און אמתן האלט איך אז יצחק שטערן וסייעתו זענען גרויסע בהמות פארן זיך לאזן אריינדרייען אין די שמוץ דורך מטורפים. פארוואס עפעס דארפן זיי זיך מער פארענעפערן ווי אלע אנדערע היימישע מוסדות אינדלאדינג פרומע מוסדות ווי שאפראן בני יואל ועוד ? יעדער נעמט געלט און זייער נארישע מערכה אינטערעסירט נישט קיינעם. דיין בית דין האט ארויסגעגעבן א קלארע פסק, דיין ציבור איז העכסט רואיג, פארטיג קעיס קלאוזד! א נארמאלע מענטש, עסקן, רב, וועט קיינמאל נישט האבן א הונדרעסטעל פון די צייט, ענערדזשי, וואס די חברה האבן און די גייסט זיי קיינמאל נישט צופרידעןנשטעלן עניוועי. רוב פון די אנדרייער זענען מענטשן וואס זוכן ס"ה מערכות און אטענטשען, זייענדיג די איינציגסטע וועג פאר זיי מצליח צו זיין. די מערכה האט שוין געהאט 100 נעמען, מיט איין ענגעדלטיגע ציל צי מאכן א צווייטע בני יואל סטייל מערכה. דערווייל קומען זיי נישט אהן אין ערגעץ. מהרז"ל פערזענליך איז סאך קלוגער פון זיי, און שטייט העכער פון זיי. די איינציגסטע זאך וואס גיבט זיי א טראפ געז איז אזאלכע נארישע י"ש בריוון. מברויך זיי לאזן שרייען, און פונקט ווי קיין איין קהלה מוסדות קראצט זיך נישט קיין כי הוא זה, און מלאזט זיי הייזעריג ווערן, דארף יעדער אזוי טוהן .
סאיז אזוי זיס צו זען ווי די חברה שלאגן זיך ציווישן זיך, אלע פון זיי זענען עקסטרעמיסטן נאר יעדער שטעלט זיך אפ ערגעץ אנדערש און דער אנדערער איז א משוגענער פארן זיך אפשטעלן א טראפ אנדערש, כדוגמא פון די צעטל, מ'מאכט א קול קורא אז מ'טאר נישט נעמען קיין געלט אין אמעריקא, אבער חלילה וחס זאל מען נישט מיינען אז סאיז אזוי הארב ווי די ארץ ישראלדיגע מוסדות, אזוי שטארק זאל מען נישט מיינען אז סאיז די זעלבע אז מ'געט ארויס א קול קורא פאר דעם עקסטער, מארגן וועט א צווייטער ארויסקומען מיט א צעטיל אז יתכן אז סאיז יא אזוי הארב, אדער גאר הארבער אפילו רח"ל מהאי דעתא, והעיר שושן צהלה ושמחה.
יצחק שטערן'ס טעראר אויף ר'
מרדכי שטיינער ער זאל חתמנ'ן דעם קול קורא
Your browser does not support the audio element.
ר' מרדכי שטיינער.mp3
------
ר'
מנחם פישער לייקענט
Your browser does not support the audio element.
ר מנחם פישער.mp3
-----
טעראר אויף ר'
משה קעסלער אז ער דארף שרייבן אן המלצה בריוו פאר ר' משה דוד נידערמאן
Your browser does not support the audio element.
ר' משה קעסלער.mp3
📎 ר' מרדכי שטיינער.mp3 📎 ר מנחם פישער.mp3 📎 ר' משה קעסלער.mp3
[ציטאט אראפגענומען]
ביי מיר איז יענקעלע כהן באגלייבט פונקט ווי יצחק שטערן. ווייל יצחק שטערן האט אן אפציעלע צייטונג ווי ער קען פאוסטן וואס ער וויל איז עס מער פארלעסליך? קען גאר זיין אז די גאנצע זאך איז קיינמאל נישט געווען. איז דען דא א ריקרארדינג ווי די רבנים זאגן אז זיי האבן יא געחתמנ'ט?
דאס איז די קול קורא וואס יענקעלע כהן זאגט אז די רבנים האבן ג'חתמנ'ט און מפרסם געווען אין שטיצע פאר טהרת הקודש חו"ל📎 2.jpeg 📎 1.jpeg יצחק שטערן זאגט אז די רבנים זאגן אז מען האט פארדרייט דעם קול קורא📎 3.jpeg
יענקעלע כהן זאגט אז ער האט באקומען די חתימות פון יצחק שטערן - שלום דייטש - ברוך כ"ץ📎 E2_tXaUX0AAM90m.jpeg
[ציטאט אראפגענומען]
פארוואס גלייבסטו מער יצחק ווי יענקעלע? ביי מיר איז יענקעלע כהן באגלייבט פונקט ווי יצחק שטערן. ווייל יצחק שטערן האט אן אפציעלע צייטונג ווי ער קען פאוסטן וואס ער וויל איז עס מער פארלעסליך? קען גאר זיין אז די גאנצע זאך איז קיינמאל נישט געווען. איז דען דא א ריקרארדינג ווי די רבנים זאגן אז זיי האבן יא געחתמנ'ט?
