☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #135

אשכול אן א טיטל #135

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #135

— » זונטאג מערץ 11, 2012 5:52 pm

· #1094

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

געפילטע פיש » זונטאג מערץ 11, 2012 6:15 pm

· #1097
[ציטאט אראפגענומען]

האסט פארגעסען פון סטראבאראטען, מאראנצען, מעהל, אריזאנא ווייץ ימ"ש, אומגעשיילטע טאמאטן, טעקסט מעסעזעס, פעקס מאשינען, טעלעגראמען, בלעקבעריס, בלובעריס, עפל פראדוקטען, אומגעשיילטע עפל פראדוקטען, אומגעפילטערטע אינטערנעץ שלא אצורך פרנסה, אומגעפילטערטע וואסער שלא לצורך שתיה וכהנה וכהנה רבות.

[ציטאט אראפגענומען]

דעת בעל הבית איז דאך היפך דעת תורה, ווי קען מען זיי טראסטען?

[ציטאט אראפגענומען]

און וויזוי ציעט מען זיך ארויס פון אזא קאנאנדראם?

יידל » זונטאג מערץ 11, 2012 6:49 pm

· #1108
א קאמפעני/פראדוקט/ פארשוין/געפיראכטס/ קאמפיין/ אויסגאבע וואס איז נאך נישט גע'אסרט געווארן קען מען נישט מתיר זיין.

א קאמפעני/פראדוקט/ פארשוין/געפיראכטס/ קאמפיין/ אויסגאבע וואס מען האט נאך נישט מתיר געווען קען נישט גע'אסר'ט ווערן.

רואיק » מיטוואך מערץ 14, 2012 5:14 pm

· #1434
😂 😂 😂

אלו לא באנו לכאן רק בשביל זה דיינו!

הדד בן בדד » מיטוואך מערץ 14, 2012 8:27 pm

· #1453
אנאנים, ריזיג, אייזן, מעכטיג, איך האב נישט קיין ווערטער, נו, געגאנגען, ווער וויל זיין פון דער וועד?

ידען » מיטוואך מערץ 14, 2012 8:50 pm

· #1456
קופערניקעס

שרייבסט דאך אזוי גוט און צו דע זאך.

ידען » מיטוואך מערץ 14, 2012 10:55 pm

· #1479
חיים נחום

קיינער טרייבט נישט קיין שפאס פון ערליכע רבנים. מען רעדט דאך פון אזאנע איסורים חמורים וואס האבן קיין הענט און קיין ציין.

האסט שוין אמאל געהערט פון די גמ׳ אז אלע צרות קומען פון שלעכטע מנהיגים?

געפילטע פיש » מיטוואך מערץ 14, 2012 11:24 pm

· #1482
[ציטאט אראפגענומען]

די לייגסט דא אראפ הנחות כאילו סאיז קלאר, כולי עלמא מודי, עפעס מוז שוין געטוהן ווערן. מהכי תיתי?

[ציטאט אראפגענומען]

אוודאי טו איך! מ'הייבט אן ביי די אייגענע קונדער, מ'איז מחנך די קינדער על דרך התורה, תורת אמת, נישט דעי נייע רעליגיע וואס ענדעלט אביסל אין יודישקייט, ווען ס'קומט גוט אויס פאר די רע-בנים...
[ציטאט אראפגענומען]

מלחמה מיט טעכנאלאגיע? די יודישקייט וואס איך קען האט נישט קיין שום מלחמה מיט טעכנעלאגיע, אדרבה! אז מ'קען נוצן טעכנעלאגיע צו פארשפרייטן תורה און יודישקייט, כן ירבה וכן יפרוץ.
ווען די פרינטינג פרעסס איז ארויסגעקומען זענען יודן נישט געווען פון די ערשטע צו דריקן ספרים? איי מ'קען דאך פרינטן ספרי כפירה ומינות, ספרי חשק ותרבות רעה? מיטן טעלעפאון האמיר געמאכט א קול הלשון, פון באסעס האמיר געמאכט בתי מדרשים, פון טעיפס, ובלכתך בדרך, וכהנה רבות.
אויב שוין אסרן האלט איך מ'זאל אסרן שיך, די ווייסט אין וואס פארא שלעכטע פלעצער מ'קען אלס אנקומען מיט שיך?

