☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אן A+ פאר'ן מאסיוון סיום מחזור י"ג דף יומי פון אגודת ישראל

אן A+ פאר'ן מאסיוון סיום מחזור י"ג דף יומי פון אגודת ישראל

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13519

איסר האטלקי » מיטוואך יאנואר 1, 2020 7:38 pm

· #440749
העניך'ל טייערע, די סאפער וועט זיין גרייט אין צוואנציג מינוט.

פערינא » מיטוואך יאנואר 1, 2020 7:46 pm

· #440752
גראבע דאגמאטישע קינטערייסם אן אריינלייגען א קוקי אין די בעגַ דעס קען נאר א ליטוואקַ

שמערל » מיטוואך יאנואר 1, 2020 8:53 pm

· #440758
אויך געטראכט היינט, ווי שווער וואלט געווען פאר זיי צו ארויסגעבן לכבוד המאורה א נייע ניגון איבער תורה וואס זאל עלעקטיריזירן דעם עולם פאר די נעקסטע זיבן יאר, אזא "ווייזן מיט די פינגער" סטיל ניגון ? די חברה האבן נישט קיין שום טעיסט צו גוטע פראפאגאנדע.

שמחהלע קאפשטיק » מיטוואך יאנואר 1, 2020 9:12 pm

· #440761
איך האב שוין מיטגעהאלטען א שיינע פאר סיומים ב"ה, און איך מוז זאגן אז דאס מאל איז געווען עפעס אויסטערליש, סיי מיטן פראגראם, רעדנערס, זינגערס, סדר, תוכן, עס איז געווען א ריכטיגע הרמת קרן התורה, אז נצח ישראל לא ישקר,
והנאה דבהדי מצוה, אז איך האב געוויזען מיין קינד אז כלל ישראל באשטייט נישט נאר פון סאטמאר וויזניץ סקווירא און ליטוואקעס פון לעיקוואד, נאר כלל ישראל האט אהער צושטעלן אזויפיל זיסע טויזענטער אידישע קינדערליך וואס זיי גייען נישט פונקטליך אנגעטוהן ווי דיר, אבער זיי זענען פולקאמע שומרי תורה ומצוות קובעי עיתים לתורה , און זיי שפירן א אמת'ע טעם אין אידישקייט, דורך זיין קאנעקטעט צו די תורה, אן זיין אנגעוויזען אויף די אלע סאסייעטיס, און פארטייען, וואס אויף זיי וועט משיח ווייזען מיט די פינגער דעס זענען אידן וואס האבן מקרב געווען...

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 1, 2020 9:40 pm

· #440764
איך האב גראדע אויך וואס צו זאגען אויף די פראגראם. איך בין דאך אוודאי נישט דארט געווען, אבער אויף די ראדיא האב איך אביסל געהערט אין מיטן מיין טאג.

א. דער סיום הש"ס האט געזאלט זיין א מעמד ווי מ'פרייט זיך מיט דעם אז מ'האט גע'ענדיגט ש"ס און מ'אינספירירט דער עולם צו גיין ווייטער, מ'דרוקט אויס אז דאס לערנען איז די עיקר פון אונזער לעבן, און מ'דערמאנט זיך אז אין לו להקב"ה אלא ד' אמות של הלכה בלבד. דער פשטות'דיגע אידישע וועג פון דאס טון איז אז יעדער ביהמ"ד און קהלה זאלען עס טון. שטעל זיך פאר א ביהמ"ד מיט הונדרעט און פופציג בעליבתים, ווי דרייסיג פון זיי האבען זיך באטייליגט אין איינער פון א פאר שיעורים א טאג, אדער האבען זיי געלערנט מיט א חברותא דער דף היומי מהחל עד גמירא. די שמחה פון די מסיימים איז אין לשער, לויט ווי מ'גיבט מיר איבער. מיין טאטע זז"ג ענדיגט יעצט זיין זעקסטע מחזור פון פארלערנען דף היומי (ער הייבט נאכאמאל נישט אן. ער גיבט איבער דער שיעור פאר א צווייטען און ער הייבט אן אן עמוד יומי שיעור), און ער זאגט מיר אז עס איז א ריזיגע שמחה, אפילו פאר איהם וואס קוקט קוים פאר און נישט דאס איז זיין עיקר לערנען. איך ווייס ביי זיך אז ביי מיר איז עס א גרויסע התרגשות ביים ענדיגן חמשה חומשי תורה אום שמח"ת, ווען עס קומט מער ווייניגער ממילא, דער בעל קורא ליינט עס צו איך וויל צו נישט. שטעל זיך פאר ווען די מסיימים קומען צוזאם אין ביהמ"ד איין נאכט אדער מוצ"ש, מיט מוזיק און א ספעציעלע סעודה, מיט שטראלעדיגע פנימ'ער, ארום גערינגעלט מיט זייער קינדער, פריינד און משפחה. וואלט נישט יעדער געזאגט, "איך וויל עס אויך"? וואלט דאס נישט אינספירירט דער עולם ארום, פונקט אזוי ווי, און נאך מיר ווי, א צוזאמקום אין א סטעדיום? יעצט איז אויך דא סעודות, אבער עס איז שוין נישט דער עיקר שמחה און עס האט נישט די זעלבע השפעה.

