☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » א טרער אויף משה הערש'ס ע"ה פרישע קבר

א טרער אויף משה הערש'ס ע"ה פרישע קבר

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13490

פארטראכטער » מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 1:15 am

· #439832
א טרער אויף משה הערש'ס ע"ה פרישע קבר
ביסט טאקע ברוטאל דערמארדעט געווארן. אבער פין אונז קיינמאל אוועקגעגאנגען. זיי האבן דיך טאקע מיט קוילן פראבירט צי פארשטומען אבער דיין ליכט נישט געקענט פארלעשן

די הארץ וואס האט מיטגעפילט, וועט ווייטער קלאפן. און דיין שמייכל ווייטער שיינען.

די הארת פנים וואס דו האסט געוויזן פאר יעדן, איז פאראייביגט אין אונזערע הערצער אין ס'וועט אזוי שטענדיג פארבלייבן.

דו האסט אונז געלערט ווי אזוי מיטצופילן. און מיר וועלן קיינמאל נישט לאזן גיין.

דיין ליכט וועט פארזעצן צי שיינען און קיינמאל ווערן פארבלאזן. די ישיבה וואס דו האסט געגרינדעט וועט דיין שיין אייביג האלטן

דו לעבסט אין אונזערע הערצער אויף אייביג
מיר וועלן דיר אייביג געדענקען!

שמעון וואלף » מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 1:27 am

· #439833
וואסערע ישיבה האט ער געגרינדעט?

פארטראכטער » מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 1:29 am

· #439835
ישיבת שביל התורה מיהאלדי. (ר' אברהם עמרם מייזלעס)

שבת אחים » מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 4:09 am

· #439837
זיין פאטער איז ר׳ שלום דייטש דער פלומבער
ADD PLUMBING?

chosen people » מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 10:56 am

· #439848
שבת אחים
זיין פאטער איז ר׳ שלום דייטש דער פלומבער
ADD PLUMBING?


יא

שבת אחים » מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 6:34 pm

· #439879
chosen people
שבת אחים
זיין פאטער איז ר׳ שלום דייטש דער פלומבער
ADD PLUMBING?


יא


אוי וויי טאטע.

א פיינער ערליכער איד דער ר׳ שלום דייטש. איך האב אסאך געהאנדלט מיט אים.
ער איז א איידעם ביי ר׳ בערל קינד ז״ל מחשובי חסידי וויזניץ. זיין שותף איז ר׳ גרשון אדלער פון וויליאמסבורג מחשובי חסידי וויזניץ ב״ב/מאנסי.

א-שופר-איז-א-שופר » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 9:59 am

· #439912
ברוך דיין האמת