שמעון וואלףאישתישביווי אין ויואל משה איז דא ווערטער אויף עברית?
עיתון
רהיטים
און נאך
berlbalagulehאבער ..."רהיטים"... איז לשון הקודש...ס'שטייט אין שיר השירים...!
רהיטים אויף עברית איז טייטש 'מעבל' און אויף ענגליש 'furniture'. און דאס איז א נייע עברית'ישע ווארט לכל הדעות.
אזוי אויך האט געמיינט רביה"ק בספרו 'ויואל משה' ווען ער האט דאס געשריבן.
אויף 'מלך אסור ברהטים' (שיה"ש ז, ו)
איז לכאורה צינורות מים וביוב (ענגליש: Water and sewage pipes)
אויף 'רהיטנו ברותים' (שיה"ש א, יז)
אדער מיינט דאס כנ"ל,
אדער מיינט דאס העלצעלעך אזעלכע ווי וואס מ'האט גענוצט אלטס א שלאס בימים ההם.
אדער מיינט דאס די Tiles פון די ערד פון ביהמ"ק.
אדער מיינט דאס די טירן פון ביהמ"ק.
נאך א עברית ווארט וואס שטייט כמעט אויף א יעדע צעטל וואס קומט ארויס אפיציעל פון תלמידי רבינו ההולכים בדרכו איז:
"מוסדות"
וואס אויף לשון הקודש איז טייטש אבני יסוד הבניין
און אויף עברית איז דאס א לשון פון אינסטיטוציעס
נעקסט טיים ווען איהר זעהט א צעטל וואס פאררופט אייך להצלת 'המוסדות על טהרת הקודש'
פרעגט דער מוסדות ראטעווער אויף וועלכע שפראך פונקטליך איז דאס ווארט 'מוסדות'...
קען זיין אז ס'איז כדאי צו טוהן דערוועגן באריכות אין אן אשכול המיוחד לחקר לשון הקודש, אבער להערה איז גענוג דאס.