ב. לאמיר אבער נאכגעבן די נקודה. יא, אזוי אינספירירט מען מענטשן אין די היינטיגע דור. אבער דער אגודת ישראל האט זיך דא געזען מיט א געוואלדיגע געלעגענהייט. אגודת ישראל איז אן ארגאניזאציע וואס עגזיסטירט פאר א געוויסע צוועק. לאמיר זאגען אז די צוועק איז א שטארקן, און זיי טון טאקע אויף אין דער געביט (צווישען מיין חברים בין איך א יחיד וואס איז גרייט אפילו מצדד זיין אזא זאך, אבער איך בין אלס געווען אן אויבער-חכם). למעשה קאסט אלסדינג געלט, און זיי האבען נישט קיין וועג דאס צוזאם צו שטעלן. די גאנצע חרדישע עולם האט א תועלת פון זיי, אבער צאלען צאלט קיינער נישט דערפאר. דער סיום הש"ס ברענגט אריין א ריזיגע סומע געלט פאר זיי. לויט די חשבון איז דער ריוח דערפון מער ווי צוואנציג מיליאן דאללאר. מענטשן טענה'ן, לויט די חשבון, אז טיקעט סעילס אליינס איז א גאנצע פערציג מיליאן דאללאר, און זיי נעמן פיל ספאנסארשיפס, זיי נעמן געלט פאר די קדיש און יענער דרשה און פאר אלע קונטרסים. די הוצאות זענען געדעקט און מיט א ריזיגע שמיץ אריבער, און דאס האלט אויס די אגודה פאר די אנדערע זיבען מיט א האלב יאר. דאס איז א ריזיגע פראבלעם. מאכען ריוח אויף די טיקעטס? נו, מילא. אבער ברגע דאס איז די פלאן, איז די סיום שוין משועבד דערצו, און אזוי שטעלט מען די גאנצע פראגראם. די סיום זעלבסט ווערט שוין א טפל, און די חשבונות וואס מ'מאכט איז בלויז געלט און נישט די התעוררות. היי יאר האט מען געברענגט מענטשן פאר פיהר+ שעה אין די קעלט, וויפיהל צייט האט מען געפאטשקעט אויף פיטערן די גבירים? די טפשות'דיגע דרשות פון די אנגעשטאפטע בעליבתים דארט, דער האלאקאוסט שמאלאקאוסט זכרונות, אויסרימען א אינגעל וואס פון זיין קראנקע בעט האט ער גע'ענדיגט ש"ס. די אלע זאכען זענען דארט נאר ווייל עס איז געווארען א געלט ביזנעס. מ'האט פארדרייט דער עיקר און דער טפל.

