דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #13556
12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13556
נו, וואס האט מען מחדש געווען?
סמארטפאן, קול מבשר, עירוב, גיוס, בילדער מאגאזינען, קאמאן קאור האט מען שוין מסדר געווען ביי די פאריגע כינוסים. וואס איז נאך געבליבן?
סמארטפאן, קול מבשר, עירוב, גיוס, בילדער מאגאזינען, קאמאן קאור האט מען שוין מסדר געווען ביי די פאריגע כינוסים. וואס איז נאך געבליבן?
מען האט אנגעצינדען דעים רבי׳נס שובבים תורה אויף די ניי ערדפינדענעם קיד סליידס משומר די פראבלעם איז געשעהן אז ווי נאר מאיז אנגעקומען צו ווי די רבי הייבט אן מעורר זיין זהירות ותשובה בענייני יסוד ותיקון הברית איז אלעס געקומען צו אן האסטיגען אפשטעל מיט ריזיגקע קידוש לבנה אותיות BLOCKED BY MESHIMER ווי אזוי ווערט געברענגט אין חז״ל ווערט עס טוט פאר יענעם טוט פאר זיך אליינס
מיר, די הייליגע קניען, האבען געליינט אין די גע'אסרט'ע צייטונגן, אז אונזערע בלוט-פיינט די ציונים וגרוריהם האבען געפייערט א סיום הש"ס, און מאסן פלייש האט זיך צוזאם גענומען לחוגג את הפראפאגאנדא שלהם, וואס האט גארנישט מיט פאליטיק בלויז מיט לערנען\ליינען א דף גמרא (וואדעווער דעט איז). מיר דארפן דאך צושטעלן ענליכע ענטערטעינמענט פאר אונזער עולם, אנישט וועלן זיי איינזען די פארפוילטקייט פון אונזער שיטה"ק, שאין בינה לשיטה ולא לקדושה גארנישט. ממילא קומט מען זיך צוזאם, און מ'רעדט זיך צוזאם, און דער עולם שלאפט איין צוזאם, און נאך איידער איין פוס האט זיך אריין געטרעט אין זאל האט מען שוין געשריבען די ארטיקלן אין די צייטונגן וועגן די סוקסעס פון די הערליכע מעמד, און די פרייליכע הערצער און געהויבענער מוט פון די משתתפים, און אזוי האט מען נאך א טויט קלאפ געגעבען פאר די ציונים וגרוריהם.
#ווען_מ'וואלט_געקענט_שרייבען_דער _אמת
#ווען_מ'וואלט_געקענט_שרייבען_דער _אמת
לאמיר ווארטן און זען וואס סאטמאר קען.
אדער גייט זיין האלב פון די מוסדות ליידיג, אדער האלב פון די שטובער וועלן זיין ליידיג, די טאטעס וועלן זיצן אין קאר.
#ימים ידברו.
אדער גייט זיין האלב פון די מוסדות ליידיג, אדער האלב פון די שטובער וועלן זיין ליידיג, די טאטעס וועלן זיצן אין קאר.
#ימים ידברו.
נעגעל וואסערלאמיר ווארטן און זען וואס סאטמאר קען.
אדער גייט זיין האלב פון די מוסדות ליידיג, אדער האלב פון די שטובער וועלן זיין ליידיג, די טאטעס וועלן זיצן אין קאר.
#ימים ידברו.
דאס אז אלעס גייט אן פונקט ווי ביז היינט פאלט דיר נישט ביי ? 😂
ליטוואק פון בודאפעסטמיר, די הייליגע קניען, האבען געליינט אין די גע'אסרט'ע צייטונגן, אז אונזערע בלוט-פיינט די ציונים וגרוריהם האבען געפייערט א סיום הש"ס, און מאסן פלייש האט זיך צוזאם גענומען לחוגג את הפראפאגאנדא שלהם, וואס האט גארנישט מיט פאליטיק בלויז מיט לערנען\ליינען א דף גמרא (וואדעווער דעט איז). מיר דארפן דאך צושטעלן ענליכע ענטערטעינמענט פאר אונזער עולם, אנישט וועלן זיי איינזען די פארפוילטקייט פון אונזער שיטה"ק, שאין בינה לשיטה ולא לקדושה גארנישט. ממילא קומט מען זיך צוזאם, און מ'רעדט זיך צוזאם, און דער עולם שלאפט איין צוזאם, און נאך איידער איין פוס האט זיך אריין געטרעט אין זאל האט מען שוין געשריבען די ארטיקלן אין די צייטונגן וועגן די סוקסעס פון די הערליכע מעמד, און די פרייליכע הערצער און געהויבענער מוט פון די משתתפים, און אזוי האט מען נאך א טויט קלאפ געגעבען פאר די ציונים וגרוריהם.
#ווען_מ'וואלט_געקענט_שרייבען_דער _אמת
נאט עקזעקטלי שאר וואס דו זאגסט, אבער ווען סאטמער זוכט חיזוק מאכן זיי א עצרת אין א סטאדיום.
די אסיפה איז געווען ריין לשם שמים, קיינער לעקט דא נישט קיין כבוד, און הגם איך בין מחולק מיט די גאנצע איבערדרייעניש (איך ווייס נישט וויאזוי אזא צוגאנג קען ארבעטן), איז נכרין דברי אמת אז זיי מיינען פשוט צו האלטן דעם עולם ביי אידישקייט (עכ"פ לשיטתם)
כ'האב נישט געוואוסט ס'איז אפישעל
די תקנה אנטקעגן די מאמע סמארטפאון איז דאך שוין עטליכע יאר אלט; וואס איז פשט אז מען איז עס נאכאמאל מחדש?
נעגעל וואסערלאמיר ווארטן און זען וואס סאטמאר קען.
אדער גייט זיין האלב פון די מוסדות ליידיג, אדער האלב פון די שטובער וועלן זיין ליידיג, די טאטעס וועלן זיצן אין קאר.
#ימים ידברו.
איך פרעדיקט - אבער כ'נעם נישט קיין אחריות דערויף... - אז די עקסטרעמיזם גייט איין טאג פלאצן, און עס וועלן זיך עפענען נייע מוסדות וואס וועלן האבן "נארמאלע" תקנות, וואס זענען אויסשליסליך נאר פאר די קינדער, נישט אזעלכע וואס טוען מאניפולירן די עלטערן אויף טריט און שריט.
אונז זעמער מורא'דיג אנגעוויזן אין די מוסדות. טאקע ווייל ס'איז אוועקגעשטעלט אז עלטערן צאלן זייער ווייניג שכר לימוד און רוב מנין ובנין פון הוצאות ווערט סאבסידירט דורך די רעגירונג (דארף מען ווייטער קאנעקשאנס און עסטעבלאשמענט) און גבירים (דארף מען כבוד און גרויסע כ"א כסליו'ס) איז זייער, זייער שווער אוועקצושטעלן אייגענע מוסדות אן דעם וואס עס זאל פאלן שווער צו לאסט אויף די עלטערן. אזוי ארום ווערן מיר מער און מער אנגעוויזן אויף די פאר גרויסע קארפארעישאנס און מיר ווערן אלס מער און מער קא דעפענדענט און מאכטלאז און די אידן ביים שיסל פארשטיין דאס זייער גוט און נוצן זייער מאכט וואס וואקסט מיט יעדן פארבייגייענדן טאג.
עיין באריכות בותינוק ללמדו ספר