☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » א אנגעווייטאגטע זאלי

א אנגעווייטאגטע זאלי

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13467

roiter » דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 11:31 pm

· #438807
א אנגעווייטאגטע זאלי
איך בין ווייט פון א שרייבער! אבער איך מיז מיר אויסגעבן!!! רבותי איך וויל מיר שמד'ן, אויס זאלי!!
אזוי מבזה זיין א איד א ראש א מנהיג וואס רביה"ק זיך אויסגעדריקט די שענסטע לשונות! ווארום וועגן די האלטסט כנדרש אין הלכה הזאת נעמו??

רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 11:48 pm

· #438809
איך זעה דא אן אנגעווייטאגטער אהרוני...

איסר האטלקי » דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 11:52 pm

· #438810
דא שטייט אין ככר השבת א עס איז געווען א "שלום אפמאך אז קיינער גייט נישט רעדן, נישט די גאבד און נישט די ראבד. פארוואס? ווייל דער ראבד וויל נישט רעדן. פארוואס? ער האט מורא מ'וועט אריינשרייען....

ל'כיכר השבת' נודע, כי במסגרת מאמצים שנעשו בימים האחרונים, כן צפוי הגר"מ שטרנבוך להגיע ולהשתתף במעמד 'קבלת הפנים', ובעקבות כך מתכננים מתנגדיו להביע את מחאתם החריפה בדמות עשרות רמקולים קטנים וניידים, שיופעלו בעזרת שליטה מרחוק (בלוטות'), שיופעלו בזמן נאומו של הראב"ד וישמיעו שיר מחאה.

בהוראות שחולקו למתנגדיו של הראב"ד אף נקראים נושאי הרמקולים ללחוץ על כפתור ההפעלה בזמן הגעתו למעמד, ולהיצמד למרכז המתחם בזמן תחילת הדרשות - זאת על מנת שהרעש יורגש בעוצמה.

עוד נקראים המתנגדים לשמור על עצמם, ולא להבליט את עצם החזקתם ברמקול, ולעמוד צפופים כמה שיותר, כך שיקשה לגלות מי הם הנושאים את הרמקולים.

יצוין, כי בשעות האחרונות נעשים מאמצים לשלום ולהרגעת הרוחות, וכחלק מזה פועלים הצדדים כך שגם הגאב"ד וגם הראב"ד לא ישאו דברים במעמד, אלא רק יטלו בו חלק


למעשה, איז דער גאבד געגאנגען פרי, און דערנאך איז אנגעקומען מרן הראבד, און יעצט וויל ער יא רעדן. א גוטן פורים. מ'האט אפגעמאכט אז קיינער רעדט נישט היינט.

שושן פורים » מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 12:44 am

· #438813
roiter
איך בין ווייט פון א שרייבער! אבער איך מיז מיר אויסגעבן!!! רבותי איך וויל מיר שמד'ן, אויס זאלי!!
אזוי מבזה זיין א איד א ראש א מנהיג וואס רביה"ק זיך אויסגעדריקט די שענסטע לשונות! ווארום וועגן די האלטסט כנדרש אין הלכה הזאת נעמו??

וואס איז געשעהן?

איסר האטלקי » מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 9:02 am

· #438819
.
📎 IMG-20191120-WA0088.jpg

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 9:11 am

· #438820
מנהלים, ביטע צוזאם שטען די אשכול מיט די.

real fake news » מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 10:48 am

· #438828
מעל"ע באותו ענין' די שרייבער דא זאגט אז די סיבה פארוואס סטמר רבי איז יעצט געקומען צו ישראל איז צו העלפן אויסהאמערן א רעגירונג צווישן גאנץ און די אראבער ווייל ווי באוויסט האט סטמר שטארקע קשרים מיט די אראבער וכו'

just to show you how far the news can sometimes go

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 11:27 am

· #438833
א. די צוויי אייניקלעך פון דער ויואל משה האבען איבערגענומען.
ב. דער רבי ר' אהרן איז געפארען קיין א"י.
ג. סאטמאר טרעפט זיך מיט עראבער.
ד. אגודה איז לינק געשטימט, און סאטמאר איז באמת אויך לינק געשטימט.

יענער שטיק נייעס איז אנגעפיקעוועט מיט נאנסענס און עמהארצות.

אונטער חכם » מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 6:05 pm

· #438856
Re: א אנגעווייטאגטע זאלי
roiter
איך בין ווייט פון א שרייבער! אבער איך מיז מיר אויסגעבן!!! רבותי איך וויל מיר שמד'ן, אויס זאלי!!
אזוי מבזה זיין א איד א ראש א מנהיג וואס רביה"ק זיך אויסגעדריקט די שענסטע לשונות! ווארום וועגן די האלטסט כנדרש אין הלכה הזאת נעמו??
דא האסטו וואו אנצופאנגען.
<a class="postlink" href="https://www.wikihow.com/Convert-to-Christianity">https://www.wikihow.com/Convert-to-Christianity</a>

אסאך הצלחה.

