צו האבן מיר א נישט ריכטיגן בליק אויף די רבנים?
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1355
צו האבן מיר א נישט ריכטיגן בליק אויף די רבנים?
זעענדיג די אלע אשכולות דא ואני בתוכם, קומט מיר צומאל אויף דער גילט געפיל ׳אפשר ווייסן די רבנים עפעס מער ווי אונז? אפשר זענען מיר פשוט׳ע אויבערחכמים?׳
איך ווייס דעם תירוץ אויך אבער די גילט שפילט מיר...
וואס זאגט איר? איז דא א צד פאר זיי אדער זיי זענען טאקע שולדיג פאר אלע אונזערע עבירות?
דער ענטפער איז אסאך מאל זיכער יא, נעם למשל
דעם אשכול אסאך האקן און שימפן אויף דעם קאראדר רב, יעצט איך האב נישט קיין בלאסן אהנוג ווער ער איז און עס אינטרעסירט מיך גאנץ ווייניג אבער העי שטעל דיך אפ א מינוט פאר די האקסט אויף עם, אפשר איז ער געזעצן מיט דעם בחור און מיידל און געקומן צום מסקנה אס עס איז בעסער זיי זאלן זיין צוזאמן בהיתר? גראדע ווייס איך אז זיי זענן לעצטנס געווען צוזאמען אויף א האנימאן איך גלייב נישט זיי האבן צופיל מקפיד געווען אויף געוויסע הלכות דארט.. וד"ל, איז פאר דו ביסט דן דעם רב אפשר האט ער א אנדערע בליק אויף די זאך ווייל ער ווייסט מער ווי דיר.
דאס איז נאר איין משל אבער עס מאכט זיך אסאך מאל אז מען איז דן א רב/איש ציבור זייער גרינג אן דעם וואס מען זאל וויסן וואס באהאלט זיך אונטער זיין החלטה.
אויף רבנים וואס געבן יעדן צווייטן טאג ארויס א איסור, ניין
דער איינציגסטע נישט ריכטיגע בליק איז אפשר אז מענטשן רעדן זיך איין אז די רבנים גייט אן וואס אונז זאגן און וואס אונז האלטן, און אויב איינער גייט זיך אפרעדן גייען זיי זיך צוקראצן. מענטשן פארשטייען נישט מיט וועם מ'דיעלט דא.
זיי זענען טאקע שולדיג פאר אלע אונזערע עבירות. אבער אונז זענין נישט שולדיג אז זיי דארפען געלט אין כבוד .
טעלעפאן האט בארירט א גאר ווייכע פונקט ביי מיר, און ס'באדערט מיר שוין לאנג, מ'קען זען ווי גאר היימישע אידן וואוילע אינגעלייט זיצן און מאכן חוזק פון די רבנים כאילו זיי זאלן עפעס זיין דיינע שפילצייגן, און איך האלט אז דאס גרעניצט זיך מיט הארבע איסורים.
יא אבער דער רב איז א ליידיגגייער, ער טוט אלעס פאר כבוד, ער האלט נישט ביי גארנישט, ער מיינט געלט, ער גייט אין קאורט, ער גייט וואקאציע א גאנץ יאר, זיצט אין א קאדילעק, ער קען נישט לערנען קיין ווארט, ממש די גרעסטע בעל עבירה... בלא בלא...
די פראבלעם וואס דער עולם טוט אזוי גרינגשעצן אין די רבנים איז פאר אפאר סיבות:
1 – דער רב גיט אים א סענס פון התחייבות, ער טיילט אים איין וואס צו טון, און מענטשן פארנעמען נישט דאס. דו זאלסט מיר נישט זאגן וואס יא צו קויפן און וואס נישט, וואו נישט צו גיין וואקאציע און וואו יא, כ'וויל טון וויאזוי איך וויל און וויאזוי איך פארשטיי!...
2- דער רב איז דאך נישט 'מיין' רבי, איך האב מיין רבי וואס איך האלט יא פון אים.
3 – מענטשן דערליידן נישט איינער וואס גלייכט כבוד און קומט אריין צו א חתונה און שטעלט אפ די מוזיק, און טאנצט שטאטליך, און אויב איז ער נאך חלילה אביסל דיק, דאן דערליידט מען שוין נישט ווייל ער איז א בעל תאווה און א פרעסער וכו'
רבותי! א רב בישראל וואס האט געלערנט און קען פסק'ענען איז אסור מדאורייתא צו רעדן שלעכטס אויף אים, כ'האב נישט קיין געדולד צו ברענגען מקורות, דער חפץ חיים ברענגט גאר אסאך אין זיין ספר און איך טראסט אים.
א רב וואס מענטשן זענען אפהענגיק אין אים און רעדן זיך דורך מיט אים, האט סייעתא דשמיא, און הונדערטער מענטשן זעען דאס בחוש, יעדער ביי זיין רב.
א רב וואס דאוונט יעדן טאג שחרית א שעה אהאלב אין שול, מנחה, ערבית, אלעס אין שול, און פארברענגט רוב טאג צווישן מענטשן קען קיין סאך עבירות נישט טון... ער איז מער ווייניגער עניטיים אזוי ערליך ווי מיר און דיר, און אפי' דו ווייסט ער האט געטון אן עבירה זאגט די גמרא אם ראית ת"ח שעבר עבירה בלילה "אל תהרהר"... וכו' וודאי עשה תשובה
אידישקייט קען קיין גרויסע קיום נישט האבן אויב צואווארפט מען די יסודות פון די רבנישע אויטאריטעט, זיי גיבן חתימות פאר יעדן איסור? זיי לאזן זיך פארפירן? זיי ווייסן נישט וואס ס'טיצעך מיט זעך? פיין, פרוביר צו פאלגן די מערסטע וואס דו קענסט, אטליעסט האב אביסעלע רעספעקט!
דאס איז שוין חוץ וואס פאקטיש זענען רוב רבנים גארנישט אזוי נאאיוו, רבנים הערן זיך אן מיט מעשיות וואס מיין בויך וועט וויי טון פון טראכטן דערפון, זיי דארפן פאקטיש ענטפערן פאר מענטשן און העלפן מענטשן, פון די ערגסטע רוחניות'דיגע פראבלעמען ביז די סאמע ערגסטע גשמיות'דיגע פראבלעמען, אלעס דרייט זיך דורך ביי זיי! כ'האב מיטגעהאלטן שוין איינמאל ווי א רב האט געראטעוועט א מענטש פון אראפגיין פון זינען... יענער האט נעבעך מיטגעמאכט און האט נישט געוואוסט וואו אנצוהייבן, קיינער האט אים נישט געקענט העלפן אזוי גוט ווי דער רב מיט זיין זיכערקייט (א געמאכטער זיכערקייט – און דעס האב איך נאך די מערסטע ארויפגעקוקט ואכמ"ל) האט אים געזאגט וואס צו טון און האט אים געפירט אויף טריט און שריט מיט הארץ און געפיל, און אים געקאלט און מחזק געווען ביז ער איז געהאלפן געווארן מער ווייניגער.
