כח היחיד!
167 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13487
כח היחיד!
א נייע קאמפיין אויפצוקלערן די עולם וועגן די טייערע חתונה הוצאות און וויאזוי דער יחיד קען אויפטוהן איז לעצטע וואך געגרינדעט געווארן דורך צוויי "יחידים" די מייסטער פאטאגרפיסט און גראפיקער ר' יוסף גאלדבערגער והשני בדומה לו דער גראפיקער שמואל דוד שווארץ.
זיי האבן צוזאמען געברענגט א גרופע גראפיקער וואס יעדער וועט פרובירן אויף זיין אייגעארטיגע וועג אויפוועקן דעם עולם און ווייזן וויאזוי דער יחיד קען אליינס אויפטוהן.
זיי האבן געעפענט וואטסעפפ גרופעס ווי מ'קען מיטהאלטן ווען ס'קומט ארויס נייע סחורה.
דא האט איר א לינק צו גרופע נומבער 5 וואס איז נאכנישט פוהל
<a class="postlink" href="https://chat.whatsapp.com/GtxwMl3SD365ifMEVVv6NB">https://chat.whatsapp.com/GtxwMl3SD365ifMEVVv6NB</a>
טעלעגראם
<a class="postlink" href="https://t.me/simchasonyourbudget">https://t.me/simchasonyourbudget</a>
אביסל פון די קאמפיין
📎 Screenshot_20191205-015337_WhatsApp.jpg 📎 Screenshot_20191205-015346_WhatsApp.jpg 📎 Screenshot_20191205-015352_WhatsApp.jpg 📎 Screenshot_20191205-015357_WhatsApp.jpg
נאך
📎 Screenshot_20191205-015403_WhatsApp.jpg 📎 IMG-20191205-WA0003.jpg 📎 IMG-20191205-WA0004.jpg 📎 IMG-20191205-WA0005.jpg
נאך
📎 IMG-20191207-WA0028.jpg 📎 IMG-20191207-WA0013.jpg 📎 IMG-20191207-WA0015.jpg 📎 IMG-20191207-WA0038.jpg
א ווארט אויפן פרשה
📎 לא יעשה כן.jpg
ליידער אזוי אמת
📎 IMG-20191204-WA0008.jpg
די כח היחיד קאמפיין האט ברוך השם א שטארקע אפעקט אויף די היימישע אמעריקאנער אידענטום. די אייגנארטיגע גראפיקס שניידן אדורך ביז די טיפענישן פונעם מח! זיי שלאגן אויף אלע פראנטן, לאגיש, עמאציאנאל, ארטיסטיש, און שפראך. שוינען נישט קיינעם, נישט קיין מחותנים, חתנים, בחורים, מיידלעך, אינגלעך. אלעס אדורך צו ברעכן די אלגעמיינע שמחה געדאנקעסגאנג.
יוסי גאלדבערגער האט געוואנען א...שטריימל!
📎 Screenshot_20191208-051729_WhatsApp.jpg
אינטערוויו: "דער כח היחיד", מעכטיגע קאמפיין געלאזט געווארן אין גאנג צו ברענגען אויפמערקזאמקייט ביים רבים איבער די ארויס-פון-קאנטראל מצב ביים חתונה מאכן די קינדערמוצ״ש ויצא פ'
צוויי יחידים יוסי גאלדבערגער און שמואל דוד שווארץ
<a class="postlink" href="https://www.yiddish24.com/4/12/10356">https://www.yiddish24.com/4/12/10356</a>
חנוכה געלט
📎 IMG-20191208-WA0024.jpg
פרוטה פרוטה מצטרפת
📎 IMG-20191208-WA0025.jpg
איינער קען ביטע צוזאמענשמעלצן אלע עד'ס אויף א pdf ?
סאיז שוין העכסטע צייט!
לדאבוננו אבער, גלייב איך ניט אז סקען מאכען א גרויסער דיפערענס.