ג. איך האלט נישט ווי העניך אין די פראבלעם פון די דרשות. לדעתי דארף א ציבור אידען האבען עפעס העכער זייער השגה, זיי דארפען הערן א ווארט פון אן אדם גדול, נישט זיך באגענוגיגען מיט די איבער געואורעמטע געמאלענע וועדזשעטעיבעלס פון די דור המחזקים. יא, מ'זאל ברענגן א גרויסע תלמיד חכם, וואס זאל זאגען דברי חכמה וחיזוק לויט זיין פארשטאנד, נישט גראבע בעליבתים וואס וועלן אויסרימען משפחת שאטטענשטיין און זלאטאוויץ פאר א גוט גייענדיגע ביזנעס. גיב נישט קיין קענדי, גיב פלייש מיט קארטאפעל. יא, עס שלינגט זיך אביסל שווערער איין, אבער טון טוט עס בעסער אויף. ער קען זיין א יונגערער, אבער זאל ער זיין אן אדם גדול, נישט א רעדנער וואס מ'לייגט אריין א קוואדער און ער זאגט וואס מ'וויל פון איהם.

ד. די זינגען האט געזויגט טאקע אויף טויזענט. גראדע לדעתי איז א סיום הש"ס נישט קיין פלאטץ צו ברענגן נייע ניגונים. אלטע הקפה ניגונים פאסען דארט באזונדער אריין, אבער מיט א לעבעדיגקייט, אזש מ'דארף נישט הייסען דער עולם זיין לעבעדיג. איך האב נישט געזען די זינגערס, אבער געהערט האב איך גאר א שוואכע ענערגיע.

ה. נאך א נקודה וואס האט דא געהיידזשעקט די סיום איז די אחדות. לערן זיך אויס, אחדות מיינט צוויי מענטשן זיך פאראייניגען קעגן א דריטן. צוליעב אחדות דארף מען ברענגן א רעדנער פון דער מחנה און פון דער מחנה, נישט א רעדנער וואס קען דערהייבען דער עולם. צוליעב אחדות דארף מען אוועק שטעלן א גאנצע סומאטוכע, טאמער הרב הרשל שכטר רעדט, טאר ר' אברמ'ל אזבאנד נישט רעדן. נו, וואס טוט די אגודה? מ'לאזט נישט ר' הערשל שכטר רעדן, און מ'הייסט ר' אברמ'ל גיין פייפען, און מ'ברענגט ר' אורן רייך אלס גאסט רעדנער. (זאג אים אז דער עולם האט ליעב דער ענגלישע אקצענט, אבער נאר דער לאנדאנער אקצענט נישט די מאנטשעסטער אקצענט. ר' מתתיהו סאלאמאן האט זיך טאקע אויסגעלערנט די לאנדאנער אקצענט, הגם אז ער איז אויך נישט פון דארט). אחדות איז א שטיק שקר, ובפרט אין די אומשטענדן ווען אפילו לויט זייערע באגריפען איז עס שקר.

סמבטיון » מיטוואך יאנואר 1, 2020 10:10 pm

· #440765
איך וויל צולייגן מיינע צוויי צענט, אין א געוויסע מאס מוז איך צישטומען מיט העניך, די פראגראם האט געזייגט אויף א געפערליכן אופן, איך בין געזיצן דארטן מיט מיין זון און געשיבערט פון קעלט, און געשאלטן שטילערהייט די פאר בל דרשנים וואס זענען געקראכן אויף די נערווען, בשעת וואס איך האב נישט געוויסט וועלעכע חלק פון מיין גוף צו רייבן ערשט פון גרויסט פרעסט. די חוצפה פון אגודת שראל איז עפעס אינטער אלע קריטיק, קומען צו פארן 100 טויזענט יודן אין טבת פרעסט, קען מען נישט צישטעלען כאטשיק א שטיקעל מזונות און א פלאש וואסער??? לויטן חשבון דארפן זיי מאכן מיליאנן אין רווח, קען מען נישט אויףנעמען א צוויטן יוד מיט א גלאז וואסער?? איך האב מיר שוין געפרייט ווען איך האב געזעהן א יוד קומט ארויף מיט א קאווע, לויף איך אראפ מיט איין אטעם צו כאפן א ווארימע שלינג , שטייט א ליין פון אפאר הינדרעט מענטשען און מעווארט ווי אין טרעבלינקע זיך צו דערכאפן דאס הארץ, ענדליך קום איך אן צום קעסיל, זאגן זיי אז סענא דא קאווע אליין, מילך איז נישטא, וואט דע מצווה??! מען האט נישט געקענט טרעפן א ספאנסער פאר אפאר פלעשער מילך?? א בושה און א חרפה,