זיי טוען עס פאר כבוד? נו, ווער זאגט אז ליב האבן כבוד איז אזא עבירה? ס'איז אפשר נישט אזא שיינע מידה, אבער דו האסט שוין אויסגעארבעט אלע דיינע מידות?
הרב קאנצעפט, איך האב טאקע געעפנט דעם אשכול מיט די שאלה אבער לאמיך אייך פארברייטערן די צווייטע זייט פון די מטבע.
א פערזענליכער ידיד מיינער איז אויסגעקומען זיך צו טרעפן מיט א רב, א גרויסער בעל מוסר ובעל דרשן בדורינו. (דעטאלן זענען עטוואס געטוישט.) עמיצער וואס פאר אים וואלטן רוב קאווע שטיבל לייענער-שרייבער געהאט רעספעקט. עכ״פ דער רב האט געהערט אויף דעם יונגערמאן געוויסע לשון הרע, און דער רב האט אים באזידלט אין פארענט פון עטליכע אנדערע מענטשען. עטליכע מינוט שפעטער זעט ער דעם רב אין זיין פריוואטן צימער עסן אייז-קרים, OU D. ער איז בערך 5-6 מאל צוריקגעגאנגען צום פריזער נעמען נאך. דער יונגערמאן האט זיך דארט אריינגעכאפט און דער רב איז כבעליהם געשאקט. און דער יונגערמאן זאגט פארן רב ״קוקט אייך אן, איר קענט נישט איינהאלטן אייערע תאוות מיט קיין פראצענט, נו פארוואס זענט איר מיר דן אויף מיינע עבירות נאך פאר איר ווייסט מיין זייט? וויאזוי וואלט עס אויסגעקוקט ווען אני הקטן נעמט דאס געזעץ אין די הענד און איך גיי פארציילן אויף די גאס וואס איך האב דא מיטגעהאלטן, האק איך אויף די רבנים? איא?״
איך האב געמוזט משנה זיין די דעטאלן אבער ס׳איז נישט משנה. די אלע רבנים, ווי אויבנדערמאנט, האבן אונז אין זייער ״לינקע פאה״!!! ליידער רעד איך פון אסאך פערזענליכע עקספיריענס. איך פארלאנג קיינעם נישט מיר צו גלייבן.
איי וועט איר פרעגן, נו וואס איז מיין קשיא? מיין קשיא קומט פון א גילט אז אפשר איז דא א צד צו די רבנים אז מיר טארן זיי נישט אוועקמאכן טראץ דאס אלעס... עכ״פ זיי אלץ תלמידי חכמים וואלטן ״אביסל״ געדארפט היטן זייער כבוד
אין א זייטיגן נאטיץ, די אלע קאנטראל-פריקס וואס פירן אן די אלע עקסטרעמע קאמפיינען זאגן אויך אז די רבנים זענען גארנישט ווערט. איר קענט עס הערן פון זיי קלאר.
קאנצעפט ברענגסט ארויס גוטע פוינטס, עס איז ידוע די ווערטל מיט די צוויי אידן וואס האבן געוואלט שפילן רב.
--------------------------
טעלעפן דאן דארפט איר קלאר מחלק זיין צווישן אמתדיגע רבנים און אזוי-געריפענע עסקנים, כאטשיג יעדער שמויגר מיט א שטיקל בייכל ריפט זיך היינט 'הרב' ווייסט כלל ישראל גאנץ גוט מחלק צו זיין.
יענקל מיללער (ר'?) האט אמאל געזאגט אז ער האט נאך קיינמאל נישט גערעדט אויף א מענטש וואס איז נארמאל. נאר וואס דען? ער מאכט קודם זיכער אז יענער איז משוגע און נאכדעם קען ער רעדן אויף אים מיט א רואיגקייט....
איך מיין אז די זעלבע זאך איז דא ווען א רב זאגט אז מען זאל עפעס יא אדער נישט טון - נישט קיין חילוק צו ער איז דיין רב צו נישט - האט מען א גילטי קאנטשעס אז מען פאלגט נישט, עס גיט א קליינע שטעך יעדעס מאל דיין יונגעלע פרעגט: "טאטי? פארוואס רעדט קיינער נישט אין שוהל ביים דאווענען אויסער די?" עס גיט א קליינע שטעך יעדעס מאל דיין מיידעלע פרעגט: פארוואס לאזט אונזער שרה'לעס טאטע איר נישט אריין אין אונזער הויז?". במילא, ווען דער מענטש רעדט אויף אים פילט ער זיך (נישט כאפענדיג) א טראפ בעסער. איך מיין, אז דער רב קען טון דאס און דאס, דארף איך אים דען פאלגן?
א רב וואס האט קיינמאל נישט געארביט אין די ביזנעס וועלט, לעבט אין לא לא לאנד
עס איז אמת אז מענטשן ווילן נישט פאלגן אבער דאס איז אלץ געווען. גייטס קוקן ביי די ממש געציילטע רבנים וואס האבן יא אינזין זייער ביהמ״ד וכדו׳ (אין פלעטבוש קען מען טרעפן צוויי-דריי וואס איך ווייס) און אפילו ס׳שמעקט נישט פון אנפאנג זעהט דער עולם אבער שנעל איין אז דער רב מיינט זייער טובה און זיי האלטן זיך נאנט צו אים. דער תירוץ אז דער עולם וויל נישט איז נישט גענוג א גוטע תירוץ
דער עולם דא איז אביסעלע נאאיוו אין דעם ענין. ואתכם הסליחה
איך האב געהערט אז דער רב אייזענבערגער (ר' נחמן קלעצקי'ס רב) האט א פערזענליכע שייכות צו יעדן מתפלל אין זיין ביהמ"ד, באמת ווי א רועה צאן נאמן, און וויייסט יעדנ'ס מצב, און אויך וועלכע כלים מ'האט וכדו' און ער איז מורה דרך את הדרך ילכו בם. ער טוט עס מיט אן אמת'ע אהבה און פארשטענדעניש און קיינער האקט נישט אויף אים, נאר מ'איז צופרידן אז ער האט זיי אינזין ברוחניות ובגשמיות.
עס זענען מסתמא פאראן נאך אזעלכע רבנים, אנדערש ווי געווענליך וואס דער רב האט א 500 מתפללים און קען זיי קוים ביים נאמען, אבער שיסט איסורים וחרמות אן איינזעהעניש.
שמעקעדיגאיך האב געהערט אז דער רב אייזענבערגער (ר' נחמן קלעצקי'ס רב) האט א פערזענליכע שייכות צו יעדן מתפלל אין זיין ביהמ"ד, באמת ווי א רועה צאן נאמן, און וויייסט יעדנ'ס מצב, און אויך וועלכע כלים מ'האט וכדו' און ער איז מורה דרך את הדרך ילכו בם. ער טוט עס מיט אן אמת'ע אהבה און פארשטענדעניש און קיינער האקט נישט אויף אים, נאר מ'איז צופרידן אז ער האט זיי אינזין ברוחניות ובגשמיות.