שמעי' » מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 11:47 pm

· #438870
ביי יענעם? אפיציעל אויף די פלאקאטען פון די קלעפערס איז געשטאנען אז ס'איז א מעמד פונעם עדה, צי פייערען דעם 100'טען געבארטסטאג.

איסר האטלקי » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 12:32 am

· #438874
הערשל פר"מ פון קרית יואל האט צוגעשטעלט א ספעציעלע דרשה פאר די אנגעווייטאגטע ארוינים און זאליס. העכסט רעקאמענדירט.

<a class="postlink" href="https://youtu.be/cd-tVtM3iD4">https://youtu.be/cd-tVtM3iD4</a>

יואלי וואלפסאן » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 1:25 am

· #438876
📎 IMG-20191121-WA0024.jpg

פערינא » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 8:10 am

· #438879
איסר האטלקי
הערשל פר"מ פון קרית יואל האט צוגעשטעלט א ספעציעלע דרשה פאר די אנגעווייטאגטע ארוינים און זאליס. העכסט רעקאמענדירט.

<a class="postlink" href="https://youtu.be/cd-tVtM3iD4">https://youtu.be/cd-tVtM3iD4</a>



"פונקט אזויווי ווען די האסט געלעקט האניג האסטו געוואלט די גאנצע וועלט זאל שטיין און קוקען"

אפאר טויזענט סאטמארע אידען איז נישט די גאנצע וועלט.

איסר האטלקי » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 9:05 am

· #438882
טאקע נישט די גאנצע וועלט, אבער גאנץ מדינת ישראל.

ס'איז נאכנישט געווען אין די היסטאריע פון סאטמאר אזא סוקסעס, אז די מדינה זאל זיין אזוי פארנומען מיט א סאטמארע באזוך ווי יעצט. מהר"א האט עטליכע יאר צוריק געגעבן עפעס א משל וועגן טראמפ פרעגט ביבי איבער א פראטעסט אין בארקלעיס... יעצט האלט מען נישט ווייט.

א צאל חברי הכנסת האבן שוין געשריבן וועגן דעם באזוך, ליבערמאן האט גערעדט אין כנסת וועגן הרבי מסאטמאר, דרעי און ביבי דיסקוסירן סאטמאר אין כנסת נעכטן דער דראמאטישע טאג - ביום החזרת המאנדאט!

די ארוינים דארפן נאך יעדע כ"א כסליו דרשה לייגן אין בלאט סקרין שאטס פון בחדרי און ככר ווי זיי דעקן מהר"א'ס דרשות, (דאס איז שוין נאכן אונטערשמירן ככר...), די ארוינים ליינען מיט קעלבערנע התפעלות ווי די 'איזראעלי מידיע' איז פארנומען דערמיט (און רוב מאל זענען זיי פאזיטיוו...). אצינד האלט מען אז 'ידיעות אחרונות' שימפט אויף די מעין העדליין `האדמו"ר השנאה`...

ווער ס'ליינט אמאל ישראלישע נייעס קוועלער כאפט אז דאס איז נישט נארמאל.

נקודת-אמת » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 9:29 am

· #438883
איך ווייס נישט פרטי בזיון התורה
ובכלל, די ארונים-זלונים קאמפעטישן האב איך נישט ליב זיך אריין-מישן,
ווי האט בעגין געוואונטשן (בזמן מלחמת איראן-עיראק): "הצלחה פאר ביידע צדדים"...

אבער עמיצער האט מיר אריינגעשיקט א רעקארדינג פון די ביקור פון מהרז"ל בבית מרן הראב"ד, און א געטעייפטע תוכן הביקור, און נא אייך:
רעקארדינג
תוכן הדברים
📎 תוכן_ביקור_ההיסטורי.pdf

אונטער חכם » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 10:16 am

· #438884
Re: א אנגעווייטאגטע זאלי
איסר האטלקי
טאקע נישט די גאנצע וועלט, אבער גאנץ מדינת ישראל.

ס'איז נאכנישט געווען אין די היסטאריע פון סאטמאר אזא סוקסעס, אז די מדינה זאל זיין אזוי פארנומען מיט א סאטמארע באזוך ווי יעצט. מהר"א האט עטליכע יאר צוריק געגעבן עפעס א משל וועגן טראמפ פרעגט ביבי איבער א פראטעסט אין בארקלעיס... יעצט האלט מען נישט ווייט.