די מוזיק , אויך די זעלבע זאך , אביש בראד?? זענען ענק נארמאל? פון וועם מאכט עטס חוזק?? ער זינגט דאך שוין די עצטע 70 יאהר, קען מען נישט ברענגן עפעס פרישע סחורה פאר אזא דערהויבענע מעמד וואס קומט פאר איין מאל און 7 יאהר??גראדע פון שלומי דאסקאל האב איך יא הנאה געהאט ער האט כאטש פרובירט צו הייבן די עולם, און למעשה האט מיר די טאנצן זייער באנימען צו זעהן ווי צענדליגע טויזענטע יודן פרייען זיך מיט די תורה, עס איז מיר געווען זייער עמאשענעל, און עס איז מיר אריין אין די ביינער, אבער די פראגראם און און די לוגיסטיק און אלעס ארום איז געווען א שרעק, צייט אז א צווייטער זאל איבערנעמען די לייצעס דארט.

תורה ומדע » מיטוואך יאנואר 1, 2020 10:21 pm

· #440766
איך בין געווען מרישא עד גמירא. דאס הויכפונקט איז געווען דאס טאנצען, און די דרשה פון הרב רייך שליט״א. די טענה פון עסן און טריקען, נו, דאס איז קיינער ניט שולדיג אז מיר לעבען היינט אינעם דור פונעם רבי ישעי ב״ר משה שגעון. דער עולם איז ניט געקומען דא אין א שטיבל טרינקען הייסע קאווע נאכן מקווה. סאיז א היי קלעסס, פארמאלער אווענט לכבודה של תורה און ניט א קידוש מיט מאנירטע העירינג און ווארימע קאווע. דער הונגרישער עולם דארף אויפוואקסען איי מאהל פאר אלע מאהל.

אדונינו » מיטוואך יאנואר 1, 2020 11:04 pm

· #440770
[ציטאט אראפגענומען]

שטעל דיך פאר א מעמד מטעם אגודת ישראל איינמאל אין זיבן יאר, אן א דרשה פון נאוואמינסקע רבי, חיים דוד צוויבל, ר׳ מלכיאל קאטלער, ר׳ שמואל קאמינעצקי, האט דאך נישט קיין פשט, גערעכט? יעצט דארף מען געבן א ביינדל פאר די חסידישע, רופט מען רב שיף, (פאריגע מאל אלעווסקי) דערנאך איז געווען צוויי בעסערע דרשות פון ר׳ יששכר פראנד, און ר׳ ארון רייך, וואס איז זייער שיין געווען.

יעצט קען מען הערשט טראכטן פון אנהייבן מיט די פראגראם, לייביש ליש האט געסקארט א צענער, ראביי יואל גאלד א צען פּלאס, דער אנדערער רב (מיט די ALS patient) אויך געווען מורא׳דיג, די קל מלא רחמים איז געווען זייער הארציג און שיין, די עצם סיום, מיט די ריקודים של שמחה האט געשפאלטן הימלען.

פארוואס זיי פארשיקן נישט אביש בראדט איז לכאורה פאר די זעלבע סיבה וואס קאפי עלנבויגן שפילט נאך, די אויסוואל פון די ניגונים איז קלאר געווען דורכגעטון, זייערע מסקנות ווייס איך נישט, שלומי דאסקאל איז פיין געווען, המזמרים האט שוין חזקה אז זיי פעלן נישט אויס (אבער שטערן נישט) אינגערליך איז גיט אריינגעקומען, עפעס א ביינדל פאר די ליטווישע (ברוך לעווין) די טעות איז געווען אז ער מיט אינגערליך שטימען נישט.

מכבד זיין לואי שיינער און שאטנשטיין, איז א ״מיז״, ארויפברענגן ר׳ חיים פאר די ליטווישע איז א ״מיז״, אויס לעשן א מייק ווען איינער רעדט לענגער קען מען נישט.

די סדר איז געווען ארגענעזירט להפליא, דאס אז עס גייט נישט זיין קיין טשולנט ווייסט מען שוין אויך פאר צוויי יאר, און יעדער וואס האט נאר געליינט די קלארע הוראות פארן סיום האט מיטגעברענגט איבערבייס.