עס זענען מסתמא פאראן נאך אזעלכע רבנים, אנדערש ווי געווענליך וואס דער רב האט א 500 מתפללים און קען זיי קוים ביים נאמען, אבער שיסט איסורים וחרמות אן איינזעהעניש.
איך פארגין איהם נישט, א דיקטאטור איז ער ווי דער בעלזער - א קאר האט ער ווי די סקווירער - אין ער האלט זיך פאר א איש פשוט ווי ר' אלישיב - אין האט FUN ווי דער משגיח. זיין הויז איז נישט זיינס אבער ביז צו די הענגלייכטער האט ער אלעס אליין אויסגעקליבן - און קיין מירון האט ער זיך בטעות מיטגעכאפט מיט א helicopter.
זאג מיר ווי שטיפט מען אריין אזויפיל שנאת ישראל אין איין נישט-עכטע איד?
real jewשמעקעדיגאיך האב געהערט אז דער רב אייזענבערגער (ר' נחמן קלעצקי'ס רב) האט א פערזענליכע שייכות צו יעדן מתפלל אין זיין ביהמ"ד, באמת ווי א רועה צאן נאמן, און וויייסט יעדנ'ס מצב, און אויך וועלכע כלים מ'האט וכדו' און ער איז מורה דרך את הדרך ילכו בם. ער טוט עס מיט אן אמת'ע אהבה און פארשטענדעניש און קיינער האקט נישט אויף אים, נאר מ'איז צופרידן אז ער האט זיי אינזין ברוחניות ובגשמיות.
עס זענען מסתמא פאראן נאך אזעלכע רבנים, אנדערש ווי געווענליך וואס דער רב האט א 500 מתפללים און קען זיי קוים ביים נאמען, אבער שיסט איסורים וחרמות אן איינזעהעניש.
איך פארגין איהם נישט, א דיקטאטור איז ער ווי דער בעלזער - א קאר האט ער ווי די סקווירער - אין ער האלט זיך פאר א איש פשוט ווי ר' אלישיב - אין האט FUN ווי דער משגיח. זיין הויז איז נישט זיינס אבער ביז צו די הענגלייכטער האט ער אלעס אליין אויסגעקליבן - און קיין מירון האט ער זיך בטעות מיטגעכאפט מיט א helicopter.
עפעס שטימט נישט דא!
א דיקטאטור ווי דער בעלזער? איך געדענק נישט ער זאל הייסן א דיקטאטור. און איך האב שוין גערעדט מיט אסאך בעלזע חסידים און מתנגדים.
אפשר האסטו זיך טועה געווען און געוואלט זאגן א דיקטאטור ווי דער סקווירער און א קאר ווי דער בעלזער? שטימט אויך נישט.
FUN ווי דער משגיח? וואס איז פשט דערפון?
מירון מיט א העליקאפטער ווייסעך אויך נישט.
און הרב אייזענבערגער איז בכלל נישט אזא סארט מענטש.
עפעס א טעות האסטו דא. בא לכלל כעס בא לכלל טעות.
ער זאגט דאך קלאר "איך פארגין עם נישט" איי איי איי הקנאה והתאוה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם.
ואגב איך קען כלל נישט הרב אייזנבערגער אבער לויט ווי איך הער איז ער א געלונגענר מענטש און פירט זיין קהילה מער ווייניגער אזוי ווי מר.שמעקעדיג לייגט עם אראפ.
א דיקטאטור- גיי אריין צי זיינס א שיעור וועסטו פארשטיין פארוואס ער האט זיך כשר פאדינט דעם טיטול
fun - ביי זיין לעצטער נסיעה קיין א"' איז ער געגאנען שווימען אין געגעסען ווייכער אייז קרים ציזאמען מיט די עולם.
דערנאך איז ער קיין מירון מיט א העליקאפטער.
קלעצקי - ער האט קיום געוויסט אז ער לעבט ביז ער איז אריוף אויף די נייעס
ער איז א רבי וואו אלע רבי'ס איך פארגין איהם נישט אר ער האלט זיך העכער פין זיי
די חסידים זאגין נאך אז די הויז איז נישט זיינס, די קאר איז נישט זיינס. אפילו ביי די גריוסער רבי'ס זאגט מען נישט אזעלכער שטותים נאר מ'פארשטייט אז זיי דארפען רחבות, אדער כדי משפיע צי זיין דארף מען קודם אליין האבין.....
[ציטאט אראפגענומען]
אדער פון זיין שווער? וד"ל
ריל גיי אביסעל שווימן און פארלעק אפאר ווייכער אייז קרימס אז עס פעלט דיר ממש אויס נעם אויך א העליקאפטר רייד (דאפסט נישט פארן ביז א"י דערפאר עס איז צום האבן ביי די העליפארט ביים עפ.די.אר) אז עס וועט דיר נאכדעם נאך עפעס דערקוטשן קום צוריק.
איך אויךריל גיי אביסעל שווימן און פארלעק אפאר ווייכער אייז קרימס אז עס פעלט דיר ממש אויס נעם אויך א העליקאפטר רייד (דאפסט נישט פארן ביז א"י דערפאר עס איז צום האבן ביי די העליפארט ביים עפ.די.אר) אז עס וועט דיר נאכדעם נאך עפעס דערקוטשן קום צוריק.
איך פארגין איהם אלס. נאר זאל ער מודה זיין אז ער איז פינקט וואו אלע רבי'ס
מעיק אפ יור מיינד פארגינסט עם יא צו פארגינסט עם נישט [דאס איז שוין אויב אלע דיינע טענות זאלן ווען זיין ריכטיג שמעקעדיג זאגט אז ער איז בכלל נישט אזוי] צו איז עס פשוט אולד פעשאנד שנאת ע"ה לת"ח מי יתן לי ת"ח ואנשכנו כחמור.
איך אויךמעיק אפ יור מיינד פארגינסט עם יא צו פארגינסט עם נישט [דאס איז שוין אויב אלע דיינע טענות זאלן ווען זיין ריכטיג שמעקעדיג זאגט אז ער איז בכלל נישט אזוי] צו איז עס פשוט אולד פעשאנד שנאת ע"ה לת"ח מי יתן לי ת"ח ואנשכנו כחמור.
ער איז א רבי וואו אלע רבי'ס איך פארגין איהם נישט אר ער האלט זיך העכער פין זיי
איך ווייס נישט וועגן זיין קאר, הויז, העליקאפטער, אבער דאס איז אמת, ער פירט זיינע חסידים ביי טריט און שריט, ווי צו טון ווען, און ווי אזוי צו טון וואס, אבער דאס ווילן זיי דאך, ווי אזוי קענסטו דאס אנרופן דיקטאטור?
די מענטשן אין north korea ווילן אויך א דיקטאטור.
Espressoאיך ווייס נישט וועגן זיין קאר, הויז, העליקאפטער, אבער דאס איז אמת, ער פירט זיינע חסידים ביי טריט און שריט, ווי צו טון ווען, און ווי אזוי צו טון וואס, אבער דאס ווילן זיי דאך, ווי אזוי קענסטו דאס אנרופן דיקטאטור?
און זיין עולם קוקט דייקא אויס בעיקר אויפגעקלערטע מענטשן נישט קיין זיבעלעך וואס מען קען טרעטן אויף זיי.