א צאל חברי הכנסת האבן שוין געשריבן וועגן דעם באזוך, ליבערמאן האט גערעדט אין כנסת וועגן הרבי מסאטמאר, דרעי און ביבי דיסקוסירן סאטמאר אין כנסת נעכטן דער דראמאטישע טאג - ביום החזרת המאנדאט!

די ארוינים דארפן נאך יעדע כ"א כסליו דרשה לייגן אין בלאט סקרין שאטס פון בחדרי און ככר ווי זיי דעקן מהר"א'ס דרשות, (דאס איז שוין נאכן אונטערשמירן ככר...), די ארוינים ליינען מיט קעלבערנע התפעלות ווי די 'איזראעלי מידיע' איז פארנומען דערמיט (און רוב מאל זענען זיי פאזיטיוו...). אצינד האלט מען אז 'ידיעות אחרונות' שימפט אויף די מעין העדליין `האדמו"ר השנאה`...

ווער ס'ליינט אמאל ישראלישע נייעס קוועלער כאפט אז דאס איז נישט נארמאל.
נישט דא וואס צו רעדן, עס איז טאקע גוט געלונגען פאר די זאלונים דאס מאל, אבער דארפסט נישט קריכן צו די ארונים, די זאלונים האבן אויך ביז היינט געדארפט נוצן בחדרי.

נ.ב. היינט ווייסט מען דאך שוין אז ביי ידיעות באקומט מען וואס מען וויל פאר די רייט פרייס, קען זיין א חלק פון די פינף מיליאן איז געגאנגען פאר זיי.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 11:58 am

· #438887
דער אמת איז, אז אין די טעג איז עס א בזיון צו זיין א זאלי. יעדער פרעמדער קוקט זיי אן ווי בעיביס וואס קערן א וועלט פאר גארנישט מיט נישט. נאר פארוואס טון זיי עס? לכאורה פאר די כבוד.

זארגט אייך נישט. נעקסטע מאל וועלן די אנדערע זיין די בעיביס, און אנדערע ליידיגע רעזשעוואולקעס וועלן זיך אפלערנען דערפון און אויך אזוי טון. זאל קיינער זיך נישט פאטשען אין בויך (אחוץ וואודרידזש, וואס וועט עס קיינמאל נישט טון). אונז זע'מיר אלע אין די זעלבע פעקל\פיקל.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 12:01 pm

· #438888
נקודת-אמת
איך ווייס נישט פרטי בזיון התורה
ובכלל, די ארונים-זלונים קאמפעטישן האב איך נישט ליב זיך אריין-מישן,
ווי האט בעגין געוואונטשן (בזמן מלחמת איראן-עיראק): "הצלחה פאר ביידע צדדים"...

אבער עמיצער האט מיר אריינגעשיקט א רעקארדינג פון די ביקור פון מהרז"ל בבית מרן הראב"ד, און א געטעייפטע תוכן הביקור, און נא אייך:
רעקארדינג
תוכן הדברים
📎 תוכן_ביקור_ההיסטורי.pdf


מ'זאגט נאך אז עס איז נישט ממש געווען ווי עס שטייט. הרב שטרנבוך האט פראבירט צו רעדן אין לערנען אויף ב"ב און.................

איסר האטלקי » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 12:47 pm

· #438892
ליטוואק פון בודאפעסט
נקודת-אמת
איך ווייס נישט פרטי בזיון התורה
ובכלל, די ארונים-זלונים קאמפעטישן האב איך נישט ליב זיך אריין-מישן,
ווי האט בעגין געוואונטשן (בזמן מלחמת איראן-עיראק): "הצלחה פאר ביידע צדדים"...

אבער עמיצער האט מיר אריינגעשיקט א רעקארדינג פון די ביקור פון מהרז"ל בבית מרן הראב"ד, און א געטעייפטע תוכן הביקור, און נא אייך:
רעקארדינג
תוכן הדברים
📎 תוכן_ביקור_ההיסטורי.pdf


מ'זאגט נאך אז עס איז נישט ממש געווען ווי עס שטייט. הרב שטרנבוך האט פראבירט צו רעדן אין לערנען אויף ב"ב און.................

מ'זאגט נאך פון וועם? די גאנצע איז רעקאדירט. ס'איז ווארט ביי ווארט.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 2:36 pm

· #438895
נישט ממש ווארט ביי ווארט, און ווען מ'הערט עס אויס, כאפט זיך א גוטן לאך. דער רבי פון די זאליס אנטשולדיגט זיך גלייך אז ער האלט נישט מיט וואס מ'לערנט ביי אונז אין ישיבה, און יעדער לאכט דארט.

אבער אלס פאר די כבוד.

איסר האטלקי » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 3:00 pm

· #438897
יא, ס'קאסט א שמייכל. ב"ה פאר דעם.