☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » "כשרע" מאוויס, פילמס, טעלעוויזיע סעריעס

"כשרע" מאוויס, פילמס, טעלעוויזיע סעריעס

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13528

עזריאל רוטנברג » מיטוואך יאנואר 8, 2020 3:52 pm

· #441176
"כשרע" מאוויס, פילמס, טעלעוויזיע סעריעס
אין די גוי'אישע וועלט איז דא דער באגריף פון movie ratings, אבער עס איז נישט גענוג דיטעילט פאר א חסידישע איד וואס וויל וויסן אויב דער מאווי קומט נאך זיינע גדרים.

נישט ארייגייענדיג אין הלכה, איז אין כשרות דא עטליכע לעוועלס. עס איז דא 12 Angry Men, וואו מען זעט בכלל נישט קיין נשים, האט גארנישט מיט בינו לבינה, און איר וועט זיך וואונדערן צו הערן, אבער עס איז דראמאטיש און ציענד, און מען קען זיך דערפון אסאך לערנען.

נאכדעם איז דא החצר, וואס האט שוין יא נשים, אבער מיטן גאנצן צניעות, און אלע הויפט כאראקטערס זענען ערליכע אידן וואס ברעכן קיינמאל נישט די גרעניצן. אויך האושפיזין איז דער סארט, אנגעזאפט מיט בטחון און השתפכות הלב.
(דאס איז אנדערש פון שטיסל, און זיכער פון מתיר עגונות)


נו, ווער קען צולייגן?

ישעיה » מיטוואך יאנואר 8, 2020 8:21 pm

· #441180
מלכיות של מטה....

חתן בחור » פרייטאג יאנואר 10, 2020 6:23 am

· #441243
All Is Lost די גאנצע פילם איז איין מענטש.
Black Hawk Down
The Hunt for Red October

דעס איז פון זכרון ארויס, איך געדענק נישט ס׳זאל האבן אומאיידעלע סצענעס.

קורקלענד » פרייטאג יאנואר 10, 2020 12:07 pm

· #441257
The great escape
האט נישט קיין נשים, ווי ווייט איך געדענק.

הוגה » פרייטאג יאנואר 10, 2020 12:17 pm

· #441259
קורקלענד
The great escape
האט נישט קיין נשים, ווי ווייט איך געדענק.


אין מחנה שלוה ד'באבוב פלעגט מען עס ווייזן פאר די קינדער, איידער ווידיאוס זענען גע'אסר'ט געווארן ביים דינער אין אין תשנ"א.

אגב ביז יענע דינער, ועד בכלל, איז א יעדע מאורע אין באבוב אויפגעכאפט געווארן מיט א ריזיגע ווידיאו קעמערא.

עזריאל רוטנברג » זונטאג יאנואר 12, 2020 8:56 am

· #441320
<a class="postlink" href="https://www.imdb.com/list/ls027742138/?ref_=rls_1">https://www.imdb.com/list/ls027742138/?ref_=rls_1</a>

נחום הסופר » זונטאג יאנואר 19, 2020 9:10 am

· #441756
עזריאל רוטנברג
אין די גוי'אישע וועלט איז דא דער באגריף פון movie ratings, אבער עס איז נישט גענוג דיטעילט פאר א חסידישע איד וואס וויל וויסן אויב דער מאווי קומט נאך זיינע גדרים.

נישט ארייגייענדיג אין הלכה, איז אין כשרות דא עטליכע לעוועלס. עס איז דא 12 Angry Men, וואו מען זעט בכלל נישט קיין נשים, האט גארנישט מיט בינו לבינה, און איר וועט זיך וואונדערן צו הערן, אבער עס איז דראמאטיש און ציענד, און מען קען זיך דערפון אסאך לערנען.

נאכדעם איז דא החצר, וואס האט שוין יא נשים, אבער מיטן גאנצן צניעות, און אלע הויפט כאראקטערס זענען ערליכע אידן וואס ברעכן קיינמאל נישט די גרעניצן. אויך האושפיזין איז דער סארט, אנגעזאפט מיט בטחון און השתפכות הלב.
(דאס איז אנדערש פון שטיסל, און זיכער פון מתיר עגונות)


נו, ווער קען צולייגן?

שטיסל האט נשים אבער פארמאגט נישט קיין שום אומאיידעלע סצענעס.

מונטסורי » דאנערשטאג יוני 4, 2020 7:45 am

· #450499
כ'האב לכתחילה געוואלט דערמאנען די פאלגענדע פילמס אין @אספקלריה'ס אשכול אבער למעשה בין איך מסופק ווי פאמיליע פריינטליך זיי זענען, אבער כשר זענען זיי זיכער לכתחלה אפילו פאר א ירא שמים מרבים וואס האט הייבט נישט אויף קיינמאל די אויגן אויף לי עוועניו, ואלו הן:

Duel from Steven Spielberg
א דראמאטישע סיפור פון א פארמעסט אויפן ראוד

Never Cry Wolf (1983)
כ'געדענק שוין נישט פונקטליך די מעשה, אבער אינטערעסאנט איז עס געווען און כשר אויך, עפעס אן איינזאמער פארשער אין אלאסקע צו וואו, קומט צום אויספיר פון קוהלת.

אונטער חכם » דאנערשטאג יוני 4, 2020 8:52 am

· #450500
Re: "כשרע" מאוויס, פילמס, טעלעוויזיע סעריעס
ווי קען מען זען החצר און אושפיזין?

מונטסורי » דאנערשטאג יוני 4, 2020 9:17 am

· #450503
אונטער חכם
ווי קען מען זען החצר און אושפיזין?

אושפיזין קען מען דאונלאודען בחינם אין די פאלגענדע טעלעגראם טשעט (כ'בין נישט זיכער אויב עס קומט דארט מיט די ענגליש סובטייטלס, אויף עמעזאן איז עס עוועילעבעל מיט סובטייטלס):
<a class="postlink" href="https://t.me/joinchat/AAAAADv80K5MQnqRnA0-8A">https://t.me/joinchat/AAAAADv80K5MQnqRnA0-8A</a>

החצר קען מען דאונלאודן דא:
<a class="postlink" href="https://t.me/joinchat/AAAAAFgGE1UUpRBKAEgGbA">https://t.me/joinchat/AAAAAFgGE1UUpRBKAEgGbA</a>

ישעיה » דאנערשטאג יוני 4, 2020 1:05 pm

· #450514
ווי קען מען טרעפן שטיסל מיט ענגלישע סובטייטלס?
(אגב, עס וואלט געפאסט פאר די חשוב'ע חלוצים דפק"ק צו מאכן יודישע סובטייטלס פאר שטיסל)

לייבל שטילער » דאנערשטאג יוני 4, 2020 1:25 pm

· #450518
Netflix

בוטן » זונטאג אוגוסט 16, 2020 5:57 pm

· #456532
ארטאדאקסישע פילמען אינעם מאָדערענעם וועלט
<a class="postlink" href="https://medium.com/@sfjewishfilm/cinegogue-sessions-vol-10-orthodox-in-the-modern-world-8e7fba279226">https://medium.com/@sfjewishfilm/cinego ... 7fba279226</a>