נ. ב.
איך האב נאר פראבירט צו קאווערן געוויסע טענות, א געהעריגע באשרייבונג אויפן סיום וועט נאכפאלגן.

גדליה » מיטוואך יאנואר 1, 2020 11:12 pm

· #440771
ווי פיהל פון די באטייליגטע האבן טאקע געענדיגט ש"ס?
איך האב בערך צוואנציג חברים וואס זענען געגאנגען אבער נאר איינער פין זיי האט מסיים געווען

שבת אחים » דאנערשטאג יאנואר 2, 2020 12:55 am

· #440778
גדליה
ווי פיהל פון די באטייליגטע האבן טאקע געענדיגט ש"ס?
איך האב בערך צוואנציג חברים וואס זענען געגאנגען אבער נאר איינער פין זיי האט מסיים געווען


גוטע קשיא וויפל פראצענט באטייליגטע ענדיגן טאקע ש״ס?
ווייניגער ווי פופציג פראצענט?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 2, 2020 6:20 am

· #440788
אדונינו

שטעל דיך פאר א מעמד מטעם אגודת ישראל איינמאל אין זיבן יאר, אן א דרשה פון נאוואמינסקע רבי, חיים דוד צוויבל, ר׳ מלכיאל קאטלער, ר׳ שמואל קאמינעצקי, האט דאך נישט קיין פשט, גערעכט? יעצט דארף מען געבן א ביינדל פאר די חסידישע, רופט מען רב שיף, (פאריגע מאל אלעווסקי) דערנאך איז געווען צוויי בעסערע דרשות פון ר׳ יששכר פראנד, און ר׳ ארון רייך, וואס איז זייער שיין געווען.

יעצט קען מען הערשט טראכטן פון אנהייבן מיט די פראגראם, לייביש ליש האט געסקארט א צענער, ראביי יואל גאלד א צען פּלאס, דער אנדערער רב (מיט די ALS patient) אויך געווען מורא׳דיג, די קל מלא רחמים איז געווען זייער הארציג און שיין, די עצם סיום, מיט די ריקודים של שמחה האט געשפאלטן הימלען.

פארוואס זיי פארשיקן נישט אביש בראדט איז לכאורה פאר די זעלבע סיבה וואס קאפי עלנבויגן שפילט נאך, די אויסוואל פון די ניגונים איז קלאר געווען דורכגעטון, זייערע מסקנות ווייס איך נישט, שלומי דאסקאל איז פיין געווען, המזמרים האט שוין חזקה אז זיי פעלן נישט אויס (אבער שטערן נישט) אינגערליך איז גיט אריינגעקומען, עפעס א ביינדל פאר די ליטווישע (ברוך לעווין) די טעות איז געווען אז ער מיט אינגערליך שטימען נישט.

מכבד זיין לואי שיינער און שאטנשטיין, איז א ״מיז״, ארויפברענגן ר׳ חיים פאר די ליטווישע איז א ״מיז״, אויס לעשן א מייק ווען איינער רעדט לענגער קען מען נישט.

די סדר איז געווען ארגענעזירט להפליא, דאס אז עס גייט נישט זיין קיין טשולנט ווייסט מען שוין אויך פאר צוויי יאר, און יעדער וואס האט נאר געליינט די קלארע הוראות פארן סיום האט מיטגעברענגט איבערבייס.

נ. ב.
איך האב נאר פראבירט צו קאווערן געוויסע טענות, א געהעריגע באשרייבונג אויפן סיום וועט נאכפאלגן.

דאס איז די טענה. 'האט דאך נישט קיין פשט' אויף די חשבון פון ניינציג טויזענט מענטשן. און א ריזיגע פערצענט פון די פראגראם איז אוועק געגעבען געווארען גאר אויף דער 'מוז'. מ'מוז האבען אביש בראדט און מ'מוז האבען שאטטענשטיין מיט לואי שיינער (איהם פארשטיי איך טאקע נישט. ער איז עפעס אן אגודיסט? דער כלל האט עפעס פון איהם? זאל ער טון וואס ער וויל, עס גייט מיר נישט אן. אבער דא רעדט זיך נישט פון זיבען יאר פון זיך אריינטון אין די כלל. איך קען גבירים וואס האלטען זיך כלל טוערס. זיי זענען טאקע א ליצנות, אבער ער איז דאס אויך נישט). פארוואס? וואס וואלט געווען ווען מ'זאגט זיי צו גיין פייפען? און טאמער מ'מוז טאקע, הייסט'ס אז נישט דאס איז די מעמד כבוד התורה, נאר א מעמד פאר זייער פאליטיק אדער פאנדרעיזינג צוועקן.