קאנטראווערסול יצחק שטערן'ס טעראר אויף ר'
מרדכי שטיינער ער זאל חתמנ'ן דעם קול קורא
Your browser does not support the audio element.
ר' מרדכי שטיינער.mp3
------
ר'
מנחם פישער לייקענט
Your browser does not support the audio element.
ר מנחם פישער.mp3
-----
טעראר אויף ר'
משה קעסלער אז ער דארף שרייבן אן המלצה בריוו פאר ר' משה דוד נידערמאן
Your browser does not support the audio element.
ר' משה קעסלער.mp3
דו לייגסט עס אראפ כאילו דאס זענען רעקארדירונגען פון די דיינים.. למעשה ברענגסטו ס"ה שטיקלעך פון יענקעלע 😂 😂
Re: ווער איז יצחק שטערן?
קען איינער אריינקומען קלאר? ווער איז ער דער יענקעלע כהן? איז ער נישט געווען א טייל אין די מערכה געגן 'דער שטערן' אויכעט? פארוואס דארף ער איבעראל שטערן? Sent from my SM-G973F using Tapatalk
איך קען נישט ביידע פארטייען דא, אבער עס זעהט אויס א שייינע מחלוקה! ווי אזוי האט יענער געזאגט ביי די קראסנע מלחמה אזא שיינע מחלוקה פאר אזא קליינע קהלה! די גאנצע נושא חינוך ביכער און אזוי ארים איס מינדער וויכטיג פארוואס? חינוך איז זייער חשוב, אבער קיינער האלט נישט איין מיניט אז מ'רעדט דא פון אידען וואס זיכען כפירה און מסית ומדיח זיין די יוגענט! און גלייבט'ס מיר בנאמנות קיינער וועט נישט ווערען א אפיקורס פון די ענגלישע ביכער און יו טי עי! יצחק שטערן איז א באוויסטע כח יש אומרים לשבח ויש אומרים לגנאי ער מיינט נישט כפירה פיריעט! משה דוד נידערמאן איז נישט הערצעל! און שלום דייטש איז נישט בן גריון! יעקלע כהן ווייטער איז נישט קיין מאן דאמר בכלל קוים וואס ער קען זיך אנטיען זיינע הויזען! ער ווייס נישט צו ער גייט צו ער שטייט! זיך שלאגען מיט יעקלע, לאזט איבער פאר בית יהודו דארט איז ער א נושא נישט מער! ווי אזוי הייסט ער ריבלין אדער חעשין אדער כהן זאלן זאגען יעקלע א שייגעץ א צדיק נישט מער! ווער עס לייגט אריין כוחות זיך שלאגען מיט אים איז א נער... ווייטער צוריק צו די מערכה די הרב הלל וויינבערגער בריעף מאכט א שחיטה מינחת פאר די מערכה ! ווי אזוי דאס איז געלינגען ווייס איך נישט אבער יעצט קומט זיך פאר יצחק שטערן א מאדאל יא ער קען! הגם איך ווייס נאכנישט וויפול ער דארף אים באמת יעדער געדענקט ווען ער האט גדרשנט ביי א פארטעסט קעגין די בני ברק'ע גדולים און זאלי מיט חיים יושע האבען זיך געביסען די ליפען כמיין זענען מסכים אים צו שיקען צו די סיקריקום אבער א פליק פאר חש"ל וחבריו נישט נאר פאר יעקלע גאבידש, איז עס געווען איינס אבער א גיטס! ווייטער לדעתי מיינט נישט איך בין א חסיד פון די זאלונים מיר ווייסען זייער פעלערען גיט! מיר ווייסען יצחק שטערן זיינע הייליגע מעשים, אבער די מערכה איז נישט אויסגעהאלטען גראדע פון משה דוד האלט איך יא ווייל פערזענדליך ווייס איך גדלו וטובו, א צדיק פון א איד מיט אלע חסרונות, די מערכה איז צו פיל פאר מיין מוח סהאט זיך אנגעהויבען מיט די שאטס אריבער צו קאמאן קאור איבער צו קודש קורירלים אינמיטען אריינגעקימען פאנדיג פאר די מוסדות אויכעט איז דא די אנטי שאט פיפאל וואס האבען א אינטערסע און די אנטי עסטבילמעשמענט און קראנא איז געווען זיירע גיט פאר די מטוריפם טענדיג אז ביל געיטס וויל אריינלייגען קעמיקעלס וואס ווייסט ווי יעדער איז און מסרס זיין די ציבור סגעווארען א קיגעל הגדול... און פשוט איז וואס איז די פאזישאן פון יעקלע באדעלע מיט וויי טוי קעי לעפקאוויטש וואס קאכט פאר געלעכטער פון די תיפשים און טראגט די רבנים י"ג מיט חל"ר ביים נאעז טאנצען נאך אלע זיינע קראנקע דעה'ס און יעצט האט יצחק שטערען יא געוווינען ... וואס מארגען וועט זיין וועלען מיר !
אמ"ג ווי איז צימעס ווען מען דארף עס.
