א טעות, א זבה דארף נישט קיין לעבעדיגע קוואל, נאר א זב. עס איז דא אזא תמוה'דיגע שיטה אין רש"י, אבער די פשטות הפסוקים\פוסקים איז נישט אזוי.

הוספה: איך זעי אז עס איז דא נאך פיל גרייזן. די ימי טוהר האט ער געצויגן פון ארבעל ארויס, ועוד זאכען וואס זענען נישט אין איינקלאנג מיט די הלכה און נישט מיט די מציאות. עס איז ראטזאם נישט צו שרייבן פון זכרון.

קאך_לעפל » מאנטאג פעברואר 3, 2020 5:16 pm

· #442479
ליטוואק פון בודאפעסט
די ערשטע שורה פון @קאך_לעפל איז שוין א טעות, א זבה דארף נישט קיין לעבעדיגע קוואל, נאר א זב. עס איז דא אזא תמוה'דיגע שיטה אין רש"י, אבער די פשטות הפסוקים\פוסקים איז נישט אזוי.

הוספה: איך זעי אז עס איז דא נאך פיל גרייזן. די ימי טוהר האט ער געצויגן פון ארבעל ארויס, ועוד זאכען וואס זענען נישט אין איינקלאנג מיט די הלכה און נישט מיט די מציאות. עס איז ראטזאם נישט צו שרייבן פון זכרון.

ביזט גערכט מיט די אויפפאסונג איבער טבילות זבה...

און אויף די אנדערע פוסטע דעמאגאגיע אן קיין שום דעקונג ( ווי עס איז די שטייגער) איז דאך ניטאמאל שייך צו ענטפערן....

קאך_לעפל » מאנטאג פעברואר 3, 2020 5:25 pm

· #442480
וואס איז דער דין מה''ת ווען א פרוי זעט בלוט נישט אין די צייט פון די ווסת, און נישט אין די י''א ימי זיבה? הייסט דאס נישט דמי טהור? מיר ליגט אין קאפ אז יא, אדרבה זאל עמיצער עטוואס אויסקלארן...

בן חכמוני » מאנטאג פעברואר 3, 2020 7:02 pm

· #442482
Re: מנהג ״פינף״-און-זיבן
״ימי טוהר״ ממש ווערט געווענליך גענוצט נאר ביי א יולדת. די טעג צווישן ימי זיבה און נדה זענען מדאורייתא גוט אויף אזופיל אז אויב טרעפט מען א כתם אן א הרגשה איז מען נישט טמא. און באמת מן התורה איז מען אויך אין די ימי הוסת אויך נאר טמא אויב עס איז געווען מיט אן הרגשה, עכ״פ לויטן תורה שבעל פה.

א הערה וואס איך האב איז אז וויפיל איך פארשטיי איז נישט פארהאן א חילוק אין קאליר צווישן דם נדה און דם זיבה. עס זענען פינף קאלירן וואס זענען טמא און דאס איז עס. דער מחלק פון זיבה און נדה זענען די טעג. אויב זעהט מען א טמא׳נע קאליר בימי הוסת איז עס דם נדה און אויב זעהט מען עס אין די עלף נאך די זיבן איז עס דם זיבה. די חינוך וואס טראכט-כמוני האט געברענגט פריער קעגן מיר זאגט נאר אזויפיל אז די חכמים האבן מיט די צייט פארגעסן די קאלירן וואס זענען טמא און צוליב דעם מחמיר געווען ביי סיי וועלכע אדמומית, נישט אז וועגן דעם האט מען נישט געקענט וויסן ווער ס׳איז א זבה און ווער ס׳איז א נדה.

real fake news » מאנטאג פעברואר 3, 2020 11:02 pm

· #442498
קאך_לעפל
וואס איז דער דין מה''ת ווען א פרוי זעט בלוט נישט אין די צייט פון די ווסת, און נישט אין די י''א ימי זיבה? הייסט דאס נישט דמי טהור? מיר ליגט אין קאפ אז יא, אדרבה זאל עמיצער עטוואס אויסקלארן...

