☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #13480

אשכול אן א טיטל #13480

45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13480

— » דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 3:35 pm

· #439168

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

איך אויך » דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 4:05 pm

· #439172
יאפ באלד קומט א נאכט אין קאנטינענטעל און מאסיווע פעטישן קאמפיינען צום גאווערנער און פרעזידענט אז מען דארף רחמנות האבען אויף זיין באבע, באבעס שוועסטער, שכן, ברודער, קומיוניטי, חבר בלא בלא בלאה. (איינער קען מיר מסביר זיין פארוואס פאר גראסמאן דער קאפ קיללער זאל זיך קומען איין טראפ ווייניגער די דעטה פענעלטי ווי סיי וועלכע אנדערע קאפ קיללער?)

נ.ב. דער סאספעקט איז איננאסנט אנטיל פראווען גילטי אין א קארט אופ לאו.

יעקב מענטש » דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 4:09 pm

· #439175
איך אויך
יאפ באלד קומט א נאכט אין קאנטינענטעל און מאסיווע פעטישן קאמפיינען צום גאווערנער און פרעזידענט אז מען דארף רחמנות האבען אויף זיין באבע, באבעס שוועסטער, שכן, ברודער, קומיוניטי, חבר בלא בלא בלאה. (איינער קען מיר מסביר זיין פארוואס פאר גראסמאן דער קאפ קיללער זאל זיך קומען איין טראפ ווייניגער די דעטה פענעלטי ווי סיי וועלכע אנדערע קאפ קיללער?)

נ.ב. דער סאספעקט איז איננאסנט אנטיל פראווען גילטי אין א קארט אופ לאו.

נניח אז ס'איז אמת (איך ווייס נישט אויב לויטן הלכות לשון הרע מעג איך אננעמען אלץ קראנט ווייל די סיסטעם האט אים געטראפן שולדיג, באט דעטס ענאדער סטארי) פארוואס זענען זיינע ווייב און קינדער שולדיג?

רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 4:12 pm

· #439177
איינער האט געזאגט זיי זענען שולדיג?

התם ומתמם עם תמימים » דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 5:53 pm

· #439183
נעבעך האט נישט געהאט פרנסה געמוזט אנקומען צו אזעלכע זאכן, מען קען קיינמאל נישט וויסן...
כבר היה לעולמים גנבים אין די אלטע היים עס איז דא אפאר אזעלכע סיפורים פין די סארט זאכן... ליידער

איך אויך » דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 6:07 pm

· #439184
איך דשאדש עם נישט וויל איך קען עם נישט און זיינע מאטיוון. אבער דאס האט גארנישט מיט מיין פוינט אז ער מוז ווערן אראפגענומען פון די גאסן פאר א שיינע פאר יאר און דאס וואס מיר קומען ארויס כסדר מיט די מאקסימום שטיצע פאר די נידריגסטע קרימינאלן און עלעמענטן טוהט נאר בעקפייערן אז קיין שום חרדישע איד קען שוין היינט נישט באקומען א פעיר טרייל אפילו פאר ווייסע קעלנער קריים.

שאל אביך ויגדך אז אמאל איז אנדערש געווען. (איך רעד פון נאכן קריג בארצות החופשיים. איה''נ אז פארן קריג איז געווען גאנצע גאסן פון אידישע פאקעטפיקערס, גנבים און זונות)

אפילו אויף דעם ארכי שווינדלער און זונות ליבהאבער שלום ווייס וועסטו טרעפן אויף אייועלט ווי איינער פראבירט דא דארט אריינצווארפן א גוט ווארט אויף א כיטרע אופן. ער ווייסט ער וועט האבען א שווער פעלד מכשיר זיין דעם דעת הקהל איינער זאל בכלל רחמנות האבען אויף עם סאו טוהט ער עס אויפן רוקען פונעם צווייטן ארכי שווינדלער און נוכל מרדכי יצחק סאמעט (כהאב שוין לאנג אין פלאן צו שרייבן עפעס לענגערס וועגן דעם נידריגן מענטש ועוד חזון למועד) און ער האפט אז צוביסלעך וועט דער עולם פארגעסן זיינע מעשים טובים און דעמאלטס וועט ער קענען אריינקעשן.

אישתישבי » דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 6:14 pm

· #439185
יעקב מענטש
איך אויך
יאפ באלד קומט א נאכט אין קאנטינענטעל און מאסיווע פעטישן קאמפיינען צום גאווערנער און פרעזידענט אז מען דארף רחמנות האבען אויף זיין באבע, באבעס שוועסטער, שכן, ברודער, קומיוניטי, חבר בלא בלא בלאה. (איינער קען מיר מסביר זיין פארוואס פאר גראסמאן דער קאפ קיללער זאל זיך קומען איין טראפ ווייניגער די דעטה פענעלטי ווי סיי וועלכע אנדערע קאפ קיללער?)