סעודות שבע ברכות, שבת אויפריף און שבת שבע ברכות, שטריימל, שייטלען, קליידונג, און מתנות ,קאסטן א הון וואס רובא דרובא האט ניט אין די קעשענע. בפרט די וועלכער צאהלען שכר לימוד, קעמפ, און הויכע מארטגעדש אדער רענט פעימענט און פארדינען דורכשניטלעך ניט
מער ווי $100,000ֿ א יאר.
א גוטער לעזונג צו צאהלען פאר א דורכשניטליכער חתונה וואלט געווען:
א. אז דער פארפאלק זאל ארויס נעמען א לאו אינטרעסט הלוואה פון בערך 60,000 און עס אליין אפצאהלען איבער 10 יאהר.
ב. די כלה זאל ארבעטן און פארדינען, מינימום צוויי יאהר איידער די חתונה.
העלפט פארשפרייטן!
📎 IMG-20191208-WA0029.jpg
תורה ומדעסאיז שוין העכסטע צייט!
לדאבוננו אבער, גלייב איך ניט אז סקען מאכען א גרויסער דיפערענס.
סעודות שבע ברכות, שבת אויפריף און שבת שבע ברכות, שטריימל, שייטלען, קליידונג, און מתנות ,קאסטן א הון וואס רובא דרובא האט ניט אין די קעשענע. בפרט די וועלכער צאהלען שכר לימוד, קעמפ, און הויכע מארטגעדש אדער רענט פעימענט און פארדינען דורכשניטלעך ניט
מער ווי $100,000ֿ א יאר.
א גוטער לעזונג צו צאהלען פאר א דורכשניטליכער חתונה וואלט געווען:
א. אז דער פארפאלק זאל ארויס נעמען א לאו אינטרעסט הלוואה פון בערך 60,000 און עס אליין אפצאהלען איבער 10 יאהר.
ב. די כלה זאל ארבעטן און פארדינען, מינימום צוויי יאהר איידער די חתונה.
איך גלייב אז אזא קאמפיין קען זיכער און וועט בעזהשי"ת אויפטוהן!
עס איז א קאמפיין צו אויפוועקן די עולם אליינס צונעמען די זאך און די הענט אריין און אליינס באשליסן וועלכע זאכן זענען נישט אזוי וויכטיג ביי עם אז ער זאל דארפן אזויפיל אויסגעבן דערפאר און ער דארף זיך נישט שעמען דערמיט ווייל ער איז א חלק פון א מאוומענט.
אוודאי גייט דאס לכאורה נישט ברענגן א סוף צו די צודרייטע געלטער ספענדעריי אבער עס וועט זיכער אסאך אויפטוהן און דעם ענין.
שאץ נישט אינטער די כח פון מארקעטינג!
תורה ומדעא גוטער לעזונג צו צאהלען פאר א דורכשניטליכער חתונה וואלט געווען:
א. אז דער פארפאלק זאל ארויס נעמען א לאו אינטרעסט הלוואה פון בערך 60,000 און עס אליין אפצאהלען איבער 10 יאהר.
ב. די כלה זאל ארבעטן און פארדינען, מינימום צוויי יאהר איידער די חתונה.
נישט קיין גוטע לעזונג לדעתי, א גוטע לעזונג איז
סטאפ איט, מען מעג נישט ספענדן געלט וואס מען האט נישט.
ווען איינער זאגט אז די קינדער זאל עס באצאלן הער איך דאס: דער מחותן האט נישט קיין געלט, ער האט אויך נישט די שטארקייט צו טון וואס איז ריכטיג, סאו ער וועט ספענדן די געלט אז עס זאל הייסן ער איז "נארמאל", און זאלן די קינדער עס באצאלן.
ווען די קינדער וואלטן אליין חתונה געהאט, וואלטסטו געווען גערעכט. אבער אויב איז ער נאכנישט גענוג גרויס זיך צו טרעפן א שידוך, און אלע אנדערע דעסישענס ביז דארט, איז ער אויך נישט גענוג גרויס צו נעמען חובות אויף זיך.