ביי א יולדות שטייט דמי טהרה

קאך_לעפל » דינסטאג פעברואר 4, 2020 7:06 am

· #442504
געמאכט אביסל היימארבייט:

עס איז פארהאן ימי טהרה און עס איז פארהאן דמי טהור. די צוויי האבן ווארשיינליך גארנישט איינס מיטן צווייטן, כ'האב באשיינפערליך א טעות געהאט.
ימי טהרה: ווערט אנגערופן די טעג פון נאך די זיבן ימי נידה און עלף ימי זיבה. אויב זעט מען דאן בלוט באדייט דאס אז דער ווסת איז אנגעקומען.
דמי טהור: געפונען מיר בלויז ביי א יולדות ביי א יונגל איז דאס 33 טעג און ביי א מיידל 66 טעג. דאס איז אפגעשאפן געווארן אין די טעג פון די גאונים. דאס באדייט אז היינט איז נישט פארהאן קיין מציאות פון ריין בלוט.

וטעות לעולם חוזר.

אישתישבי » דינסטאג פעברואר 4, 2020 8:28 am

· #442507
עס איז גראדע יא דא א מציאות פין ריינע בלוט אפילו היינט, אױב מען ווייסט אז דער בלוט איז פין א מכה. און עס איז דא קאמפליצירטע הלכות ווען מען קען תולה זיין אז עס קומט פין א מכה.

דאס וואס די שרייבסט אז ימי טהרה איז נאך 11 טעג, איך געדענק נישט אז די וועג זאלען אנגערופען ווערען מיט דער נאמען ימי טהרה. און דאס וואס דו זאגסט, אז נאך דער 11 טעג ווערט זי א נדה און נישט א זבה, איז באקאנט אלץ שיטת רש"י, דער רמב"ם כידוע האט שלא כדרכו א אילאגישע שיטה אין דעם.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 4, 2020 8:39 am

· #442508
שרייב בעסער ו'פוסטע דעמאגאגיע' לעולם חוזר.

אדער אפשר נישט.

קאך_לעפל » דינסטאג פעברואר 4, 2020 8:42 am

· #442509
ליטוואק פון בודאפעסט
שרייב בעסער ו'פוסטע דעמאגאגיע' לעולם חוזר.

אדער אפשר נישט.

פיסטע דעמאגאגיע במקומו עומדת.

ואתכם המחילה...

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 4, 2020 4:09 pm

· #442521
אישתישבי
עס איז גראדע יא דא א מציאות פין ריינע בלוט אפילו היינט, אױב מען ווייסט אז דער בלוט איז פין א מכה. און עס איז דא קאמפליצירטע הלכות ווען מען קען תולה זיין אז עס קומט פין א מכה.

דאס וואס די שרייבסט אז ימי טהרה איז נאך 11 טעג, איך געדענק נישט אז די וועג זאלען אנגערופען ווערען מיט דער נאמען ימי טהרה. און דאס וואס דו זאגסט, אז נאך דער 11 טעג ווערט זי א נדה און נישט א זבה, איז באקאנט אלץ שיטת רש"י, דער רמב"ם כידוע האט שלא כדרכו א אילאגישע שיטה אין דעם.

דם מכה איז עכט נישט קיין דם. ווי דער רמב"ם איז מקדים אז אלע דמים זענען פון איין מקור, נאר דאס איז דם נדה און דאס איז דם זיבה וכדברי הגמ' 'מעין אחד הן התורה טמאתו והתורה טהרתו'. משא"כ דם מכה וואס איז מעקירא דמילתא נישט די סארט דם. די סוגיא איז תלייה בדם מכה, וואס פון דעם רעדן די פוסקים בארוכה.

אישתישבי » דינסטאג פעברואר 4, 2020 5:49 pm

· #442525

א יישר כח פאר צולייגן דער וויכטיגע פונקט.

טראכטכמוני » מיטוואך פעברואר 5, 2020 9:01 pm

· #442587
ליטוואק פון בודאפעסט

דם מכה איז עכט נישט קיין דם. ווי דער רמב"ם איז מקדים אז אלע דמים זענען פון איין מקור, נאר דאס איז דם נדה און דאס איז דם זיבה וכדברי הגמ' 'מעין אחד הן התורה טמאתו והתורה טהרתו'. משא"כ דם מכה וואס איז מעקירא דמילתא נישט די סארט דם. די סוגיא איז תלייה בדם מכה, וואס פון דעם רעדן די פוסקים בארוכה.