און אז מען רעדט שוין, איך קוק קיינמאל נישט אראף אויפ א רב וואס ווייסט ווי צו אינדזויען א אייס קרים צו א שווים אדער ער דרייווט זיך אליינס אן קיין יוצר משרתים, וואס איז ווייל ער איז געזעצן 20 יאר און אריינגעהאקט בהתמדה מעג ער נישט אינדזויען א אייס קרים? יודושקייט איז נישט די קאטוילישע קירכע און א רב מעג אויך הנאה האבן פון לעבן, אדרבא מען האלט זיך אין איין אפרעדן אז די רבנים/דיינים פארשטייען נישט די יונגעלייט אט אזא רב פארשטייט שוין איינמאל א יונגערמאן. אין מיין תורה שטייט מען דארף צו זיין צו גאט און צו לייט.
איך אויךזאג מיר ווי שטיפט מען אריין אזויפיל שנאת ישראל אין איין נישט-עכטע איד?
גלייבט מיר ס'איז נישט גרינג ס'קימט פין יארן זיך דרייען נעבן אזעלכער צדיקים וואו אזיינבערגער
ריל דז'ו, וואס איז דיין סטארי, מ'האט דיר געוורפען פון דארט? איך קען אפאר אינגערלייט דארט, און סיי זיי און סיי זייערע ווייבער זענען העכסט צופרידן, ער האט זיי געמאכט האבן א שיעור יעדען טאג, פלוצלינג האבן זיי א געפיל צו יידישקייט, יא, קען זיין זיי דארפן א מורה דרך אויף טריט און שריט, איינער וואס קוקט זיי אן, סא וואט?
איך פערזענליך דאנט לייק הים, איך האב נישט ליב אינער וואס זאל מיר איינטיילן וואס צו טוהן, איך האב געטרייעט אויסצוהערן א שיעור און ער איז צו דיפרעסינג פאר מיר, אבער פאר די וואס רעדן זיך אפ אז זייער רב קוקט זיי קיינמאל נישט אן איז ער פערפעקט.
איך אויךEspressoאיך ווייס נישט וועגן זיין קאר, הויז, העליקאפטער, אבער דאס איז אמת, ער פירט זיינע חסידים ביי טריט און שריט, ווי צו טון ווען, און ווי אזוי צו טון וואס, אבער דאס ווילן זיי דאך, ווי אזוי קענסטו דאס אנרופן דיקטאטור?
און זיין עולם קוקט דייקא אויס בעיקר אויפגעקלערטע מענטשן נישט קיין זיבעלעך וואס מען קען טרעטן אויף זיי.
און אז מען רעדט שוין, איך קוק קיינמאל נישט אראף אויפ א רב וואס ווייסט ווי צו אינדזויען א אייס קרים צו א שווים אדער ער דרייווט זיך אליינס אן קיין יוצר משרתים, וואס איז ווייל ער איז געזעצן 20 יאר און אריינגעהאקט בהתמדה מעג ער נישט אינדזויען א אייס קרים? יודושקייט איז נישט די קאטוילישע קירכע און א רב מעג אויך הנאה האבן פון לעבן, אדרבא מען האלט זיך אין איין אפרעדן אז די רבנים/דיינים פארשטייען נישט די יונגעלייט אט אזא רב פארשטייט שוין איינמאל א יונגערמאן. אין מיין תורה שטייט מען דארף צו זיין צו גאט און צו לייט.
ס'איז שטענדיג געווען איינגעפירט אז א רב דארף זיך פירן אנדערש ווי א געווענליכער עמך איד. זע נאר די פילע מאמרי חז"ל וואס ס'שטייט אויף א ת"ח וויאזוי ער דארף היטן אויף זיין כבוד
צוייטנס, ווי אין די תורה שטייט אז מ'דארף זיין צו גאט און צו לייט?
עס זענן שטענדיג געווען אלע מינע רבנים פון שטרענגע פארזויערטע פענימער ביז צוגעלאזענע פרייליכע געמיטער. די ביסט ווארשיינליך א ווילי געבוירענר, כאפ דיך אריבער קיין יוראפ וועסטו זעהן צענדליגע גאר מכובעדיגע רבנים וואס דרייוון און קויפן אליינס איין אין די גראסערי וכו און גלייב מיר עס פעלט זיי גארנישט נישט ברוחניות און נישט בגשמיות.
דאס איז ברור אז היינטיגע צייטן וואס מיר דארפן אזוי שטארק האבן דעם ימין מקרבת איז פיל מער עדיף דער צווייטער טיפ, אין מיין תורה שטייט אהוב על הבריות ומקרבן לתורה סאונדס פאמיליער?
real jew
כבין פולי אל דע וועי מיט דיר= כקען רב אייזענבערג אין סאיז אסאך מער פין וואס די האסט געשריבען
ודל
איך פערזענליך האלט איך נישט פון רעדן אויף רבנים, פשוט, פארן חינוך אליינס פעלטזיך אויס מעריץ צו זיין רבנים, כ'קוק זיך אמאל צו צי א בחור'ל וואס שטייט ערענסט אויף די פארענטשן און שאקלט זיך מיט א תמימות, וואס זאלעך זאגן, כאב הנאה פון דעם, ואני כאשר וכו. תמימות איז אי ווערי אימפארטענט טול פאר יודושקייט. און אפי' פאר אזאנע וואס זענען נישט מיטן תמימות, פארפאלן, פארן עתיד יו העוו טו פלעי אלאנג די געים.
איין זאך וואס באדערט מעך יא במחילת כבודם פון געוויסע בדחנים וואס מאכן חוזק אויף רבנים'ס חשבון, כ'ווייס נישט אויף וועלעכע רבנים זיי באציען זיך, אבער אז דו האלטסט אז דיין רבי איז א רשכבה"ג מאך נישט חוזק פון קיין צווייטן.
איך האב נישט קיין רבי, איך ווייס נישט וואס ס'מיינט. איך שפיר זיך אויסגעשפיהלט.
ר' י"מ שעכטער וואלטיך געגעבן א קוויטעל, ווייל ער איז א ערליכע איד.
איז דא אזא איד אין וויליאמסבורג?
איך אויךעס זענן שטענדיג געווען אלע מינע רבנים פון שטרענגע פארזויערטע פענימער ביז צוגעלאזענע פרייליכע געמיטער. די ביסט ווארשיינליך א ווילי געבוירענר, כאפ דיך אריבער קיין יוראפ וועסטו זעהן צענדליגע גאר מכובעדיגע רבנים וואס דרייוון און קויפן אליינס איין אין די גראסערי וכו און גלייב מיר עס פעלט זיי גארנישט נישט ברוחניות און נישט בגשמיות.
דאס איז ברור אז היינטיגע צייטן וואס מיר דארפן אזוי שטארק האבן דעם ימין מקרבת איז פיל מער עדיף דער צווייטער טיפ, אין מיין תורה שטייט אהוב על הבריות ומקרבן לתורה סאונדס פאמיליער?