עס מוז זיין א ריעליסטישער אלטערנאטיוו כדי אז סזאל קלעבן ביים ציבור.
בעת ווען ס'איז דא אזעלכע פעסימיסטן וואס מאכן אוועק אלעס וואס סיי ווער טוהט זענען אבער דא אזעלכע וואס מאכן זיך נישט וויסנדיג און טוהן צו דער זאך!
מ'קען לאכן וויפיל מ'וויל אבער אזעלכע קאמפיינען קלינגען אפ זייער שטארק און האבן זייער א שטארקע אפעקט אויף למעשה.
נאר אדאנק יואל ראטה האבן מיר א חיים עקשטיין. און די איצטיגע קאמפיין איז נאר אדאנק חיים עקשטיין. און ווער ס'רעדט זיך איין אז דער קאמפיין גייט נישט האבן קיין 'שום' אפעקט איז פשוט נישט אין טאטש מיטן אקטועלער רעאליטעט!
לאנג לעבן זאל די רעוואלוציע!!!!!!
הלואי!
.
📎 Screenshot_20191206-105345_WhatsApp.jpg
די קאמפיין שלאגט ווארצלען
📎 IMG-20191209-WA0002.jpg 📎 IMG-20191209-WA0001.jpg 📎 IMG-20191209-WA0000.jpg
שיינע עדס
ווער מאכט עס? גאלדבערגער ?
כח היחיד, האומנם?
<a class="postlink" href="https://youtu.be/MEhSk71gUCQ">https://youtu.be/MEhSk71gUCQ</a>
עס קומט לכאורה נייע "השומרים קארטס"
כח היחיד קארטס
מען זוכט עפעס א ראבינאוויטש וואס זאל עס ארומטיילען
Re: כח היחיד!
לאמיר אויסניצן די קאמפיין פארן יחיד. נעמט די קארטלעך אדער די קאמפיין לופטלעט אין טשענדש די בילד צי וואס דיין כח היחיד באדייט אויף א יעדען טאגעדיגען לעוועל. די שורש מיז אטאקירט ווערן! די סתירה פין לבוש, באנעמונג, אדג. אין אונזער סאציאלע באוואגעגונג מיז געבראכען ווערן אין דאס וועט היילן רוב פראבלעמען.
געגאנגען...
לך לךשיינע עדס
ווער מאכט עס? גאלדבערגער ?
א גרופע פון גראפיקער וואס זענען גרייט צו העלפן שלא על מנת לקבל פרס און יעדער פון זיי מאכט זיין סעריע פון עדס וויאזוי ער קען עס די בעסטע ארויסגעבען.
זיי נעמען אן נאך גראפיקער, אויב זענט איר א גראפיקער ביטע פארבינדט אייך מיט יוסי גאלדבערגער.
Re: כח היחיד!
בן ישיתורה ומדעסאיז שוין העכסטע צייט!
לדאבוננו אבער, גלייב איך ניט אז סקען מאכען א גרויסער דיפערענס.
סעודות שבע ברכות, שבת אויפריף און שבת שבע ברכות, שטריימל, שייטלען, קליידונג, און מתנות ,קאסטן א הון וואס רובא דרובא האט ניט אין די קעשענע. בפרט די וועלכער צאהלען שכר לימוד, קעמפ, און הויכע מארטגעדש אדער רענט פעימענט און פארדינען דורכשניטלעך ניט
מער ווי $100,000ֿ א יאר.
א גוטער לעזונג צו צאהלען פאר א דורכשניטליכער חתונה וואלט געווען:
א. אז דער פארפאלק זאל ארויס נעמען א לאו אינטרעסט הלוואה פון בערך 60,000 און עס אליין אפצאהלען איבער 10 יאהר.
ב. די כלה זאל ארבעטן און פארדינען, מינימום צוויי יאהר איידער די חתונה.