איך וויל נאר צולייגן פאר קלארקייט פורפאסעס איך גלייב האסט דאס געמיינט: דם מכה איז אודאי יא דם, נאר עס איז נישט פון דאס פלאץ וואס די פוסקים רופן אן בשם "דעם מקור", ווען די רמב"ם און פוסקים רעדן פון "מקור" מיינט עס די פלאץ פון וואו די נדה בלוט קומט וואס אין לשה"ק האט נישט קיין שם עצם - א שטייגער ווי "אותו מקום" וכהנה רבות - ממילה רופט מען עס "מקור" ווייל די תורה רופט עס אן (ויקרא כ יט) "מקור דמיה".
(עיין ביראים <a class="postlink" href="https://www.sefaria.org/Sefer_Yereim.26.1?lang=he&with=all&lang2=he">https://www.sefaria.org/Sefer_Yereim.26 ... l&lang2=he</a>)

טראכטכמוני » מיטוואך פעברואר 5, 2020 9:23 pm

· #442590
בן חכמוני

א הערה וואס איך האב איז אז וויפיל איך פארשטיי איז נישט פארהאן א חילוק אין קאליר צווישן דם נדה און דם זיבה. עס זענען פינף קאלירן וואס זענען טמא און דאס איז עס. דער מחלק פון זיבה און נדה זענען די טעג. אויב זעהט מען א טמא׳נע קאליר בימי הוסת איז עס דם נדה און אויב זעהט מען עס אין די עלף נאך די זיבן איז עס דם זיבה. די חינוך וואס טראכט-כמוני האט געברענגט פריער קעגן מיר זאגט נאר אזויפיל אז די חכמים האבן מיט די צייט פארגעסן די קאלירן וואס זענען טמא און צוליב דעם מחמיר געווען ביי סיי וועלכע אדמומית, נישט אז וועגן דעם האט מען נישט געקענט וויסן ווער ס׳איז א זבה און ווער ס׳איז א נדה.

ענדליך עפעס וואס איך בין מסכים מיט @בן תחכום!

ס'איז גאנץ קלאר אז דאס וואס זיי זענען נישט געווען בקי בין דם לדם מיינט עס אז עס איז געווען אומקלאר וועלעכע מראה דם איז טהור - סיי בזבה און סיי בנדה - און וועלעכע מראה דם איז טמא - סיי בזבה און סיי בנדה.

די קאנפוזשען בין זבה לנדה איז נישט אין די בלוט קאליר נאר עס האט געהערשט ביי די פרויען וואס האבן געזען א מראה וואס קען זיין מה"ת טהור און זיי האבן חושש געווען לחומרא אז זי'ז טמא, און אלע בלוט וואס איז געקומען נאכדעם פאר די נעקסטע זיבן טעג האט מען גערעכנט אלס המשך פונעם ערשטן ראי', ס'קען דאך אבער זיין אז באמת זענען די ערשטע זעקס טעג געווען דם טהור מה"ת און נאר די זיבעטע טאג בלוט איז טמא, קומט דאך אויס אז זי דארף באמת יעצט ערשט אנהייבן ציילן פון היינט, אבער וויבאלד זי מיינט אז דאס איז א המשך פון א וואך פריער וועט זי די נעקסטע טאג אויב ס'הערט אויף מיינען זי איז געענדיגט ווען לאמיתו איז זי טמא באיסור כרת.

אישתישבי » דאנערשטאג פעברואר 6, 2020 7:46 am

· #442606
ווי שטייט אז דאס איז דער טעם פין דער חומרא פין ר' זירא?

רש"י זאגט נישט דאס.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג פעברואר 6, 2020 7:55 am

· #442607
אישתישבי
ווי שטייט אז דאס איז דער טעם פין דער חומרא פין ר' זירא?

רש"י זאגט נישט דאס.

איך געדענק דאס פון דער בית יוסף אין סי' קפ"ד.

דאס איז דאך אמת אז מיר ווייסען נישט די מראות הדמים, און ממילא וועט ארויס קומען די אויסמישעניש.

טראכטכמוני » דאנערשטאג פעברואר 6, 2020 9:55 am

· #442618
Re: מנהג ״פינף״-און-זיבן
@אישתישבי, דאס איז דער טעם פון תקנת רביה״ק (דאס אז מ׳קוקט אן יעדעס בלוט ווי ספק זבה) נישט פון חומרא דר׳ זירא.

חומרא דר׳ זירא איז סל הכל דאס וואס בנות ישראל החמירו אז אפי׳ טיפה אחת (וואס איז זיכער נישט קיין זבה, אבער א נדה יא) האבן זיי חושש געווען ווי כאילו ס׳איז געוווען א געהעריגע ראיה און איינגעהאלטן אויף דעם טאקע חומרת רביה״ק.

אנהויב דער אשכול ווי איך האב ציטירט לשון החינוך ווי ער לייגט עס אראפ בלשונו הצחה.
בלאט: 1 2