גדעון » מיטוואך מערץ 14, 2012 11:24 pm

· #1483
גרינג פאר מענטשן וואס זיצן אויפן אינטערנעט פארשלייערט אינטער פאלשע נעמען צו גיסן פעך און שוועבל אויף יעדן עהרליכן רב וואס זאגט זיין דעת תורה, ווי זענען די אלע גיבורים אין ריעל לייוו?

שרגא » מיטוואך מערץ 14, 2012 11:49 pm

· #1491
גדעון
גרינג פאר מענטשן וואס זיצן אויפן אינטערנעט פארשלייערט אינטער פאלשע נעמען צו גיסן פעך און שוועבל אויף יעדן עהרליכן רב וואס זאגט זיין דעת תורה, ווי זענען די אלע גיבורים אין ריעל לייוו?


איך פארשטיי דיין ווייטאג און איך בין מיט דיר. אבער פארשטיי אויך אז די וואס זיצן אויפ'ן אינטערנעט זענען אינדיווידועלן וואס קיינער האט זיי נישט געשטעלט צו פירן דעם דור, קענסטו דאך קיין גרויסע טענות נישט האבן. אבער אויף די רבנים וואס דאס איז זייער תפקיד, און מען זעט וואס זיי טוען און לאזן זיך פון די עקבתא דמשיחא קארופציע, איז א גרעסערע ווייטאג. אויף וועם דען קענען מיך זיך דען פארלאזן?

ידען » מיטוואך מערץ 14, 2012 11:51 pm

· #1492
אסאך מענטשן זאגן זייער מיינונג אן קיין מורא.

איך ווייס נישט ווי דו דרייסט זיך...

דאך זענען די רבנים די ארויפגעצווינגענע באלעבאטים אויף אונז און מאכן אפ ווער עס קען אנגענומען ווערן אין די בתי חינוך און דאס איז זייער כח און דאדורך זענען זיי די וואס אונטערדרוקן דעם עולם מיט פוסטע זינלאזע איסורים וואס זייער ווייניג מענטשן פאלגן אויס.

אנאנים » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 3:52 am

· #1517
דערמאנט מיך וואס א סטעיט סענאטאר אין ניו דזשערזי האט דערציילט. נאכדעם וואס ער איז עלעקטעד געווארן איז דער סטעיט סענאט פרעזידענט געקומען צו אים און אים געפרעגט, "זאג נאר, האסט עפעס א גוטע איידיע פאר א נייע געזעץ?"

דער סטעיט סענאטאר האט געענטפערט: יא, איך האב אן איידיע פאר א געזעץ אז פאר איין יאר זאל מען נישט טאר מאכן קיין שום נייע געזעצן.

איך מיין אז דאס וואלט מען געקענט זאגן פאר די רבנים (איך זאג נישט להבדיל ווייל די פאליטישאנס זענען זיך אויך ווערט דאס געלט) אז זיי זאלן אונטערשרייבן אן איסור אז פאר איין יאר טאר מען נישט ארויסגעבן קיין שום איסורים

און כלל ישראל וועט אטעמען אביסעלע גרינגער

עסן עסט'זיך » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 5:48 pm

· #59787
יעצט טוט זיך אין ארץ ישראל א מערכה קעגן א פרוי ואס רבנים טענה'ן אז זי איז א זונה
מיט א קול קורא און מחאות כמנהג ירושלים
ווי איז די שכל צו מאכן א קול קורא? וואס קינד און קייט זאל ליינען?
אפשר דארף מען צוריק מייסד זיין דעם אויבנדערמאנטן מכון

לעמיל » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 5:57 pm

· #59797
נאך א מעשה פון חיים שאולזון‬‎ ער קען זיך צאם שטעלען מיט נחום זיי ביידע הערען מעשות וואס קיינער הערט נישט

עסן עסט'זיך » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 5:59 pm

· #59799
ער ברענגט צייטונגען און קול קויראס

איך אויך » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 7:57 pm

· #59860
גראדע אידאס יא אמת (נישט די חלק צו עס איז יא געווען זנות דארט צו נישט, איך מיין די חלק אז עס גייט פאר א געראטשקע).

וויי וויי א סינגל מאמע פון 11 קינדער..גיי פארשטיי די טעם פון די אראבערס.