איך גלייב אז אזא קאמפיין קען זיכער און וועט בעזהשי"ת אויפטוהן!
עס איז א קאמפיין צו אויפוועקן די עולם אליינס צונעמען די זאך און די הענט אריין און אליינס באשליסן וועלכע זאכן זענען נישט אזוי וויכטיג ביי עם אז ער זאל דארפן אזויפיל אויסגעבן דערפאר און ער דארף זיך נישט שעמען דערמיט ווייל ער איז א חלק פון א מאוומענט.
אוודאי גייט דאס לכאורה נישט ברענגן א סוף צו די צודרייטע געלטער ספענדעריי אבער עס וועט זיכער אסאך אויפטוהן און דעם ענין.
שאץ נישט אינטער די כח פון מארקעטינג!
עס טאקע גאר וויכטיג צום הצלחה פון אזא קאמפיין צו טארגעטן די מחותנים, אבער עס איז נאך היפש אזוי וויכטיג צו טארגעטן אזוינע חתנים/כלות וואס דרייען אראפ די עלטערנ׳ס קאפ זיך צו פארגלייכן מיט זייער חברים/ות׳ סטאנדארטן. ווי אויך איז וויכטיג אז זיי זאלן דערנידערן זייער עקפעקטאציעס אויף מתנות וואס זיי ערהאלטן אין זיך נישט שעמען פון פי״ר פרעשע״ר.
גאלדבערגער זאגט אז זיי זייען באזונדער טארגעטן חתנים כלות און מחותּענעסטעס..... לדעתי טארגעטן זיי אביסל צו פיל די מחותנים.... ווען אין אסאך פעלער האבן זיי ניטאמאל קיין ברירה...
גאלדבערגער זאגט אז מענטשן ווארטן יעצט צו זעהן ווען ער וועט רעדן פון דעם און ווען וועט ער שוין דערמאנען יענץ און ווארטן צו זעהן צו עס וועט אויפטוהן וכו'
ער זאגט אבער אז די קאמפיין איז פונקט פארקערט ווי דעם! דאס איז וואס ער וויל אויפהערן!
אויב די האלטסט אז מ'דארף נישט אויסגעבן פאר עפעס א געוויסע זאך, זיץ נישט און ווארט ביז "גאלדבערגער" וועט רעדן דערוועגן... טוה צום זאך! #כחהיחיד
טארגעטן חתנים כלות - דעס טוט הרב יואל ראטה, מיט סוקסעס
און ווי ער האלט קען מען נישט אנהייבען זיי טארגעטען א נאכט פאר די חתונה נאר ממוז אנהייבען פון אלס קליינע קינדער
בן ישיליידער אזוי אמת
📎 IMG-20191209-WA0006.jpg
...
📎 IMG-20191209-WA0007.jpg
קורקלענדגאלדבערגער זאגט אז זיי זייען באזונדער טארגעטן חתנים כלות און מחותּענעסטעס..... לדעתי טארגעטן זיי אביסל צו פיל די מחותנים.... ווען אין אסאך פעלער האבן זיי ניטאמאל קיין ברירה...
א מאדנע מעשה! וואס פארא כלה ער באקומט, פרעגט מען אים נישט. אבער וואס פארא מעבל צו קויפען און וועלכע סארט קייט צו געבן, דאס איז שוין זיין געשעפט, עד כדי אז אן דעם קען מען גארנישט טוישען!!!
איך וויל נאר מעורר זיין אז די טוטהפעיסט קען מען נישט צוריק אריין שטופן אין די פושקע. ברגע #כחהיחיד ווערט א זאך, וואס וועט עס אפשטעלן? שטעל זיך פאר דער יחיד הייבט זיין קאפ און זוכט א גוטן חינוך פאר זיין קינד, נישט פאר משיח צו טייטלן די פינגער נאר צו זיין אן אנשטעטיגע אויסגעהאלטענע מענטש, וואס וועט זיין דעמאלס? וואס וועט זיין ווען דער יחיד איז מחליט אז ער דארף א פערזענליכע רבי, נישט קיין גייסטישע פיהרער פון א פארטיי? וואס וועט זיין ווען א יחיד וועט ווילען וואוינען ווי עס איז גוט פאר איהם, און אנ"ש בי דעמנ"ד?