הרב ישכר פראנד איז אפשר גוטע ענטערטעינמענט, אבער נישט דאס איז וואס פאסט פאר אזא מעמד, ובפרט אז אפילו אויב יא, זאל נאר זיין איינער אזא. יעצט איז געווען נאכאנאנדיגע ענטערטעינמענט. איינס נאך די צווייטער. די ענטערטעינמענט וואלט געמעגט זיין די טפל, עס וואלט געמעגט זיין א הדרן, א דרשה, זינגען און טאנצען, און נאך א דרשה. ערגעץ אינדערמיט וואלט געקענט דאנקען די עסקנים און דער וואס מ'מוז דאנקען. דער יו"ר המעמד וואלט געקענט דערמאנען דער האלאקאוסט מיט אן ALS אציענט אויב ער וויל. און פערטיג! מ'האט זיך דא אזוי אריינגעלייגט אין דער טפל אזש דער עיקר איז פארווישט געווארען.

און @תורה ומדע א פשוט'ן טרינק איז נישט ר' ישעיה ב"ר משה. א ווארימע קאווע צו טעי אין די קעלט איז נישט קיין פרעס געשעפט. איך פארשטיי אז מילך איז א שטארקן לאגיסטישע פראבלעם, און איך פערזענליך טרינק געווענדליך סייווי שווארצע קאווע. אבער דא האט קיינער נישט געטענה'ט אז מ'וואלט געמעגט געבן א סעודה. מ'רעדט פון פשוט זיך רעכענען מיט דעם אז זיי שארן מיליאנען און זיצען אין באקס סיעטס, און דער וואס צאלט די פרייז איז דער פשוט'ער מענטש. איך קען פארשידענע מענטשן וואס האבען געהאט די סוויט"ס, און זיי זענען טאקע די טאנגעבערס דארט. ווען עס וואלט נישט עגזיסטירט, וואלט די מעמד אנדערש אויסגעקוקט.

הוגה » דאנערשטאג יאנואר 2, 2020 8:22 am

· #440790
העניך'ס ווערטער האבן א ווייטע אפקלאנג.

נעגעל וואסער » דאנערשטאג יאנואר 2, 2020 8:28 am

· #440791
Re: אן A+ פאר'ן מאסיוון סיום מחזור י"ג דף יומי פון אגודת ישר
הוגה
העניך'ס ווערטער האבן א ווייטע אפקלאנג.

יא יא, איינער ברענגט דאס שוין פריער. ווייזט אויס אז העניך'ס קפידה נישט ארום צושיקן ארבעט אנטקעגן אים...

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 2, 2020 9:14 am

· #440794
אדונינו
[ציטאט אראפגענומען]

שטעל דיך פאר א מעמד מטעם אגודת ישראל איינמאל אין זיבן יאר, אן א דרשה פון נאוואמינסקע רבי, חיים דוד צוויבל, ר׳ מלכיאל קאטלער, ר׳ שמואל קאמינעצקי, האט דאך נישט קיין פשט, גערעכט? יעצט דארף מען געבן א ביינדל פאר די חסידישע, רופט מען רב שיף, (פאריגע מאל אלעווסקי) דערנאך איז געווען צוויי בעסערע דרשות פון ר׳ יששכר פראנד, און ר׳ ארון רייך, וואס איז זייער שיין געווען.

יעצט קען מען הערשט טראכטן פון אנהייבן מיט די פראגראם, לייביש ליש האט געסקארט א צענער, ראביי יואל גאלד א צען פּלאס, דער אנדערער רב (מיט די ALS patient) אויך געווען מורא׳דיג, די קל מלא רחמים איז געווען זייער הארציג און שיין, די עצם סיום, מיט די ריקודים של שמחה האט געשפאלטן הימלען.