מ'קען זיין אהוב על הבריות אינאיינעם מיטן זיך פירן מכובד'יג.
חאצקלמ'קען זיין אהוב על הבריות אינאיינעם מיטן זיך פירן מכובד'יג.
די שאלה איז וואס הייסט מכובד'יג.
א רב טאר קיינמאל נישט עסן קיין אייזקריעם?
ער טאר נישט דרייוון קיין קאר?
איך פארשטיי אז דו ווילסט אים נישט טרעפן זיצן אין רעסטוראנט,
אדער זיך דרייען אין די גאס בלויז מיטן העמד און הויזן.
אבער נארמאלע זאכן אויף אן איידעלן אופן? פארוואס נישט?
זר זהבאיך האב נישט קיין רבי, איך ווייס נישט וואס ס'מיינט. איך שפיר זיך אויסגעשפיהלט.
ר' י"מ שעכטער וואלטיך געגעבן א קוויטעל, ווייל ער איז א ערליכע איד.
איז דא אזא איד אין וויליאמסבורג?
ר' בנימין צוקער
ער דרייווט זיך כמעט קיינמאל נישט אליינס צי חתונות אין מסיבות. ווען איך טרעף זיך מיט איהם איז ער אלע מאל מיט יוצר משרתים...
און זיך אפגעבן מיט זיינער חסידים - אלע רבי'ס שאפען ריזגער סכימים פאר אינערלייט וואס מאכן חתונות וכדומה. איך האלט מיט פין די נאנט מיט צוויי הויפען (סאטמער אין באבוב) אין די ירושה רבי'ס שאפען מילינין א יאר פאר יחידים
אדרבה וויפיל האט אייזנבערגער געטיהן פאר קלעצקי איידער ער האט איהם ציגעשטעלט אזא גריוסער לוויה
טעלעפאןעס איז אמת אז מענטשן ווילן נישט פאלגן אבער דאס איז אלץ געווען. גייטס קוקן ביי די ממש געציילטע רבנים וואס האבן יא אינזין זייער ביהמ״ד וכדו׳ (אין פלעטבוש קען מען טרעפן צוויי-דריי וואס איך ווייס) און אפילו ס׳שמעקט נישט פון אנפאנג זעהט דער עולם אבער שנעל איין אז דער רב מיינט זייער טובה און זיי האלטן זיך נאנט צו אים. דער תירוץ אז דער עולם וויל נישט איז נישט גענוג א גוטע תירוץ
דער עולם דא איז אביסעלע נאאיוו אין דעם ענין. ואתכם הסליחה
ווער זענען די פלעטבוש'ער רבנים וואס איר האט אינזין? אפשר קענען זיי אונז אויך העלפען?
שמעקעדיגחאצקלמ'קען זיין אהוב על הבריות אינאיינעם מיטן זיך פירן מכובד'יג.
די שאלה איז וואס הייסט מכובד'יג.
א רב טאר קיינמאל נישט עסן קיין אייזקריעם?
ער טאר נישט דרייוון קיין קאר?
איך פארשטיי אז דו ווילסט אים נישט טרעפן זיצן אין רעסטוראנט,
אדער זיך דרייען אין די גאס בלויז מיטן העמד און הויזן.
אבער נארמאלע זאכן אויף אן איידעלן אופן? פארוואס נישט?
ס'איז א גוטע זאך. דער פראבלעם איז אז ער טאנצט אויף ביידע חתונות
איך פארשטיי נישט צו וואס הערט מען נאר דא קריטט רבנים נישט פין דער עולם אין ביהמ״ד וכדו׳?
real jewער דרייווט זיך כמעט קיינמאל נישט אליינס צי חתונות אין מסיבות. ווען איך טרעף זיך מיט איהם איז ער אלע מאל מיט יוצר משרתים...
און זיך אפגעבן מיט זיינער חסידים - אלע רבי'ס שאפען ריזגער סכימים פאר אינערלייט וואס מאכן חתונות וכדומה. איך האלט מיט פין די נאנט מיט צוויי הויפען (סאטמער אין באבוב) אין די ירושה רבי'ס שאפען מילינין א יאר פאר יחידים
אדרבה וויפיל האט אייזנבערגער געטיהן פאר קלעצקי איידער ער האט איהם ציגעשטעלט אזא גריוסער לוויה
אז איר האקט אויף א רב וואס יעדער זאגט אז ער איז יא גוט, דאן ברויכט איר גראד זאגן די מעלות פון די אנדערע רבנים, אט הער איך פון דיר אז ס'איז דא רבנים וואס שטעלן צו מיליאנען פאר יחידים חתונה צו מאכן! סאו קודם זיי פותח בכבוד די גוטע רבנים.
a1b2איך פארשטיי נישט צו וואס הערט מען נאר דא קריטט רבנים נישט פין דער עולם אין ביהמ״ד וכדו׳?
מסתמא דרייסטו זיך נישט דארט צופיל.\
קאנצעפט, פיין געזאגט.
שרי רוט פין בחדרי חרדים האט א ארטיקעל מיטען קעפעל
"די חרדים האבען א חוש צי וויסען ווען די חתימות פון די רבנים איז אוטענטיש"
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=43450">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=43450</a>
"לאדם החרדי חוש לזהות מתי חתימת הרבנים אותנטית" • שרי רוט חושפת
שרי רוט, הכתבת הפוליטית של 'בחדרי חרדים', התבקשה להשיב לשאלות בפאנל אגודת העיתונאים החדשה • איך נוסדו הפורום והאתר? מי נמנה על ציבור הגולשים? מה ההבדל בין הפורום לאתר? מה הציע אחד הרבנים למנהל האתר? וכיצד מתנהל הפיקוח על הפורום?
העיתונאית שרי רוט משמשת מזה כמה שנים ככתבת הפוליטית-פרלמנטרית של "אתר בחדרי חרדים". בפאנל אותו יזמה אגודת העיתונאים החדשה היא הוזמנה כדי לספר על הסיקור הפוליטי של אתר חרדי, אבל גם על הקמת האתר בידי דוד רוטנברג, מי שמשמש זה שנים כעורכו הראשי של האתר אבל גם מי שחזה והקים את מפעל האינטרנט החרדי. בין לבין, היא גם נשאלה על הקשר שבין הרבנים לבין אתר אינטרנט...
את דבריה בחרה שרי להקדיש לימי הבראשית. "אנחנו מדברים על שנת 2002 ...הציבור החרדי כמעט ולא יודע מה זה אינטרנט... אפילו אני, שהייתי מתכנתת מחשבים באותה תקופה ידעתי לכתוב בשפת c ואסמבלר אבל מה זה אינטרנט לא ידעתי"...
"באותה עת דוד (רוטנברג. למען הגילוי הנאות, בעלי) שהוא כיום העורך הראשי של אתר 'בחדרי חרדים' היה נוהג בלילות לשוטט באינטרנט. באותה תקופה השמיעה החלה להתדרדר אצלו לאחר וירוס נדיר שתקף אותו. מטבע הדברים המחשב והאינטרנט הפכו להיות אצלו כלי עבודה ראשון במעלה. במהלך הזמן ראה תופעה לפיה חרדים משוטטים בפורומים שונים וחשים מעט זרים. אז נכון שבבסיס כולם כותבים על אותו דבר: פורום מגדלי תוכים, פורומים שונים. ובכל זאת תמיד הזוית שלך כחרדי קצת שונה".