דער #כחהיחיד ביזנעס קען פאראורזאכען א גרויסע ווידערשטאנד אין די מצב הפארטיין אין די פאראייניגטע שטאטן, ולה' הישועה!
עד שתכלה "רגל" מן ה"שיק"
📎 IMG-20191209-WA0008.jpg
Re: כח היחיד!
ליטוואק פון בודאפעסטאיך וויל נאר מעורר זיין אז די טוטהפעיסט קען מען נישט צוריק אריין שטופן אין די פושקע. ברגע #כחהיחיד ווערט א זאך, וואס וועט עס אפשטעלן? שטעל זיך פאר דער יחיד הייבט זיין קאפ און זוכט א גוטן חינוך פאר זיין קינד, נישט פאר משיח צו טייטלן די פינגער נאר צו זיין אן אנשטעטיגע אויסגעהאלטענע מענטש, וואס וועט זיין דעמאלס? וואס וועט זיין ווען דער יחיד איז מחליט אז ער דארף א פערזענליכע רבי, נישט קיין גייסטישע פיהרער פון א פארטיי? וואס וועט זיין ווען א יחיד וועט ווילען וואוינען ווי עס איז גוט פאר איהם, און אנ"ש בי דעמנ"ד?
דער #כחהיחיד ביזנעס קען פאראורזאכען א גרויסע ווידערשטאנד אין די מצב הפארטיין אין די פאראייניגטע שטאטן, ולה' הישועה!
או יאמר אז די גאנצע קאמפיין איז אוועקגעשטעל באויפן של ״שעימינג״ צו ערנידערען איז אוועקמאכען די וואס שפענדן געלט וואס זיי האבן נישט.
קומט דאך אויס איז די אידיאל ענ״ד ריזאל״ט איז ס׳זאל ווערן ״אין וואוג״ חתונה צו מאכן באופן של הסתפקות במיעוט אזוי אז דער וואס מאכט דער באלעבאטישער חתונה ער וועט זיין דער ״יחיד״ און יוצא דופן.
איז ווייטער בלייבן אלע שעפעלעך אין די זעלבע סטאדעס, מיט די זעלבע פאסטוכער, זיי פאשן נישט פון קיין פרעמדע פעלדער; בסך הכל האט מען געטוישט זייער גלעקלעך פאר ביליגערע. נאו ריעזאן פאר אלארם.
אלארם? איך בין נישט אלאמירט געווארען. אויב עפעס, פארקערט. זאלען אלע פארטיין גיין קראכען מצדי.
איך וויל אבער וויסען וואס וועט זיין די ווידערשטאנד. עס איז דא ריזיגע אינדוסטריעס געבויט אויף די געלט פארשווענדענישן. עס איז זאגאר דא אינדוסטריעס געבויט אויף די טיי אווענטער וואס מ'מאכט לכבוד די געלט פארשווענדעניש. יעצט ווען מען מוזען גיין נאך געלט פאר די חברה, מיינסט זיי וועלן זיך נישט קעגען שטעלן? ווען די ערשטע תקנות זענען ארויס געקומען, געדענק איך ווי א דיאמאנט סוחר ההאט געדרשנ'ט אין בית המדרש אז קיינער וועט נישט פארדינען, ווייל ברגע מ'איז מכים צו א CZ, ווען מען צאלען מער אויף די setting. זיי קענען זייער ביזנעס די חברה.
Re: כח היחיד!