נ.ב. דער סאספעקט איז איננאסנט אנטיל פראווען גילטי אין א קארט אופ לאו.

נניח אז ס'איז אמת (איך ווייס נישט אויב לויטן הלכות לשון הרע מעג איך אננעמען אלץ קראנט ווייל די סיסטעם האט אים געטראפן שולדיג, באט דעטס ענאדער סטארי) פארוואס זענען זיינע ווייב און קינדער שולדיג?


זיין ווייב און קינדער זענען טאקע נישט שולדיג, און זיי גייען טאקע נישט אין תפיסה. (אויב ער האט בכלל א ווייב און קינדער).

אונטער חכם » דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 6:23 pm

· #439186
קום אריין קלארער, מיט וואס איז שלום ווייס א ארכי שווינדלער? לויט זיין וויקיפעדיע בלאט <a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/Sholam_Weiss">https://en.m.wikipedia.org/wiki/Sholam_Weiss</a> איז ער נישט געפערליך, (כאטש עס איז לכאורה ארומגעשפילט.)

איך אויך » דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 6:28 pm

· #439187
ניין מען האב עם צוגעפסקנט 835 יאר פארען קישען בטעות די בעק ציצית, און די 248.5 מיליאן קנס איז פשוט געווען א טעות ווען די קאלקיולעטער האט געהאט לאו בעטערי.

אונטער חכם » דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 7:07 pm

· #439188
איך אויך
ניין מען האב עם צוגעפסקנט 835 יאר פארען קישען בטעות די בעק ציצית, און די 248.5 מיליאן קנס איז פשוט געווען א טעות ווען די קאלקיולעטער האט געהאט לאו בעטערי.
אויב איז דיין מסקנא נאר געבויט אויף דעם, איז עס נארישקייטן.

יעלה ויבא » דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 7:18 pm

· #439189
אונטער חכם
קום אריין קלארער, מיט וואס איז שלום ווייס א ארכי שווינדלער? לויט זיין וויקיפעדיע בלאט <a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/Sholam_Weiss">https://en.m.wikipedia.org/wiki/Sholam_Weiss</a> איז ער נישט געפערליך, (כאטש עס איז לכאורה ארומגעשפילט.)
אישתישבי
יעקב מענטש
איך אויך
יאפ באלד קומט א נאכט אין קאנטינענטעל און מאסיווע פעטישן קאמפיינען צום גאווערנער און פרעזידענט אז מען דארף רחמנות האבען אויף זיין באבע, באבעס שוועסטער, שכן, ברודער, קומיוניטי, חבר בלא בלא בלאה. (איינער קען מיר מסביר זיין פארוואס פאר גראסמאן דער קאפ קיללער זאל זיך קומען איין טראפ ווייניגער די דעטה פענעלטי ווי סיי וועלכע אנדערע קאפ קיללער?)

נ.ב. דער סאספעקט איז איננאסנט אנטיל פראווען גילטי אין א קארט אופ לאו.

נניח אז ס'איז אמת (איך ווייס נישט אויב לויטן הלכות לשון הרע מעג איך אננעמען אלץ קראנט ווייל די סיסטעם האט אים געטראפן שולדיג, באט דעטס ענאדער סטארי) פארוואס זענען זיינע ווייב און קינדער שולדיג?


זיין ווייב און קינדער זענען טאקע נישט שולדיג, און זיי גייען טאקע נישט אין תפיסה. (אויב ער האט בכלל א ווייב און קינדער).
ער איז גע'גט

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

מפיל קינד » דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 7:39 pm

· #439190
איך אויך
ניין מען האב עם צוגעפסקנט 835 יאר פארען קישען בטעות די בעק ציצית, און די 248.5 מיליאן קנס איז פשוט געווען א טעות ווען די קאלקיולעטער האט געהאט לאו בעטערי.

ס'איז קלאר אז מ'האט אים געגעבן אסאך מער וויפיל ס'קומט אים, נאר ווייל ער איז אנטלאפן האט מען זיך אויסגעגעבן אויף אים. אלע אנדערע אינוואלווד האבן באקומען אסאך אסאך ווייניגער.

אז מ'רעדט שוין, די לאנד וואס האט אים אהערגעליפערט האט חרטה געהאט דערויף נאכן זען די עונש וואס ער האט באקומען, לויט יענע פרעזידענט (כ'געדענק נישט וועלכע לאנד) האט ער נאר געדארפט באקומען 15 יאר. יענער פרעזידענט האט לעצטנס געבעטן טראמפ אים ארויסצולאזן.

כניאק » דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 9:57 pm

· #439194
וואס איז די עולם אזוי אויפגעשוידערט? מיך זעט עס אויס פונקט אזא פרנסה קלה ונקי׳ ווי אסאך היימישע פרנסות.