פארוואס זיי פארשיקן נישט אביש בראדט איז לכאורה פאר די זעלבע סיבה וואס קאפי עלנבויגן שפילט נאך, די אויסוואל פון די ניגונים איז קלאר געווען דורכגעטון, זייערע מסקנות ווייס איך נישט, שלומי דאסקאל איז פיין געווען, המזמרים האט שוין חזקה אז זיי פעלן נישט אויס (אבער שטערן נישט) אינגערליך איז גיט אריינגעקומען, עפעס א ביינדל פאר די ליטווישע (ברוך לעווין) די טעות איז געווען אז ער מיט אינגערליך שטימען נישט.

מכבד זיין לואי שיינער און שאטנשטיין, איז א ״מיז״, ארויפברענגן ר׳ חיים פאר די ליטווישע איז א ״מיז״, אויס לעשן א מייק ווען איינער רעדט לענגער קען מען נישט.

די סדר איז געווען ארגענעזירט להפליא, דאס אז עס גייט נישט זיין קיין טשולנט ווייסט מען שוין אויך פאר צוויי יאר, און יעדער וואס האט נאר געליינט די קלארע הוראות פארן סיום האט מיטגעברענגט איבערבייס.

נ. ב.
איך האב נאר פראבירט צו קאווערן געוויסע טענות, א געהעריגע באשרייבונג אויפן סיום וועט נאכפאלגן.

ווער איז דאס אייל גולן?

קורקלענד » דאנערשטאג יאנואר 2, 2020 1:23 pm

· #440833
העניך איז אריינגעקומען שטארק און קלאר. מיט זיין באקאנטע מהלך וואס באשטייט אויפברויז און פאָרהאַלטיג, מיט א קול וואס שרייט און מאָנט אויפריכטיגקייט פון אונזער געזעלשאפטליכע פירערשאפט. אקוראט און קלאר אזויווי רבו ככלו פון די פארזאמעלטע האבן געפילט. נאך איין מזל אז די אגודה האט ערשט ארויסגעגעבן די סדר היום נאכן פארקויפן אלע טיקעטס, ווען זיי געבן עס ווען ארויס פריער וואלטן זיי געבליבן שטעקן מיט א גרויס חלק פון די טיקעטס, ספעציעל אין די בארקלעיס.

אויך דער וואס האט קאנטראלירט די ווידעא האט כסדר זיכער געמאכט צו ווייזן אויפן סקרין וואס איז נישט וויכטיג. אפשר האבן זיי געניצט דער זעלבער פארשוין וואס טוהט עס ביים באל גיין, און האט דעריבער נישט געוויסט וואו קוקן...

לעיקוואד » דאנערשטאג יאנואר 2, 2020 1:48 pm

· #440837
האב איך דא באשריבען מיינע איינדרוקען בשעת מעשה (אינעם בארקלעי סענטער)

<a class="postlink" href="https://twitter.com/YitzchokL/status/1212443621770899456">https://twitter.com/YitzchokL/status/12 ... 1770899456</a>

יעקב מענטש » דאנערשטאג יאנואר 2, 2020 2:56 pm

· #440850
די סיום הש"ס האט נישט פארנומען קיין גרויס מקום ביי מיר (בכלל ווער איך שוין לאנג נישט איבעראשט ווען א 'ריזן' ציבור קומט זיך צוזאם פשוט צו קען זעהן דעם 'ריזן' ציבור).

אבער העניך קומט זיך א לייק פאר זיין געשמאקן פעדער.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יאנואר 2, 2020 3:54 pm

· #440858
און פארשטייט זיך אז ביי די סאטמארע כינוס פון א יאר צוויי דריי צוריק ביזטו פשוט איבערראשט געווארן פון די כבוד שמים הגדול והנורא שנקרא עלינו ועל זרע זרעינו מעתה ועד עולם, ס'האט ממש נישט געהאט קיין שייכות מיט'ן גרויס פונעם ציבור.

Cut the crap

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יאנואר 6, 2020 5:51 pm

· #441073
רביה''ק זי''ע
און פארשטייט זיך אז ביי די סאטמארע כינוס פון א יאר צוויי דריי צוריק ביזטו פשוט איבערראשט געווארן פון די כבוד שמים הגדול והנורא שנקרא עלינו ועל זרע זרעינו מעתה ועד עולם, ס'האט ממש נישט געהאט קיין שייכות מיט'ן גרויס פונעם ציבור.