יצחק שטערן באקומט זיין אייגענע מעדיצין אין ווילי...
📎 77E2F44E-4CDF-4437-8614-76A0570A4869.jpeg
פארוואס זאל דאס נישט דינען פאר יצחק שטערן וואו א Badge of Honor? די סארט מענטשען ציקראצען זיך זייער ווייניג פין פאשקעווילן וכו' אויף זיי - ס'געט זיי ענערגיע
בעדזש אף האנאר, געלע לאטע, וואטעווער ס׳איז, ער באקומט דאס וואס ער האט געטיילט בעבר. עקסטרימיזם פרעסט אירע אייגענע קינדער.
מונטסורי בעדזש אף האנאר, געלע לאטע, וואטעווער ס׳איז, ער באקומט דאס וואס ער האט געטיילט בעבר. עקסטרימיזם פרעסט אירע אייגענע קינדער.
די סארט מענטשען ציקראצען זיך זייער ווייניג פין פאשקעווילן וכו' אויף זיי - ס'געט זיי ענערגיע
פאשקעווילן באדערט און עס ארבעט, נישט קיין חילוק אויף וועמען.
אישתישבי פאשקעווילן באדערט און עס ארבעט , נישט קיין חילוק אויף וועמען.
און אינזער פאל וואו אזוי וועלן מיר מעסטען "ס'ארבעט" ?
און וואס מאכט דיך מיינען אז ס'באדערט
יעדעם ...
איך קען אזאלעכע וואס קיקען פשוט ארויף דעראויף
וואס האט ער יעצט געטין אז מען האט געדארפט שמיציג מאכען האלב וויליאמסבארג?
הקטן אישתישבי פאשקעווילן באדערט און עס ארבעט , נישט קיין חילוק אויף וועמען.
און אינזער פאל וואו אזוי וועלן מיר מעסטען "ס'ארבעט" ?
און וואס מאכט דיך מיינען אז ס'באדערט
יעדעם ...
איך קען אזאלעכע וואס קיקען פשוט ארויף דעראויף
איך קען נישט קיינעם וואס קוקט ארויף אויף א פאשקעוויל.
גראדע דער מודעה טוט נישט קלאסיפיצירן אלץ אַז פאשקעוויל, ווייל עס שטייט נישט גארנישט ברמיזה אדער עפעס אנדרעש ווי א פלענער אמת'ער בקשה.
יכה יוסי את יוסי.
יצחק איז געמאכט פון עלעפאנט ביין ! גארנישט וועט איהם נישט בארירן!
מונטסורי בעדזש אף האנאר, געלע לאטע, וואטעווער ס׳איז, ער באקומט דאס וואס ער האט געטיילט בעבר. עקסטרימיזם פרעסט אירע אייגענע קינדער.
וכבר היה לעולמים.
עי' ערך: "רבינו סר מן הדרך".
און מיט דעם איז יצחק שטערן טאקע דער ריכטיגער תלמיד פון סאטמארער רב ז"ל. אן עקסטרעמיסט וואס האט באשלאסן אז דאס עקסטרעמיזם דארף זיך ענדיגן דארט וואו ער האט געמאכט זיין רויטן שטריך, און פארזען אז יאנקעלע כהן (הרב לייטנער/נטורי קרתא בשעתם) האט אן אנדערן שטריך, און אן אנדערן וועג זיך צו פירן מיט עקסטרעמיסטישע אנשויאונגען.
מיר קיקט אויס ווי יצחק שטערן איז געמאכט פון לעדער גארנישט רירט עם נישט
Re: ווער איז יצחק שטערן?
אז ער איז געמאכט פון לעדער איז ער דאך א פערד, נו קומט אים מ'זאל אים אריינשמייסן.. Sent from my SM-G973F using Tapatalk
Re: ווער איז יצחק שטערן?
איך האב נישט ארויס דאס גאנצע נצחון פראוועריי פון געוויסע, דאס איז דאך דער סאטמאר/זאלונישער חינוך, זיך נישט צו דערשרעקן פונעם רבי'ן, און פון די פארטיי, און ב''ה דער חינוך איז א סוקסעס, קען זיין בשעת מעשה שמעקט עס נישט אזוי ווען די אייגענע שרייען, אבער למעשה איז דאך דאס געווען דער ציל.
[ציטאט אראפגענומען]
ער איז געבליבן מיט אסאך געלט וואס מען האט צוזאם גענומען ווען זיין ווייב'ס ערשטע מאן, וואלעס האט ער געהייסן און איז אומגעקומען אין א טעראר אטאקע אין א''י פון אן אראבער מיט א טרעקטאר.
עס איז צו יענער צייט צוזאמגענומען איבער א מיליאן דאללער אין קאמפיין'ס. ווען יענקעלע האט מיט איר חתונה געהאט איז אלעס אריבער תחת ידיו. יעצט האט מען צו ליידען דערפון.
אפשר איז דאס טאקע פשט אין ''שלח לחמך על המים כי ברוב ימים תמצאנה''.
moody 'שטערנ'ס' זענען עפעס
אין די נייעס לעצטענס
יא... לבנה שטערן (והמ''י)