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 9, 2012 11:02 am

· #60012
הערה צו קופערניקוס
איינס פון די תקנות וואס דער מכון ליפיקוח קול קורא ומחאה רעכנט אויס אז א רב וואס זאגט אדער שרייבט צו אפט "שמעתי ותרגז בטני" מוז זיך אויסטשעקן צו ער ליידט נישט אויף גאל אדער נירן שטיינער. לפענ"ד דארף זיך אזא רב אויסטשעקן דעם קאפ און די אויערן. אפשר ליידט ער אויף די שמועה אדער הערט גאר קולות רחמנא ליצלן 😳 .

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 9, 2012 11:08 am

· #60013
הדד בן בדד
אנאנים, ריזיג, אייזן, מעכטיג, איך האב נישט קיין ווערטער, נו, געגאנגען, ווער וויל זיין פון דער וועד?

מ'האט געשמועסט נאר ערנסטע, דערוואקסענע בעלי בתים!

גאלד » פרייטאג נאוועמבער 9, 2012 11:16 am

· #60014
ס'קוקט מיר אויס אז אין התאחדות איז דא א פייל מיט די זעלבע קול קורא'ס וואס מ'האלט אין איין ראוטעט'ן, דשאסט טו קיפ דעם ביזי,
יעדע וואך קומט די רייע אפצישטויבן א פרישע קול קורא,
עפעס יעדע האלבע יאר זענען אויסגעשמירט די גאסן מיט ריזיגע פלאקאטן קעגן "שמאלע געפאסטע קליידער",

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 9, 2012 11:24 am

· #60015
גאלד
ס'קוקט מיר אויס אז אין התאחדות איז דא א פייל מיט די זעלבע קול קורא'ס וואס מ'האלט אין איין ראוטעט'ן, דשאסט טו קיפ דעם ביזי,
יעדע וואך קומט די רייע אפצישטויבן א פרישע קול קורא,
עפעס יעדע האלבע יאר זענען אויסגעשמירט די גאסן מיט ריזיגע פלאקאטן קעגן "שמאלע געפאסטע קליידער",

ווער הייסט זיי קוקן ?

אפטעמיסט » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 5:31 pm

· #163431
[ציטאט אראפגענומען]

אין אנדערע ווערטער, די נייע דור רבנים וועט נישט קענען אסר׳ן אדער מתיר זיין בחייהם, ממה נפשך.

smart man » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 6:00 pm

· #163446
זאלן זיי ווייטער אסר'ן אלע מיני נארישקייטן!!!
די רבנים זענען על פי רוב דיסקאנקטעד פון די מציאות. ממילא מען קען זיי סייווי נישט קאנטראלן.
די אלע קול קורא'ס זענען נאר פאר פי אר. זיי האבן נישט קיין השפעה נאר אויף די תמימים. ממילא גיי ווייטער.
יעדער רעכט דענקיגער מענטש וואס איז איבערק די 25-30 יאהרן פארשטייט אז 90% קול קורא'ס זענען שטותים אין מאטאווירט דורך איינער וואס האט אן אגענדע.
למשל די איסורים קעגן די אלע אזויגערופענע טריפהנע ליין מאטיריאל, איז אהנגעפירט דורך משפחת בעל 'המעלות'. זיי טוען דאס צו ברענגן קליענטן פאר די מעלות.
די זעלבע איז מיט די קברים אלעס איז בייעס. זיל ובדוק.
ממילא קיינער קימערט זיך נישט מיט די קול קורא'ס חוץ פון א פאהר נערנים. ודו"ק כי קצרתי

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אקטאבער 28, 2015 1:25 pm

· #306649
אן אלטע אשכול, אבער ס'איז דא וואס צוצולייגען.
מ'דערציילט אז מיט דריי הונדרעט יאר צוריק איז געווען אן אסיפה וועגען עפעס א תקנה. האט ר' מנשה מאיליא (מח''ס אלפי מנשה, וואס דער ביאוה''ל דערמאנט אין הל' שבת. בנמצא אויף היברובוקס) זיך אנגערופען ''מ'דארף מאכען א וויכטיגע תקנה אז מ'טאר שוין נישט דרוקען קיין נייע פירושים אויף חד גדיא. ס'איז שוין דא צופיל און דער וועלט וועט ווערען פארפלייצט מיט פירושים אויף חד גדיא'' ודפח''ח, וכל הרוצה להשפ''ג ישפ''ג כאן.