Cut the crap

ירא אלקים יצא ידי שניהם. ביידער זענען די זעלבע.......

איסר האטלקי » מאנטאג יאנואר 6, 2020 10:55 pm

· #441082
[ציטאט אראפגענומען]

די דרשה איז געווען גאר גאר פיין, עס איז נאר נישט געזאגט געווארן מיט א פייער ווי זיין שטייגער. און די סיבה איז ווייל מ'האט אים צוגעיאגט צו רעדן שנעל.

און אגב האב איך געהערט אז צוויי רעדנער לכה"פ זענען אפגעזאגט געווארן ווייל זיי האבן נישט געקענט צוזאגן אז זיי וועלן רעדן פאר געציילטע מינוט, האדמו"ר מקלויזנבורג און הרב אוזבאנד פון ריווערדעיל.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יאנואר 6, 2020 10:59 pm

· #441084
דאס איז גאר א נייעם ספין. הרב אוזבאנד פון ריווערדעיל האט געדארפט צו רעדן, און מ'דערציילט אז ער האט אויסגענומען נאר בתנאי אז א צווייטע רעדט נישט. למעשה, האט מען נישט מסכים געווען, אבער דער צווייטע האט אויך נישט גערעדט. איך הער אז מ'האט געהאט זיין שטימע אויף איינער פון די ווידיאוס.

איינער פון די שטאב האט מיר פארציילט אז יעדער דרשן האט מען געגעבען אכצען מינוט, און זיי האבען געמוזט אריין שיקען די נאוטס פון פאראויס. איך האב אויך געהערט אז פון הרב קוטלר און פלדמן איז געקומען א מחאה אז מ'האט געוויזען איזראעילי זעלנער מיט מונדירען וואס לערנען דף היומי. נאר נישט ערגערע דאגות.

איסר האטלקי » דינסטאג יאנואר 7, 2020 12:03 am

· #441099
שעכטער פון YU האט טאקע נישט גערעדט, צוליב לחץ פון עטליכע רבנים, נאר אנשטאט האט מען אים געלייגט אויפן פרעזענטאציע. מ'האט געבעטן פון יעדן רענדער די פולע דרשה כדי זיכער צו מאכן אז אלעס לויפט שנעל, און די צוויי דערמאנטע רבנים אוזבאנד און קלויזנבורג האבן נישט געהאלטן דערביי און צוליב דעם האבן זיי נישט גערעדט.

הרב שיף האט אויך געדארפט אריינשיקן זיין דרשה, למעשה האט ער אנגעפיפן און נישט אריינגעשיקט.

יין שרף » דינסטאג יאנואר 7, 2020 12:52 am

· #441100
איסר האטלקי
*הרב* שעכטער פון YU האט טאקע נישט גערעדט, צוליב לחץ פון עטליכע רבנים, נאר אנשטאט האט מען אים געלייגט אויפן פרעזענטאציע.

איסר האטלקי » מאנטאג יאנואר 13, 2020 11:43 pm

· #441447
לייביש ליש און יואל גאלד זענען עלטער פון 36? ישכר פראנד האט שוין גערעדט אין די מ' יארן, ווען ער איז געווען נישט צופיל עלטער פון 36.

דרשו האט גראדע געהאט א אינגער כוח סיי אין תל אביב און סיי אין לאנדאן, עפעס א משגיח פון געיטסהעד.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יאנואר 14, 2020 7:54 am

· #441455
יא, הרב מאיר שפירא איז געווען 36 יאר אלט, אבער ביז די זקני הדור האבען עס אנגענומען, דער חפץ חיים וכו', האט מען פון דעם געלאכט

שמעקעדיג » זונטאג פעברואר 9, 2020 11:06 pm

· #442771
נו, העניך, וואס זאגסטו צום היינטיגן סיום פון דרשו?

צפור בודד » מאנטאג פעברואר 10, 2020 1:35 am

· #442784
שמעקעדיג
נו, העניך, וואס זאגסטו צום היינטיגן סיום פון דרשו?

די אסקארס (להבדיל) קענען זיך פארשטעקן