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 9:59 pm

· #439195
אונטער חכם
איך אויך
ניין מען האב עם צוגעפסקנט 835 יאר פארען קישען בטעות די בעק ציצית, און די 248.5 מיליאן קנס איז פשוט געווען א טעות ווען די קאלקיולעטער האט געהאט לאו בעטערי.
אויב איז דיין מסקנא נאר געבויט אויף דעם, איז עס נארישקייטן.

ניין. ס'איז געבויעט אויף דעים אז ער האט עטליכע מאל באשווינדלט אינשורענס קאמפעניס אויף עטליכע הונדערט מיליאן דאללער. (בימים ההם). און אויך פריוואטע מענטשן. תמימות'דיגע ... "אינוועסטארס"...!

אונטער חכם » דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 10:06 pm

· #439196
berlbalaguleh
אונטער חכם
איך אויך
ניין מען האב עם צוגעפסקנט 835 יאר פארען קישען בטעות די בעק ציצית, און די 248.5 מיליאן קנס איז פשוט געווען א טעות ווען די קאלקיולעטער האט געהאט לאו בעטערי.
אויב איז דיין מסקנא נאר געבויט אויף דעם, איז עס נארישקייטן.

ניין. ס'איז געבויעט אויף דעים אז ער האט עטליכע מאל באשווינדלט אינשורענס קאמפעניס אויף עטליכע הונדערט מיליאן דאללער. (בימים ההם). און אויך פריוואטע מענטשן. תמימות'דיגע ... "אינוועסטארס"...!
איך ווייס נישט, איך האב נאר געזעהן די וויקיפעדיע פעידזש וואס לייגט עם אראפ זייער שיין, אבער איך שטעל מיך פאר אז איינער האט ארומגעשפילט דערמיט.

ווען איך האב עס די ערשטע מאל געזעהן אויף אייוועלט האב איך ארומגעזוכט די American greed episode אויף אים אבער איך האב עס נישט געקענט טרעפן אין ערגעץ, ווייסט איינער װי מען קען עס טרעפן?

אונטער חכם » דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 10:09 pm

· #439197
יעלה ויבא
אונטער חכם
קום אריין קלארער, מיט וואס איז שלום ווייס א ארכי שווינדלער? לויט זיין וויקיפעדיע בלאט <a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/Sholam_Weiss">https://en.m.wikipedia.org/wiki/Sholam_Weiss</a> איז ער נישט געפערליך, (כאטש עס איז לכאורה ארומגעשפילט.)
אישתישבי
יעקב מענטש
איך אויך
יאפ באלד קומט א נאכט אין קאנטינענטעל און מאסיווע פעטישן קאמפיינען צום גאווערנער און פרעזידענט אז מען דארף רחמנות האבען אויף זיין באבע, באבעס שוועסטער, שכן, ברודער, קומיוניטי, חבר בלא בלא בלאה. (איינער קען מיר מסביר זיין פארוואס פאר גראסמאן דער קאפ קיללער זאל זיך קומען איין טראפ ווייניגער די דעטה פענעלטי ווי סיי וועלכע אנדערע קאפ קיללער?)

נ.ב. דער סאספעקט איז איננאסנט אנטיל פראווען גילטי אין א קארט אופ לאו.

נניח אז ס'איז אמת (איך ווייס נישט אויב לויטן הלכות לשון הרע מעג איך אננעמען אלץ קראנט ווייל די סיסטעם האט אים געטראפן שולדיג, באט דעטס ענאדער סטארי) פארוואס זענען זיינע ווייב און קינדער שולדיג?


זיין ווייב און קינדער זענען טאקע נישט שולדיג, און זיי גייען טאקע נישט אין תפיסה. (אויב ער האט בכלל א ווייב און קינדער).
ער איז גע'גט

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
דו ווייסט ווער ער איז?

עס זעהט אויס ווי ער האט מענטל פראבלעמען, אז ער האט זיך איינגערעדט אז קיינער גייט אים נישט דערקענען מיט די העלמעט דארט אויפן בילד.

שמעון וואלף » דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 11:16 pm

· #439198
כניאק
וואס איז די עולם אזוי אויפגעשוידערט? מיך זעט עס אויס פונקט אזא פרנסה קלה ונקי׳ ווי אסאך היימישע פרנסות.

א טיפיקל הלכה ולא למעשה סארט פרנסה

יין שרף » דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 11:22 pm

· #439200
שמעון וואלף
כניאק
וואס איז די עולם אזוי אויפגעשוידערט? מיך זעט עס אויס פונקט אזא פרנסה קלה ונקי׳ ווי אסאך היימישע פרנסות.

א טיפיקל הלכה ולא למעשה סארט פרנסה

און יעצט וועט ער עוסק זיין בישיבתו של עולם..