וואס ועעט געשען איז אז די אלע סוחרים, שפילערס, טיי אווענט עסקנים וכו׳ נאכדעם וואס זיי סטאפן ארויסצוקומען מיט א העפטיגן אפותיקי פון יעדער שמחה וואס פאסירט, וועלן זיך ליידער מיטאמאל טרעפן אין די זעלבע קלאס ווי די אידן וואס האבן ביז יעצט נישט געקענט עפפארדן זייער סערוויסעס, צוברענגענדיג אז לבסוף וועלן זיי עטוזיאסטיש מקבל זיין די איניציאטיוו אויף זיך זעלבסט...
.
📎 IMG-20191210-WA0002.jpg 📎 IMG-20191210-WA0003.jpg 📎 IMG-20191210-WA0001.jpg
.
📎 IMG-20191210-WA0000.jpg 📎 IMG-20191210-WA0004.jpg
געבראכן טעלער? ברעך זיך!
📎 IMG-20191210-WA0005.jpg
איך האב א קלאץ קשיא. טאמער יעדער דארף איבערדרייען גאנץ שטאט כדי צוזאם צו שטעלן געלט אויף א חתונה, וואס איז די בזיונות? היינט גייט מען פאר דיר און מארגען פאר דיר, ושלום על ישראל. אזוי ווי די ירושלימ'ער וואס קומען חתונה מאכען אין חו"ל. זיי שעמן זיך דען פון זייער שכנים אין א"י? די בני ברק'ער קומען טאקע נישט, אבער ביי די ירושלימ'ער איז עס לכתחילה אזוי. טאמער אין וויליאמסבורג איז עס לכתחלה אזוי, ווער דארף זיך שעמן?
און דער יונגערמאן וואס מאכט שיין פרנסה ביז ער דארף חתונה מאכען, גיבט דאך צדקה אלס א שיינער פארדינער, ניין? ער גייט צו טיי אוווענטער ערליכעהייט, ער גיבט צושטייער ווען זיין שוואגער מאכט חתונה וכו'. יעצט דארף ער היינט נעמן צוריק וואס ער האט געגעבען, נו נו, מה כל הרעש? וועמען גייט עס אן? די זעלבע געלט גייט ארום, ונתנ"ו גייט ביידער וועגן און אלס איז גוט. אינדערמיט לעזט דער דרוקער אן אפותיקי פון דרוקען ביידע סיינס וועגען די ביידע טיי אווענטער. זיין געהאלט איז די איינציגסטע פראבלעם.
ליטוואק פון בודאפעסטאינדערמיט לעזט דער דרוקער אן אפותיקי פון דרוקען ביידע סיינס וועגען די ביידע טיי אווענטער. זיין געהאלט איז די איינציגסטע פראבלעם.
הייסט עס אז די גראפיקער וועלכע שטעלן אויס די סיינס שטייען נאר אויס צו פארלירן פונעם גאנצן טאראראם, אט דאס הייסט זיך געשאסן אין די פיס. 😂 😂 😂
ליטוואק פון בודאפעסטאיך האב א קלאץ קשיא. טאמער יעדער דארף איבערדרייען גאנץ שטאט כדי צוזאם צו שטעלן געלט אויף א חתונה, וואס איז די בזיונות? היינט גייט מען פאר דיר און מארגען פאר דיר, ושלום על ישראל. אזוי ווי די ירושלימ'ער וואס קומען חתונה מאכען אין חו"ל. זיי שעמן זיך דען פון זייער שכנים אין א"י? די בני ברק'ער קומען טאקע נישט, אבער ביי די ירושלימ'ער איז עס לכתחילה אזוי. טאמער אין וויליאמסבורג איז עס לכתחלה אזוי, ווער דארף זיך שעמן?
