☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פארשטיין די קוק ווינקעל פון צדיקים

פארשטיין די קוק ווינקעל פון צדיקים

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13463

הדסים » מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 4:43 pm

· #438705
פארשטיין די קוק ווינקעל פון צדיקים
מען הערט אמאל ביי א קופקע, אדער דא אויף ק"ש, טענות אויף רבנים אויף א זייער אינטערסאנטע אופן.

זיי לאזן נישט האבן קיין אינטערנעט, ווייל זיי וועלן פארלירן קאנטראל אויפן ציבור. שירים ושיעורים איז אסור, ענדערש זאל מען קומען צו מיר אין ביהמ"ד. אא"וו.

איך קען נישט אלע אדמורי"ם, רבנים, און עסקנים פערזענליך, אבער איך קען געוויסע. און איך קען זאגן קלאר, אז זיי אלע מיינען עס זייער ערנסט. און לאמיר קלארשטעלן, איך רעד נישט דא פון עפעס א אונטערן באוואוסטזיין מחשבה וואס האט מעגליך עוואלווט דורך די דורות. און איך רעד אויך נישט פון די מיינונג פון די מענטשן ארום דעם צדיק. איך רעד דווקא פון די מחשבה פונעם צדיק צו זיך אליין. ווען א צדיק וויל למשל ארויסגעבן אן איסור אויף א אומ'צניעות'דיגן בגד, וואס טראכט ער באמת? דאס איז די ריכטיגע זאך לעשות נחת רוח לבורא ב"ש.

איך וואלט עס געקענט זאגן פשוט פון מיין אייגענע עקספיריענס מיט אזעלכע אידן, און אפילו אויך פון מיין אייגענע עקספיריענס אלס בחור אין געוויסע זמנים. אבער עס וואלט נאך געקענט זיין א סברא אז אנדערע צדיקים האבן נישט אייביג אזעלכע ריינע מאטיוון. דארף מען נישט מער ווי כאפן א בליק אין די פסיכילאגיע ריסערטש אויף רשעים ווי רוצחים און רויבערס, און מען זעט קלאר אז ווען איינער נעמט יענעם'ס געלט, האלט ער אז דאס איז ריכטיג, אא"וו.

איז לאמיר נעמען א משל. ווען מען באגלייט א צדיק מיט א מאטארקאדע, ווייסט ער אוודאי אז ס'איז אלעס נארישקייטן. איז וואס טראכט ער צו זיך אליינס? עפעס אזוי: עס איז דאך נישט קיין איסור, און די אלע אידן ווילן עס טון, און באמת פלעגט זיין אזוי איינגעפירט צו אפגעבן כבוד פאר רבנים, צו אריינגעבן אהבת התורת און כבוד התורה אין די אידישע הערצעלעך. (איך ווייס איך בין טאקע נישט ווי יענע רבנים, אבער וואס טוט מען נישט פאר די קינדער).

איך האב לעצטנס געטראכט אויף אזעלכע מעשיות וואס מען פארציילט, אדער בריוון וואס מען זעט, פון צדיקים וואס האבן געזאגט אויף זיך עליתי למרום וכדומה. קען זיין אז עס געווען א חלום, און זיי האבן עס אליין געגלייבט מיט אן אמת. מ'דארף קוקן אויף יעדע מעשה פאר זיך, און זען צו עס שטימט. (פארשטייט זיך אז געוויסע צייטן קען א צדיק האלטן עת לעשות לה', און מען דארף זאגן שקר יעצט).

וואס האלטסטו צדיק?

הדסים » מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 6:00 pm

· #438715
[ציטאט אראפגענומען]

אסאך זאכן וואלטן געווען בעסער ווען מענטשן זאלן דן זיין אנדערע אזויווי זיך אליין. אבער עס מיינט נישט אז זיי ווילן יענעם קאנטראלן/פייניגען בכוונה, ס"ה קענען זיי בעסער פארענטפערן ווען זיי ווילן עפעס. הלוואי וואלט איך געקענט דן זיין לכף זכות אנדערע, אזויווי איך טרעף תירוצים פאר מיינע מעשים.

אגב, וואס האלטסט וועגן צדיקים וואס האבן פארציילט וועגן מלאכים וכדומה?