קל וחומר » מיטוואך נאוועמבער 27, 2019 1:04 am

· #439203
יין שרף
שמעון וואלף
כניאק
וואס איז די עולם אזוי אויפגעשוידערט? מיך זעט עס אויס פונקט אזא פרנסה קלה ונקי׳ ווי אסאך היימישע פרנסות.

א טיפיקל הלכה ולא למעשה סארט פרנסה

און יעצט וועט ער עוסק זיין בישיבתו של עולם..
ס'איז גארנישט אזוי זיכער אז ער גייט קענען זיצען נאך וואס די שחורים וועלן אים בוצע זיין.

אישתישבי » מיטוואך נאוועמבער 27, 2019 8:05 am

· #439204

דו ווייסט ווער ער איז?

עס זעהט אויס ווי ער האט מענטל פראבלעמען, אז ער האט זיך איינגערעדט אז קיינער גייט אים נישט דערקענען מיט די העלמעט דארט אויפן בילד.
אונטער חכם





קען זיין ער האט מענטעל פראבלעמען, אבער פין דער ערשטע גניבה איז שוין האלט א יאר, און נא דער לעצטע האט מען אים געכאפט דורך דער קאר, נישט זיין פנים. סא געארבעט האט עס צו א געוויסע מאס.

אבער ער מוז האבן מענטעל פראבלעמען, ווייל ביי אונז גנב'ט מען נישט אזוי, ביי אונז איז דא אנגענומענע וועגן וויאזוי מען גנב'ט, פאר קליין געלט נעמט מען פ.ס. און דער אכטער און סס"א ועוד, פאר גרויס געלט מאכט מען מארטגעדזשעס מיט פאלשער פאפירן, און אזעלכע סארט ווייסע קאללאר אופנים. גנב'נען דורך סטראשענען מיט א באמבע איז נישט אונזער דרך, מוז ער זיין פשוט משוגע.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך נאוועמבער 27, 2019 9:37 am

· #439206
מיינט דאס אז כולל אטאטסוויל גייט זיך פארברייטערן?

נקודת-אמת » מיטוואך נאוועמבער 27, 2019 9:47 am

· #439207
רביה''ק זי''ע
מיינט דאס אז כולל אטאטסוויל גייט זיך פארברייטערן?

אינטערסאנט אויב 'אדאפט א כולל' פראגראם, האט זיי שוין מצליח געוועהן צו טרעפן די פאסיגע כולל אין אר"י וועמען זיי וועלן שטיצן ברוח וגשם...

אישתישבי » מיטוואך נאוועמבער 27, 2019 11:13 am

· #439210
רביה''ק זי''ע
מיינט דאס אז כולל אטאטסוויל גייט זיך פארברייטערן?


זיי גרייטען זיך שוין, פאר ער קומט גייען זיי צוקייטלען אלע בענק, אויס מורא ער וועט גנב'נען דער באנק ווי זיין געוואוינהייט.

מייקל קאהן איז דער חזן, ער זינגט דער בעסטע, ער האט אפילו באזינגען דער פרעזידענט.

און דער אנדערע דארט פראבירט נאך אלץ צו געבן שוחד פאר קאהן זאל אים מאכען נאנט מיט דער פרעזידענט.

ישעיה » דינסטאג דעצעמבער 3, 2019 8:56 am

· #439473
(איך זעה נישט דער גרויסע חידוש דא, איך קען היימישע יודן וואס באראבעווען בענק טאג איין טאג אויס - אויף א לעדערנע בענקל)

אישתישבי » דינסטאג דעצעמבער 3, 2019 12:21 pm

· #439479
דאס איז טאקע דער עוולה און פארדעם האט מען אים איינגעזעצט, ווייל ער האט עס נישט געטוהן זייענדיג אויף א לעדערנע בענקעל.

מפיל קינד » דינסטאג דעצעמבער 3, 2019 12:58 pm

· #439480
איך האב גערעדט מיט איינער וואס קען אביסל דעם איד, ער איז א גרויסע רחמנות. ער האט ביטער שווער געארבעט פאר פרנסה, געהאט מער פון איין ביזנעס, אבער נישט פארדינט קיין געלט. ער האט פשוט נישט געזען קיין פירות אין זיין ארבעט. ער איז געווען שולדיג אסאך געלט פאר מענטשן און אנשטאט צו ווערן א מעמבער אין תהילים כולל אדער זיך מקבל זיין נישט צו דאווענען אינמיטן רעדן פאר 40 טעג, האט ער ליידער געמוזט בארויבן א באנק צו קענען באצאלן זיינע חובות.