בשלב מסוים החליט להקים פורום מיוחד לציבור החרדי, פורום בחדרי חרדים, על אתר איש לא חלם באותם ימים. המוטו שלו התבסס על 'זכות הציבור לדעת או לכתוב', אנשים החלו לדבר על הכול. רבנים, קיטנות לילדים, כל אחד כתב על מה שרצה, פורום בהחלט מאד איכותי".
"שלא כמו ד"ר צוריאל, שדיבר על כך שבעיתונות, בעיקר היומית, זכות הציבור היא בעיקר לא לדעת, דוד שייך לאנשים הסבורים שזכות הציבור לדעת. גם אם לעיתים אני חולקת על דעתו, הוא סבור שכל גברת, משדרות, מהצפון, מהדרום, שרוצה לספר מה מעיק על ליבה תוכל לעשות זאת בצורה גלויה ופתוחה ואיש אינו זכאי לצנזר אותה. זה לא פשוט, כי כפי שכבר דובר כאן יש רבנים ויש אילוצים ויש דברים שבמשך השנים לא אפשרו לו לעשות את מה שהוא חולם ומאמין בו. כיום הגוף המכונה 'בחדרי חרדים' נשלט על ידי מנכ"ל שצריך בסוף חודש להכניס כסף לחברה ולשלם משכורות לעובדים. דוד לעומתו לא הגיע מהקטע של להכניס כסף, זה לא מה שעניין אותו, לו היה חשוב שלציבור תהיה במה ופלטפורמה. במשך שנים הוא ניהל את העסק בהתנדבות מלאה, זו לא הייתה עבודתו המרכזית, ובאמת עשה את מה שהוא מאמין בו: נתן לציבור במה חופשית לכתיבה".
"חייבים להודות שהיום זה לא בדיוק כך כי באמת יש צנזורה מסוימת ויש רבנים שעומדים מאחורי מה שנקרא 'בחדרי חרדים' ובהחלט יש דברים שנמחקים. יש דברים שתמיד היו נמחקים, כגון דברי שקר, נאצות, קללות – דברים מהסוג הזה נמחקים באופן אוטומטי".
"אל ההיסטוריה הזו נכנסו לפני כמה שנים אתרים. יש פורום שכולל תתי פורומים, לכל עיר חרדית כמעט יש היום פורום משלה. אנשים רוצים לכתוב על עניינים מקומיים, נניח על זה שהאוטובוס איחר הבוקר ברחוב זה וזה. דברים מסוג זה אינם מתאימים לפורום גדול, אבל מעניין מאד את מי שגר במודיעין עילית ויש לו אינטרנט. פורום זק"א, פורום אשדוד וכו' וכו'...ויש את הפורום הגדול אליו נכנס כל הציבור החרדי, יש לו עשרות אלפי כניסות ביום, ואנשים פשוט כותבים על הכול. כן גיוס, לא גיוס. כן נתניהו, לא נתניהו. כן ציפי לבני לא שאול מופז"...
"האתר, לעומת זה, הוא ממש כמו עיתון. חדשות, מערכת, כמו ווינט, וואלה, רק שכל ידיעה תכלול בדרך כלל את ההקשר החרדי שלה. האתר הוא גם הרבה יותר פתוח מהתקשורת החרדית הכתובה כי יהיו שם תמונות נשים, ציפי לבני לא תופיע שם כצ. לבני"...
"פורום הוא לוח מודעות"
האם התמונה שלך תופיע שם לצד הטורים שלך? – נשמעה שאלה מקרב הקהל.
"התמונה שלי לצד טורים לא, וזה משום שאני לא רוצה. זכותי כאישה חרדית וכעיתונאית לומר מה אני רוצה שיופיע ומה לא... אבל כשאני מראיינת אנשים כן שמים אותי בפתח הראיון. ושוב, מדובר במגבלות שאני לקחתי על עצמי, כאם חרדית לילדים הלומדים בישיבות, אבל זה לא שמישהו כפה עלי אותם".
מכאן היא עוברת אל אחד הנושאים היותר מעניינים את הקהל: החרם. "לפני כשנתיים וחצי הכריזו רבנים על חרם על האינטרנט, כלומר, לכאורה, כל מפעל החיים הזה כמעט וקרס. עד היום יש אנשים שפוגשים אותי וכשאני מספרת שאני כותבת ב'בחדרי חרדים' הם מיד שואלים, רגע, לא היה עליכם חרם? לא נסגרתם?"
"הדעה המקובלת היא שראש עיריית מודיעין עילית לא אהב את מה שעשו לו בפורום מודיעין עילית, על כך סיפר המנחה קודם לכן. אני מכירה את הדעה הזו, אבל מאחר והאיש לא נמצא פה צריך לתת לו את זכות התגובה ולצטט אותו על כך שהוא מכחיש זאת מכל וכל, ולי לפחות אין כל דרך לדעת מהי האמת".
"בכל מקרה, לא חשוב מי יזם, הציבור החרדי לא שמע להוראות הרבנים בעניין הזה והמשיך לגלוש. מה בעצם קרה פה? הרי כשיהודי חרדי מגיע לקלפי גם אם הוא לא ממש אוהב את 'יהדות התורה' או את ש"ס הוא לא מסוגל לשים פתק ולבחור למפלגה אחרת. בשוליים אולי כן, אבל חרדי ממוצע לא מסוגל. ופה קרה משהו מוזר, רבנים חתמו 'לכאורה' על מסמך לפיו אסור לגלוש באינטרנט ולמחרת לא קרה כלום! אפילו גולש אחד לא הפסיק לגלוש, ולהפך, אולי נכנסו יותר כי הסתקרנו לדעת במה מדובר.
"אני זוכרת ששאלתי את עצמי שוב ושוב איך יתכן? שלחתי את הבנים שלי לבדוק, התברר מהר מאד שמאחורי הקלעים של הדבר הזה היו זיופים ובלופים. ואז שאלתי את עצמי למי בעצם היה אינטרס לקחת לרבנים מהארון את החותמת ולחתום בשמם (ואף רב לא ילך לתבוע את מי שעשה זאת..) אנחנו גם יודעים שחלק מהעיתונים ש'רקדו' על החרם הזה פברקו... וכנראה שלאדם החרדי שיושב בבית יש חושים לדעת מתי ניר שעליו חותמים רבנים הוא אמיתי ואותנטי ומתי לא"...