רביה''ק זי''ע » מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 7:18 pm

· #438720
[ציטאט אראפגענומען]

עיין ערך cognitive dissonance, וידוע הטייטש על אוי לנו מיום הדין אוי לנו מיום התוכחה, פראקן וועט מען זיי נישט פאר'ן אסר'ן סנודס, פראקן וועט מען זיי פאר'ן אסר'ן פאר יענעם וואס פאר זיך וואלטן זיי מתיר געווען.

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 8:23 pm

· #438726
הדסים
[ציטאט אראפגענומען]

אסאך זאכן וואלטן געווען בעסער ווען מענטשן זאלן דן זיין אנדערע אזויווי זיך אליין. אבער עס מיינט נישט אז זיי ווילן יענעם קאנטראלן/פייניגען בכוונה, ס"ה קענען זיי בעסער פארענטפערן ווען זיי ווילן עפעס. הלוואי וואלט איך געקענט דן זיין לכף זכות אנדערע, אזויווי איך טרעף תירוצים פאר מיינע מעשים.

אגב, וואס האלטסט וועגן צדיקים וואס האבן פארציילט וועגן מלאכים וכדומה?

הדסים: איך האלט אז דו מיינסט עס נישט ערנסט. ווייל ווען די רבנים און רעבעס. די וועלכע אסר'ן אלעס וואס דער עולם פרובירט צו טון בהיתר. און בויען אויף איסורים וקונמות וחרמות. און אין די זעלבע צייט ווען ס'קומט צו זייער כבוד און תענוגים אדער געלט איז אלעס אויף די וועלט מותר. און א יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט עס. ממילא איז נישט שייך קיין לימוד זכות...!

real fake news » מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 9:44 pm

· #438731
איך מיין אז סדא איין פאנדאמענטעל חילוק, הדסים רעדט פון צדיקים, עטס רעדטס פון רעבעס.

קענסט אונז מסביר זיין הדס פון וועלכע 'צדיקים' די רעדסט?

הדסים » דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:58 am

· #438748
בערל טראכט איך מיין עס נישט ערנסט, ריעל פעיק טראכט איך רעד פון אנדערע צדיקים. אבער איך מיין עס זייער ערנסט, און ווען איך זאג רשעים און צדיקים רעד איך פון אזעלכע וואס ווערן אנגערופן אין די וועלט אזוי. (כאטשיג ע"פ האמת איז נישט דווקא א צדיק בעסער פון א רשע).

איז לאמיר קלאר מאכן. איך זאג אז מען קען פארשטיין די פערספעקטיוו פון א סיריעל קילער, דאס מיינט נישט אז ער איז גערעכט, און מען קען נאכאלץ האבן טענות אויף אים. אבער אויב איינער וויל קענען משפיע זיין אויף א רוצח, דארף ער קודם פארשטיין זיין קוק ווינקעל.

און די אשכול האב איך געוואלט ארויסברענגען, אז א רבי איז ביי מיר גארנישט ווייניגער פון א רוצח אדער א גנב, און מען קען אויך פארשטיין זיין פערספעקטיוו. און עס איז מיר זייער אינטערסאנט זיך אריינצולייגן אין זייער מצב, און פראבירן צו פארשטיין וואס זיי האבן געטראכט אין געוויסע מצבים וואס זעט אויס גאר מאדנע.

אויך האלט איך אז עס קען זיין נוגע למעשה, אויב איינער פראבירט צו האבן א השפעה אויף א צדיק, און ער זאגט אים מען דארף געבן אביסל פרייהייט, מען דארף נישט אזוי פייניגען, מען דארף נישט אזוי קאנטראלן, וכדומה. טראכט יענער צו זיך, ער איז סתם אן אויפגעקלערטער, אונז האנדלען דא איבער די עתיד פון כלל ישראל, אנז טוען אלעס לש"ש, און דו זאגסט פרייהייט שמייהייט. אבער אויב רעדט מען זייער שפראך, טירחא דציבורא, כבוד הבריות, עת לעשות, אין גוזרין וכדומה, איז דא סאך א בעסערע טשאנס צו עפעס אויפטון.