אויף אזוי ווייט, אז די פערטע באנק רויבעריי איז נאך אויך געגאנגען פאר זיינע חובות. ווער עס איז נאכנישט אנגעקומען צו אזא נידריגן שטאפל, זאל ביטע מקיים זיין דעם אל תדין און אייננעמען א שטיל שווייגעניש.

אונטער חכם » דינסטאג דעצעמבער 3, 2019 2:04 pm

· #439482
איך האלט גראדע אז דו ביסט גערעכט, לא יבוזו לגנב כי ירעב, די שאלה איז נאר וואס וועסטו זאגן וועגן א שווארצער שייגעצל וואס האט יא אדער נישט גע'גנב'עט א קלייניקייט פון א גרעסערע, אים טאר מען אויך נישט דן זיין, אדער דארף אים שומרים אנברעכן די ביינער כמו שכתוב.

אישתישבי » דינסטאג דעצעמבער 3, 2019 5:32 pm

· #439496
אמת,
ער האט טאקע געהאט חובות, אבער צוריק געצאלט האט ער גארנישט.
און אפילו ער וואלט יא צוריק געצאלט, איז נישט דא קיין סיבה איינצונעמען א שטיל שווייגעניש.

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 3, 2019 8:19 pm

· #439498
אונטער חכם
איך האלט גראדע אז דו ביסט גערעכט, לא יבוזו לגנב כי ירעב, די שאלה איז נאר וואס וועסטו זאגן וועגן א שווארצער שייגעצל וואס האט יא אדער נישט גע'גנב'עט א קלייניקייט פון א גרעסערע, אים טאר מען אויך נישט דן זיין, אדער דארף אים שומרים אנברעכן די ביינער כמו שכתוב.

אונטער חכם: דו ביסט גערעכט. אויסער דעם האלט איך אז ווען א שייגעצ'ל גנב'עט א פעקל פינאט טשוס פון א גראסערי איז ער נאכנישט חייב מיתה. יא. מ'דארף איהם גוט אנשרעקן. כדי דער אפעטיט פון גנב'נען זאלל איהם אוועקגיין. אבער אנברעכן די ביינער דארף מען נישט. מכח כמה טעמים. וועם מ'דארף יא אנברעכן די ביינער איז א שייגעץ וואס שלאגט און רודפ'ט אידן. צי ווייל ער איז א מאנקי פון דזשאנגל. צי ווייל ער איז א שונא ישראל...!

יעצט וועללן קומען די לומדים פון קאווע שטיבל (אזוי ווי ד--- ל--- פ--- ב---) און זיי וועללן אראפברענגען אלע מאמרי חז"ל פון גאנץ ש"ס בבלי וירושלמי, אז א בן נח איז נהרג על שוה פרוטה. קען איך עס טאקע נישט אפווענדן. אבער אונז ווייסן נישט דעם קאנטעקסט איבער וואס חז"ל האבן געזאגט די הלכה...!

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 3, 2019 8:30 pm

· #439499
אישתישבי
רביה''ק זי''ע
מיינט דאס אז כולל אטאטסוויל גייט זיך פארברייטערן?


זיי גרייטען זיך שוין, פאר ער קומט גייען זיי צוקייטלען אלע בענק, אויס מורא ער וועט גנב'נען דער באנק ווי זיין געוואוינהייט.

מייקל קאהן איז דער חזן, ער זינגט דער בעסטע, ער האט אפילו באזינגען דער פרעזידענט.

און דער אנדערע דארט פראבירט נאך אלץ צו געבן שוחד פאר קאהן זאל אים מאכען נאנט מיט דער פרעזידענט.

אישתישבי: דאס דערמאנט מיך א זיסע מעשה'לע וואס באלאנגט אפשר אין שמייכל... א געוויסע חשוב'ע משפחה בישראל וועלכע האלטן זיך נאך פאר שיינע אידן. אבער זייער זיידע זיכרונו ליבראכעה איז נאך אין ייטב לב'ס צייטן געווען באוואוסט אלס...גנב...! און די אייניקלעך ב"ה כהיום גייען אין זייער גרויסן זיידע'ס דרכים. האט איינער פון זיי חתונה געמאכט א קינד. און דער עולם האטציך געווערטלט צווישן זיך אז מ'דארף זיך אנהאלטן די טאשן...ווייל די זיידעס קומען דאך אראפ אויף דעי וועלט ביי א שמחה... און דער זיידע וועט זיכער אויך דארט זיין...!

רביה''ק זי''ע » דינסטאג דעצעמבער 3, 2019 8:52 pm

· #439501
berlbalaguleh
יעצט וועללן קומען די לומדים פון קאווע שטיבל (אזוי ווי ד--- ל--- פ--- ב---) און זיי וועללן אראפברענגען אלע מאמרי חז"ל פון גאנץ ש"ס בבלי וירושלמי, אז א בן נח איז נהרג על שוה פרוטה. קען איך עס טאקע נישט אפווענדן. אבער אונז ווייסן נישט דעם קאנטעקסט איבער וואס חז"ל האבן געזאגט די הלכה...!