"מה בעצם הניע אנשים לפברק חרם? צריך לזכור שכל החרם נולד מספר שבועות לאחר שאתר 'בחדרי חרדים' ערך אירוע עסקי גדול בשרתון סיטי טאואר. הגיעו לנאום השר אטיאס, אריה דרעי, השר שטייניץ, השתתפו כל בכירי המשק ובעקבות האירוע הזה נסגרו פגישות של מנהלי השיווק של האתר עם קודקודי המשק. היו אנשים במערכות העיתונים שהיו מודאגים מזה מאד, הלך והתקרב חודש ינואר בו נסגרת מחדש פריסת תקציבי הפרסום. זה לא סוד שבעולם כולו האינטרנט מתקדם לכיוון התקשורת הכתובה, בתקשורת החרדית זה עדיין לא קורה כי האדם החרדי רוצה בשבת לשבת על הספה עם העיתון, ובכל זאת גם אצלנו העיתונות בקשיים כלכליים".
"התערבו פה שיקולים כלכליים, אבל בהחלט לא רק. הנה למשל אדם שהוא פושע, ולא חשוב כרגע מהי סוג פשיעתו. גנב, רוצח, סחטן, רושם רישומים כוזבים בישיבות, לא חשוב מהו סוג האישום - אדם כזה אמור מאד לפחד מפורום בחדרי חרדים! הגולש הממוצע יכול לשבת בביתו, ולכתוב בעילום שם תראו, השכן שלי הוא כך וכך... באתר חדשות קשה יותר לעשות זאת כי מאחורי כל כתבה עומד עיתונאי שלא תמיד ממהר לחשוף כל מידע שמגיע אליו".
"ויש כמובן גם דילמות. קחו למשל את גברת מסעודה משדרות, אישה מסכנה שנגר כלשהו רימה אותה והיא מיהרה לפתוח אשכול על כך. מתקשר מישהו להנהלת הפורום ומספר שנכון שהאיש גנב, אבל אשתו יושבת כבר שתי לילות ובוכה.. ויש לו ילדים שמתביישים להגיע לבית הספר... תוריד את האשכול. זו דילמה, אין לי פתרון לה, אם פנו לתורנית שהיא אישה אולי היא תרחם יותר, גבר יהיה קשוח יותר, אין כללים. מצד אחד, הוא גנב, אפילו מהלכות לשון הרע אתה חייב לפרסם את זה כי מחר הוא יגנוב מסעודה אחרת משדרות. אני לא באה להציג פה פתרון, כי אני בעצמי לא יודעת מהו... זה לא כן לא שחור לבן... יש מצד אחד את זכות הציבור לדעת לעומת האנשים שעלולים להיפגע מכזה פרסום".
"פורום הוא בעצם לוח מודעות, כל אדם יכול להיכנס ולכתוב שם מה שהוא רוצה. השכן שלי ככה, הרופא שאני מכיר אותו אינו טוב... אם הרופא הזה שאתה כתבת עליו פונה להנהלה וטוען שתוכן שנכתב עליו הוא שקרי, ההנהלה חייבת להוריד את זה. אבל ההנהלה לא יכולה לשלוט על כל מה שקורה כל רגע נתון בכל פורום נתון... יתכן שבעת שאנחנו יושבים פה עכשיו מישהו בפורום נניח חיפה פתח אשכול וכתב נגד מישהו... נניח נגד מנהל הרכבת התחתית שגנב ממנו כרטיסים. אין להנהלה שום דרך לדעת על כך. אם מישהו פנה, הם יורידו. אבל אני לא מדברת על מקרה שבו פנו וטענו שכתבו שקר. אני מדברת על מקרים גבוליים. גם קשה לשלוט על זה, יש מנהלים תורנים לאורך כל שעות היממה, אבל גם היכולת שלהם לשלוט על כל מה שקורה כל הזמן בכל הפורומים היא מוגבלת. בכל רגע נתון נפתחים המון אשכולות, במהלך שעות היממה מתחלפים שוב ושוב דפי הבית...530 אלף יוניקים...אתה יכול לעקוב אחרי אתר, העורך קורא את מה שהכתב כתב, בדק אם יש תגובה, ורק אז אישר. הפורום הוא לוח מודעות, אין מי שמנהל את זה, יש רק מפקחים"...
החרם והמציאות
הקהל מבקש לדעת כמה צופים יש לכל כתבה, ושרי משיבה.
"תלוי באיזה כתבה מדובר. אוכל לומר לפי כתבות שלי. אם אני מעלה כתבה על המהומות במערכת יתד נאמן... קשה לעקוב אחר אלפי הגולשים הצופים בה... אבל כשמדובר בידיעה על השר שטייניץ שאמר משהו בוועדת הכספים... המצב שונה... קשה לומר שאת הגולש החרדי הממוצע זה מאד מעניין"...
530 אלף זה לא למעלה ממספר החרדים שיש במדינה? – נשמעת שאלה נוספת.
"לא גולשים אצלנו רק חרדים! הנה רק מקודם, לפני שהגעתי לכאן, הכנסתי ידיעה על זה שהרב קנייבסקי אמר למנהל ועד הישיבות ששאל מה יעשה בן 17.5 שקיבל צו גיוס לא ללכת, ואם יקחו אותו לכלא 'אני ואתה נלך איתו לכלא'. עוד לא הספקתי לראות שהעורך העלה את הכתבה וכבר קיבלתי טלפון מאחד מבכירי העיתונאים באחד מערוצי הטלוויזיה שביקש לדעת אם יש לי וידאו מהאירוע"...
"אתמול העליתי כתבה ובה ראיון עם ח"כ עתניאל שנלר. הייתי בנסיעה, אפילו לא ידעתי שהראיון עלה וכבר קיבלתי טלפון מחבר כנסת ממפלגה אחרת שכעס על הבמה שנתתי לשנלר לומר דברי תורה ומוסר. מה פתאום, הוא פוליטיקאי, הוא לא כמו שציירת אותו בראיון... כך טען לי בנאום שלם...
"כעיתונאית אני מקפידה לתת לכל מרואיין במה חופשית, זה מה שהוא אמר, זה מה שצוטט. כששאלתי אותו אם הוא לא מתחרט על הדחתה של ציפי לבני, אחרי הכול אמרו עליה שהיא מנהלת את המפלגה בדיקטטורה אבל שאול מופז לא ממש שינה את זה... הוא השיב לי שזה ערב תשעה באב ושהוא לא רוצה להיכנס לזה... כששאלתי אותו אם שם לב שבוועדה שדנה על הדחתם ישבו מאחוריו עיתונאים שלגלגו למשמע דבריו השיב לי שצריך לדון לכף זכות ואולי הם בעצם רק...פיהקו...
"כשאני מראיינת אני לא אמורה להביע את דעתי, אני מביאה את הדברים כפי שהם, אבל חבר הכנסת שהתקשר אלי רצה להביע את מחאתו ואמר ששנלר אמר לי ...את מה שהציבור החרדי רוצה לשמוע. אז ראשית, אני לא בטוחה שזה נכון, נראה לי שאם היה מדבר נגד ציפי לבני למשל הציבור היה מתעניין יותר בדברים ...כך או כך, אין ספק שהגולשים אינם מזוהים רק עם הציבור החרדי".
מהו ההבדל בין טוקבק לאשכול בפורום?