און דער יונגערמאן וואס מאכט שיין פרנסה ביז ער דארף חתונה מאכען, גיבט דאך צדקה אלס א שיינער פארדינער, ניין? ער גייט צו טיי אוווענטער ערליכעהייט, ער גיבט צושטייער ווען זיין שוואגער מאכט חתונה וכו'. יעצט דארף ער היינט נעמן צוריק וואס ער האט געגעבען, נו נו, מה כל הרעש? וועמען גייט עס אן? די זעלבע געלט גייט ארום, ונתנ"ו גייט ביידער וועגן און אלס איז גוט. אינדערמיט לעזט דער דרוקער אן אפותיקי פון דרוקען ביידע סיינס וועגען די ביידע טיי אווענטער. זיין געהאלט איז די איינציגסטע פראבלעם.
וואס ווילסטו?
Re: כח היחיד!
מהאט שוין דא דערמאנט די נייטיגקייט צו צילן אויך די חתנים וכלות כנ״ל.
למעשה פאלט מיר יעצט ביי אז ס׳איז דא אגרויסער פראבלעם ווייל לא הרי די מחותנים עצמם וואס טיף טיף ווילן זיי באמת נישט זיך אנ׳חובה׳נען, כהרי דער חתן וכלה, וואס זיי באמת טיף טיף ווילן יא דעם שיינעם מנורה וכו׳ וכו׳ וואס זיי ע״פ רוב נעמן נישט אנטייל בכלל אין דער פינאנציעלער עול אין אפטמאל ווייסען זיי ניטאמאל די טאטאלער ביל. און אפילו דער טאטע מאמע וועט מסביר׳ן אז מקען עס נישט עפפארדעטן ווילן זיי פארט דעס וואס ד׳״עולם״ האט.
איז א קאמפיין באזירט אויף אויפווייזען חתן/כלה וואס מ׳ברויך און וואס נישט קען זיין היבש אביסל שווערער דורכצופירן.
😂
📎 Screenshot_20191211-002624_Twitter.jpg
Re: כח היחיד!
ליצנות אחת דוחה ...
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
העלפט ארויס פארשפרייטן
📎 Screenshot_20191211-223850_WhatsApp.jpg
ליטוואק פון בודאפעסטאיך האב א קלאץ קשיא. טאמער יעדער דארף איבערדרייען גאנץ שטאט כדי צוזאם צו שטעלן געלט אויף א חתונה, וואס איז די בזיונות? היינט גייט מען פאר דיר און מארגען פאר דיר, ושלום על ישראל. אזוי ווי די ירושלימ'ער וואס קומען חתונה מאכען אין חו"ל. זיי שעמן זיך דען פון זייער שכנים אין א"י? די בני ברק'ער קומען טאקע נישט, אבער ביי די ירושלימ'ער איז עס לכתחילה אזוי. טאמער אין וויליאמסבורג איז עס לכתחלה אזוי, ווער דארף זיך שעמן?
און דער יונגערמאן וואס מאכט שיין פרנסה ביז ער דארף חתונה מאכען, גיבט דאך צדקה אלס א שיינער פארדינער, ניין? ער גייט צו טיי אוווענטער ערליכעהייט, ער גיבט צושטייער ווען זיין שוואגער מאכט חתונה וכו'. יעצט דארף ער היינט נעמן צוריק וואס ער האט געגעבען, נו נו, מה כל הרעש? וועמען גייט עס אן? די זעלבע געלט גייט ארום, ונתנ"ו גייט ביידער וועגן און אלס איז גוט. אינדערמיט לעזט דער דרוקער אן אפותיקי פון דרוקען ביידע סיינס וועגען די ביידע טיי אווענטער. זיין געהאלט איז די איינציגסטע פראבלעם.
אין הקומץ משביע. ופשוט הוא.
אגב, 'ונתנו גייט אהין און צוריק' איז א שיין ווערטל, נישט קיין לכתחילה'דיגע מהלך החיים.
שמעקעדיגאגב, 'ונתנו גייט אהין און צוריק' איז א שיין ווערטל, נישט קיין לכתחילה'דיגע מהלך החיים.
אוודאי גערעכט! די לכתחילה'דיגע מהלך איז דאך אז ס'גייט
נאר אהין און ס'דארף נישט גיין צירוק...