לאמיר אייך ארויסהעלפן. די דין פון בן נח נהרג על פחות משווה פרוטה, אפילו נניח אז ס'נישט קיין גוזמא (דברו חכמים לשון הבאי), איז נאר געזאגט געווארן אין ארץ ישראל בזמן שיד ישראל תקיפה, וואס דאן זענען די אידן איהם גארנישט מחויב, און די מינוט וואס ער שטעלט זיך נישט צו הונדערט פראצענט איז נישט דא קיין שום סיבה איהם צו האלטן. משא"כ היינטיגע צייטן ווען די אידן זענען נישט באלעבאס אויף קיינעם, אויב וועסטו הרג'נען די גוי ווייל ער האט גענומען א קענדי אן רשות, וועט מארגן די מוסולמענער דיך הרג'נען ווייל דו האסט נישט געפאסט אום ראמאדאן אדער ווייס איך וואס, ס'קען פשוט נישט ארבעטן אויף אזא מהלך.

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 3, 2019 9:01 pm

· #439502
רביה"ק זי"ע: ייש"כ פאר ארויסהעלפן. אבער איך האב נישט געהאט קיין הוה אמינא אז די חכמים זאגן הלכה למעשה אז היינטיגע צייטן זאלל א איד ארומגיין מיט א גאן אדער א מעסער און הרגנ'ען אלע גויים וועלכע גנב'נען. דאמאלס וואלט געווען א ריזיגע ליין אויף דעטה ראו. און די מערסטע פוילישע גוי'טעס וואלטן דארט געווען...! די גאנצע תגובה איז נאר געווען בלשון..."טאנג אין טשיעק"...!

רביה''ק זי''ע » דינסטאג דעצעמבער 3, 2019 9:21 pm

· #439503
קיין איין פוילישע גויטע וואלט נישט גע'הרג'עט געווארן, קיין איין לאנד וואלט אונז נישט אריינגענומען, און די וועלכע וואלטן זיך אריינגעשווערצט וואלט מען איינגעשפארט אויף שטענדיג...

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 3, 2019 9:30 pm

· #439504
רביה"ק זי"ע: נישט די פוילישע גוי'טעס וועלכע וואוינען אין פוילן. נאר די וועלכע דער היימישער איד וואס האט געארבעט צוזאמען (לפי הודאתו) מיט'ן גלח האט אריינגעשווערצט קיין אמעריקע. און זיי האבן דאך געארבעט ביי אידן...!

ביי אונז אין שטוב האט אויך א געוויסע צייט געארבעט א פוילישע גוי'טע. מיין ווייב האט באמערקט אז אונזער מילעכיגע עסצייג סעט איז פוחת והולך. האט זי געפרעגט (רעטאריש) וואו ס'איז אהינגעקומען. האביך איהר געזאגט אז אויב זי וועט פארן אמאל קיין ווארשא וועט זי דארט טרעפן דעם גאנצן סעט...!

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 4, 2019 3:28 am

· #439512
מפיל קינד
זיך מקבל זיין נישט צו דאווענען אינמיטן רעדן פאר 40 טעג.

😲

מפיל קינד » מיטוואך דעצעמבער 4, 2019 9:07 am

· #439516
ווערטליך זענען נישט ערלויבט דא?

כלבאשבוע » מיטוואך דעצעמבער 4, 2019 4:13 pm

· #439524
מפיל קינד
איך האב גערעדט מיט איינער וואס קען אביסל דעם איד, ער איז א גרויסע רחמנות. ער האט ביטער שווער געארבעט פאר פרנסה, געהאט מער פון איין ביזנעס, אבער נישט פארדינט קיין געלט. ער האט פשוט נישט געזען קיין פירות אין זיין ארבעט. ער איז געווען שולדיג אסאך געלט פאר מענטשן און אנשטאט צו ווערן א מעמבער אין תהילים כולל אדער זיך מקבל זיין נישט צו דאווענען אינמיטן רעדן פאר 40 טעג, האט ער ליידער געמוזט בארויבן א באנק צו קענען באצאלן זיינע חובות.

אויף אזוי ווייט, אז די פערטע באנק רויבעריי איז נאך אויך געגאנגען פאר זיינע חובות. ווער עס איז נאכנישט אנגעקומען צו אזא נידריגן שטאפל, זאל ביטע מקיים זיין דעם אל תדין און אייננעמען א שטיל שווייגעניש.


סאו, די פערדע באנק רויבעריי האט געקאווערט אלע זיינע חובות?

לויט די גאווערמענט איז די לעצטע רויבעריי געווען אקטאבער 29 און ער איז דארט ארויס מיט 105,000 $, ביים ארעסט בערך א חודש שפעטער האט מען נאך ביי אים געטראפן איבער $70,000 קעש

צפור בודד » מיטוואך דעצעמבער 4, 2019 4:37 pm

· #439525
ער האט געהאט א ברירה. ווערן א רבי און בארויבן כלל ישראל אדער ווערן א רויבער און בא'גנב'ען בענק. ווען ער זאל ווערן א רבי וואלט כלל ישראל סיי אים בארעדט און סיי באצאלט. איז ער געווארן א באנק רויבער וואס אונז קאסט עס גארנישט און נעבעך מען טאר אים נישט דן זיין.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

וואלווי » מיטוואך דעצעמבער 4, 2019 5:56 pm

· #439527
צפור בודד
ער האט געהאט א ברירה. ווערן א רבי און בארויבן כלל ישראל אדער ווערן א רויבער און בא'גנב'ען בענק. ווען ער זאל ווערן א רבי וואלט כלל ישראל סיי אים בארעדט און סיי באצאלט. איז ער געווארן א באנק רויבער וואס אונז קאסט עס גארנישט און נעבעך מען טאר אים נישט דן זיין.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk


און דארט ווי ס'איז דא ביידע, למשל סיי ער איז א רבי און סיי ער בא'גנב'ט בענק, ווי אזוי וואלט מען עם דעמאלטס געדארפט דן זיין...?

שמחהלע קאפשטיק » מיטוואך דעצעמבער 4, 2019 8:47 pm

· #439537
[quote="צפור בודד"]ער האט געהאט א ברירה. ווערן א רבי און בארויבן כלל ישראל אדער ווערן א רויבער און בא'גנב'ען בענק. ווען ער זאל ווערן א רבי וואלט כלל ישראל סיי אים בארעדט און סיי באצאלט. איז ער געווארן א באנק רויבער וואס אונז קאסט עס גארנישט און נעבעך מען טאר אים נישט דן זיין.

דערמאנט מיר א ווארט אויף די וואכעדיגע פרשה: שטייט אין פסוק (ביי שביעי) ויען לבן ויאמר אל יעקב הבנות בנותי והבנים בני והצאן צאני וכל אשר לך לי הוא
שטעלט זיך א פראגע פארוואס האט לבן נישט געקענט זאגן פשוט אין קורצן "יעקב טייערער איך בין א רבי " -
נאר דער תירוץ איז, אז עקם הכתוב שמונה אותיות ולא הוציא דבר מגונה מפיו...

real fake news » מיטוואך דעצעמבער 4, 2019 11:47 pm

· #439547
צפור בודד
ער האט געהאט א ברירה. ווערן א רבי און בארויבן כלל ישראל אדער ווערן א רויבער און בא'גנב'ען בענק. ווען ער זאל ווערן א רבי וואלט כלל ישראל סיי אים בארעדט און סיי באצאלט. איז ער געווארן א באנק רויבער וואס אונז קאסט עס גארנישט און נעבעך מען טאר אים נישט דן זיין.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

איי געס ער איז נישט קיין קדוש מ'רעיכעם

א-שופר-איז-א-שופר » דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 12:50 pm

· #439770
מיט וויפיהל מוסדות נעמען און רצחנ'ן פאר שכר לימוד איז אינטעריסאנט אז עס איז נאך נישט געשעהן ביז יעצט. און אפשר יא נאר דער בהמה האט נישט געהאט גענוג שכל און האט זיך געלאזט כאפען

שבת אחים » דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 8:27 pm

· #439814
מפיל קינד
איך האב גערעדט מיט איינער וואס קען אביסל דעם איד, ער איז א גרויסע רחמנות. ער האט ביטער שווער געארבעט פאר פרנסה, געהאט מער פון איין ביזנעס, אבער נישט פארדינט קיין געלט. ער האט פשוט נישט געזען קיין פירות אין זיין ארבעט. ער איז געווען שולדיג אסאך געלט פאר מענטשן און אנשטאט צו ווערן א מעמבער אין תהילים כולל אדער זיך מקבל זיין נישט צו דאווענען אינמיטן רעדן פאר 40 טעג, האט ער ליידער געמוזט בארויבן א באנק צו קענען באצאלן זיינע חובות.

אויף אזוי ווייט, אז די פערטע באנק רויבעריי איז נאך אויך געגאנגען פאר זיינע חובות. ווער עס איז נאכנישט אנגעקומען צו אזא נידריגן שטאפל, זאל ביטע מקיים זיין דעם אל תדין און אייננעמען א שטיל שווייגעניש.


מ׳קען יעדען און מ׳דארף יעדען דן זיין לכף זכות.

אבער סאיז דא א גרעניץ... א מענטש וואס פלאגט זיך פאר פרנסה און האט אסאך חובות איז נישט קיין תירוץ צו גיין רויבן, פינטל.

איך בין אים טאקע דן לכף זכות אבער קוק אים אן ווי א שוטה. מ׳כאפט היינט יעדעם איינעם. די פאליציי מיט די היינטיגע טעכנאלאגיע און סייענס איז כמעט אוממעגליך נישט געכאפט צו ווערן.

איך בין אויך דן לכף זכות אלע מענטשען וואס ווערן דראג-עדיקטס. אבער כ׳האלט נאכאלץ אז סאיז א שרעקליכע טעות צו נעמען דראגס וואס פיהלט גוט אויף די מינוט אבער באגראבט דיך לעבעדיגערהייט. סאיז חיי שעה...

יעדע באנק רויבער כמעט האט מען צום סוף געכאפט. איזהו חכם הרואה את הנולד. איין מאל גייט עס אים געלונגען צוויי מאל, אבער סוף גנב לתלי׳...

זייער נעריש צוטוהן די זאכן. די זעלבע איז שווינדלן. ס׳ענדיגט זיך זייער נישט גוט געווענטליך.

אישתישבי » מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 12:03 am

· #439829
מסכים צו דער גיסטע פין דיין תגובה, אבער מען כאפט נישט יעדעס באנק רויבער, מען וואלט אים אויך נישט געכאפט ווען ער טוט עס נישט איבער אזויפיל מאל.

די ערשטע דריי בענק האבן זיי נישט געהאט קיין אהנונג ווי צו זוכן.

שבת אחים » מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 3:43 am

· #439836
אישתישבי
מסכים צו דער גיסטע פין דיין תגובה, אבער מען כאפט נישט יעדעס באנק רויבער, מען וואלט אים אויך נישט געכאפט ווען ער טוט עס נישט איבער אזויפיל מאל.

די ערשטע דריי בענק האבן זיי נישט געהאט קיין אהנונג ווי צו זוכן.


סוכ״ס כאפט מען יעדען. כמעט יעדען. זעהסט דאך מ׳האט אים געכאפט.

הער אויס אז איינער פארט דורך די רויטע לייט איינמאל איז טאקע א גרויסע טשאנס נישט געכאפט צו ווערן. אבער טאמער איינער טוט עס יעדן טאג גייט מען אים סוכ״ס כאפן.

אמאליגע צייטן איז געוועהן גרינגער צוזיין א קרימינאל. היינט איז די פאליציי שטארק sophisticated.

ער דארף מאכן איין קליינע טעות. א שטיקל האר אדער DNA פון זיין מאנטל בלייבט איבער דארט איז שוין דא א track. סאיז נישט אזוי פשוט ווי אמאל. אסאך קרימינאלן האט מען געכאפט דורך די רעדער פון זייער קאר! Tire track impressions. אסאך מענטשען האט מען געכאפט אפילו לויט זייערע שיך וכו׳

וואטש די טיווי שוי Forensic Files סאיז העכסט אינטערסאנט וויאזוי די פאליציי ארבעט היינטיגע טעג. סאיז זייער זייער שווער צו זיין א באנק רויבער און נישט געכאפט ווערן אין די היינטיגע מאדערנע וועלט. סוף גנב לתלי׳ איז אמת. חוץ אז איינער גאנבט איינמאל, כאפט געלט און גייט ווייטער און עס איז פונקט געלונגען. אבער רוב מאל איינער וואס גייט רויבן א באנק איינמאל טוט עס נאכמאל און נאכאמאל ביז מ׳כאפט אים.

אסאך בענק האבן אזא רויטע טינט וואס זיי לייגן אריין אין די געלט. ער איז געגאנגען דירעקט צו קליינע בענק אין אפסטעיט וואו עס איז דא ווייניג מענטשען. דארט איז זיכער דא א גרויסע טשאנס אז איינער זאל באמערעקן וואספארא קאר ער האט געדרייווט וכדומה, טאקע ווייל סאיז דא ווייניג מענטשען.

איך וואלט קיינמאל נישט בארויבט קיין באנק אדער געטוהן קיין שום קרימינאלע זאכן ווייל איך וויל פשוט שלאפן ראוהיג. איך וואלט מורא געהאט אפשר גייט די FBI קלאפן אויף מיין טיר פארטאגס. ס׳לוינט זיך נישט פאר די פאר דאללער צולעבן אין פאניק א גאנצע צייט אז אפשר גייט מען מיך כאפן. חוץ מזה אפילו איך ווייס זיכער מ׳גייט מיך נישט כאפן וואלט איך עס אויך נישט געטוהן ווייל פאר מיר אליינס וויל איך זיין א ערליכער מענטש.
איך וואלט נישט געפיהלט גוט אז איך בין עפעס א קרימינאל. פשוט פאר מיין אייגענע געוויסן.