"כשאתה כעורך תורן מאשר טוקבק הפכת את עצמך בעצם לחלק מהעניין. לעומת זאת לגבי אשכול בפורום קבע בית משפט, ויש לזה תקדימים כמו חוק סודרי, המנהל לא אחראי אם לא פנו אליו. למשל היה אצלנו דין תורה מאד מעניין של אחד הרבנים שתבע לפני שנים את האתר על זה שגולשים כתבו נגדו אשכולות. באו המנהלים לבית הדין (בית דין רבני חב"ד), הרבנים שמעו את שני הצדדים, הבינו שמחד לרב נגרם נזק כי הגולשים כתבו ביקורת, הם ניסו להבין אצל המנהלים איך אפשר לבקר את העסק. המנהלים הסבירו שאין להם שום יכולת לעקוב און ליין אחרי כל מילה שנכתבת, אם היה פונה היו מורידים אבל הוא לא פנה. הרבנים הציעו להוסיף את הלחצן שקיים היום ובו דיווח על תוכן פוגעני. תורנים יושבים סביב שעות היום ומקבלים הודעות ומטפלים. ולאותו רב הסבירו הרבנים שהוא לא צודק, כי אין שום אפשרות לשלוט על כמות כזו של הודעות".
"נשוב לחרם. באופן מעשי הוא לא נתן את אותותיו מבחינת גלישה. לגבי פרסום, הייתה תקופה קצרה במהלכה חששו מפרסמים לפרסם, אבל גם זה חלף. מה שכן הוא עשה, ולדעתי זה דבר מאד חיובי, הידברות כלשהי בין המגזר הרבני לבין מנהלי האתר. אני רואה בזה התקדמות מאד חיובית. סוג של הבנה שאומרת אוקי, האנשים הרי כבר נמצאים באינטרנט, אנחנו לא המחנכים שלהם שנחנך אותם לא לגלוש. ברור שצריך לחנך שלא לגלוש, כשאני מחנכת את הילדים שלי אני מחנכת לכך שלא גולשים באינטרנט, כי זו ההוראה הרבנית שאני מאמינה בה. יחד עם זה יש אנשים שחייבים את האינטרנט לצורך עבודתם. אני, לדוגמה, עיתונאית וחייבת אינטרנט לצורך עבודתי. ולכל אחד יש את הסינונים שלו".
"הרב אמר לי: אל תכתבי בשמך"
ואם היו אוסרים עליך? – שואל אי מי מהעיתונאים המשתתפים.
"אישית, אם היו אוסרים עלי לא הייתי עובדת בעבודה בה אני עובדת כיום. הנה, בעבודתי הקודמת עבדתי כמתכנתת מחשבים בחברה שהייתה קרויה אז "סיוון מחשבים", לימים היא נמכרה וכיום היא נקראת "ג'ון ברייס". לימדתי קורסי ערב למבוגרים, בין תלמידי היה העיתונאי תני גולדשטיין הנמצא פה איתנו, לימים הפך לעיתונאי כי לא מצא עניין בתחום התכנות... לימים החליטה 'סיון מחשבים' להקים סניף בבני ברק ובאופן טבעי, כחרדית, שמו אותי לנהל את הסניף. מהר מאד עזבתי את תחום הניהול וחזרתי לתחום התכנות, אבל אז נולד בני ויצאתי לחופשה וכו'. כשביקשתי לחזור שלחתי לשאול את 'הרב שלי', הרב שטיינמן, האם בסדר לחזור לשם. התשובה שלו הייתה שהעולם החילוני, מה שהיה לפני שנה או לפני שנתיים זה לא מה שהיום ולא מה שיהיה מחר, וכאמא שמחנכת ילדים עדיף שלא"....
"מאז אני מתגלגלת בעולם העיתונות, מרוויחה הרבה פחות, אין השוואה... גם הרבה יותר נעים ונחמד לעבוד בהייטק ולא לבחוש ברפש של הפוליטיקאים שלנו... אבל חזקה עלי ההוראה שקיבלתי. בהחלט, אם היה קם רב, ולא החתמה המונית בחותמות מהארון... הייתי מבצעת את הוראתו"...
"אגב, בתקופת החרם ישבנו, דוד ואני, בחדרו של אחד מהרבנים, הוא ביקש להבין מהו פורום ואיך עובד העסק. הדפיסו לו הדפסות 'נוראיות'... מהר מאד התברר לי שההדפסות הינן מתוך פורומים של הייד פארק שאינו בפלטפורמת מסורת ושם באמת אין שום צנזורה. 'בחדרי חרדים' מנותק טכנית מהפלטפורמה ההיא, אבל מי שהדפיס לו שלף לו בכוונה חומרים משם... הסברתי לו במה מדובר. בהמשך הוא קרא למנכ"ל האתר ואמר לו שהוא מוכן לשלם כסף כדי שהוא יסגור... הוא לא ממש הבין מה זה 'לסגור', אחרי הכול מדובר ביהודי תלמיד חכם שיושב כל היום ולומד. התחיל דיון על גובה התשלום, אבל אז המנכ"ל הסביר לו שהמושג לסגור לא ממש תופס כשמדובר בפורומים. אוקי, אני אסגור, מחר יפתח את זה מישהו אחר... זה לא משהו שנסגר ונפתח".
"אני זוכרת שאחרי שהרב הבין במה מדובר ביקש ממני דבר אחד: בשם שלך אל תכתבי בפורומים. היה לי אז ניק בשם העיתונאי שלי אז שרה גל, מאז ועד היום אני לא נוגעת בו, אני גם לא כותבת בשם העיתונאי שלי היום שרי רוט המשמש אותי לכתבות בלבד, לא לאשכולות בפורום. אתר הוא פלטפורמה שעליו רבנים יכולים לומר שאם אתה צריך אינטרנט לצורך עבודתך אתה יכול להעביר בסינונים את האתר, לגבי פורום המצב קצת שונה כי קשה יותר לצנזר את זה".
זייער לאנג.
קען מען איבערטייטשן אויף אידיש, לכה"פ די קיצור הדברים?
never see bechlal rabunim should try to help us, example our diras... (the only thing was chasina tekunas also only 1 rabbi,)
did they ever made a meeting to discus how to help the ppl?
i am not saying it will help but atleast try!!!!!!
when you coming up with isurim you also think maybe it will not help, but you doing it anyway, in other words its a world from pressure on our heimisha comunitty you not allowed this and this and this, but maybe think to help us.... naaaa vus vel ich huben derfin
הרב קוקיס, איר מאכט חוזק? ווער ווייסט נישט פון גוגל טראנסלעישאן? טריי אליין צו ליינען און זאג מיר צו פארשטייסט עפעס... עברית איז שוין סאךךך גרינגער...
אוי געוואלד!
לתקוני שדרתיך ולא לעוותי!!!
רח"ל...
a1b2איך פארשטיי נישט צו וואס הערט מען נאר דא קריטט רבנים נישט פין דער עולם אין ביהמ״ד וכדו׳?
וואס איז דאס קריטט?
(שוין לאנג געוואלט פרעגן, אבער יעצט שפארט מען שוין באלד צו ק''ש וויל איך אריינכאפן)
Re: צו האבן מיר א נישט ריכטיגן בליק אויף די רבנים?
דאס פעלט דיר יעצט אויס?!
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk