☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הינוקא הרב שלמה יהודה שליט"א

הינוקא הרב שלמה יהודה שליט"א

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13496

קל וחומר » זונטאג דעצעמבער 15, 2019 3:21 am

· #439953
הינוקא הרב שלמה יהודה שליט"א
עס איז לעצטענס נתפרסם געווארן אין ארץ ישראל א ספרדישער אינגערמאן הרב שלמה יהודה שליט"א וואס איז שולט בכל מכמני התורה באופן פלא.
ער קען אלע ספרי קודש אינעם ספרים שאנק אויפן לשון, ער איז א מחדש נפלא, ענדיגט מסכתות הש"ס אויף א טעגליכן פארנעם. והוא כבן ל' שנים.
אן ענותן ושפל ברך. ער שפילט אויך דעם פיאנא גאר גוט (בעיקר ווען ער מאכט סיומים ביים ענדיגן זיינע שיעורים).
לויט ווי מ'דערציילט אויף אים קען מען ממש זאגן עד שלא שקעה שמשו של הרב עובדיה יוסף, זרחה שמשו של הרב שלמה יהודה.
ווער עס האט עפעס צו צולייגען איבער דעם גרויסן דמות איז מכובד.

שיח ושיג » מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 12:04 pm

· #439971
איך האב אויך אביסל געזען קליפס אין באריכטן איבער אים. איך בין זייער נייגעריג איבער אים מער פרטים. מ'זעט אויף די קליפס ווי מענטשן מאכן אויף אים די ברכה ברוך שחלק מחכמתו ליריאיו מיט שם ומלכות

טמיר » מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 3:49 pm

· #439978
Re: הינוקא הרב שלמה יהודה שליט"א
ער מוז זיין משיח

<a class="postlink" href="https://www.jdn.co.il/breakingnews/1232422/">https://www.jdn.co.il/breakingnews/1232422/</a>

רביה''ק זי''ע » דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 2:41 am

· #440004
די פיאנע טיש געפעלט מיר זייער.

צפור בודד » מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 10:22 am

· #440067
רביה''ק זי''ע
די פיאנע טיש געפעלט מיר זייער.

לאמיר האפן ער קען לערנען בעסער ווי שפילן פיאנאו

אישתישבי » מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 3:48 pm

· #440084
פין דער דרשה וואס איך האב געזעהן זעהט אויס אז ער האט מער א חוש צו רעדן און באצויבערען, קיין עמקות זאגט ער נישט. אדרבה ווי איז דא פון אים א געדרוקט שטיקעל תורה?

כלבאשבוע » מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 4:15 pm

· #440085
וואס טראגט ער אויף די אויערן?