☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » "ווערן חוה" עבי שטיין'ס בוך - Becoming Eve

"ווערן חוה" עבי שטיין'ס בוך - Becoming Eve

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13437

ימי קדם » מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 6:27 pm

· #438217
"ווערן חוה" עבי שטיין'ס בוך - Becoming Eve
מארגען קומט עמטליך ארויס די בוך פונעם געוועזנעם חסיד, עבי שטיין, אין ענגליש. די טיטל פונעם בוך איז "Becoming Eve" (ווערן חוה), פארופענדיג אויף עבי'ס נייער מיטלער נאמען, חוה.

די בוך ווערט פובליצירט דורך "סיעל פרעס" (Seal Press), א חלק פון די אינטערנאציאנאלישע דרוקער, Hachette Book Group. זיי זענען איינע פון די "גרויסע-6" די גרעסטע אלגעמיינע דרוקערייען.

די בוך איז געשטעלט אלס אן "ערציאונג" מעשה, געווידמעט בעיקר אויף עבי'ס אינגע יארן אין חסידישען וויליאמסבורג, און שפעטער אין די וויזניצער ישיבה אין קייאמישע לעיק (גיבערס). וואו מען קען ליינען דא, רעדט די בוך אויך וועגן עבי'ס רעבישער אפשטאם.

מען קען די בוך באקומען אין אלע אלגעמיינע געשפטען, און אויך אויף עמעזאן: <a class="postlink" href="https://www.amazon.com/gp/product/1580059163">https://www.amazon.com/gp/product/1580059163</a>
אויף עמעזאן די בוך איז שוין היינט די #1 בעסט סעללער (רב מכר) אויף די טעמע פון "חסידיזים".
Becoming Eve Wiki Image.jpg

אישתישבי » מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 8:05 pm

· #438225
אסאך פין די וואס פארען אפ חלומען פין מאכן א בוך וואס וועט זיי ברענגען כבוד און געלט. ב"ה אז איינער איז עס געלונגען. יעצט דארף מען ליינען וויפיל ליגענט ער/זי האט דארט געמוזט אריינלייגן.

רימון » מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 10:42 pm

· #438235
וואונטשן מיר אים\איר פיל הצלחה און דער טייטל פונעם ביכל איז זייער פיין.
כ'האב אבער א שאלה, פארוואס זאל איך מיך נעמען די מי צו ליינען דעם ביכל ווען די ערשטע פאר ווערטער, די טעגליין אויפ'ן דעקל איז פארפירעריש און בכוונה געשריבן מיט פארגרייזטע נויאנס.
וואס איז פשט זיך באקרוינען אלס ארטאדאקס ראביי, מיט וואס גענוי איז ער געווען א ראביי ביי די ניינצן יאר? איז יעדע יונגערמאנטשיקל א פיפטע זין פון עפעס א רביש אייניקל אין וומס וואס האט ניטאמאל א שול אן "ארטאדאקסישע ראביי"? איז יעדער בחור'ל וואס קריגט די הוראה אין ישיבה א ראביי? אין מיינע אויגן איז עס געשטופט א פאלשע נאראטיוו פאר די דראמא שבו און אז דער דעקל איז אזוי וואס קען איך שוין ערווארטן פונעם ביכל.
ווי נידריג מיינע ערווארטונגען זענען געווען האב איך געהערט פון איינעם וואס האט ריוויוט דעם ביכל אז ס'איז א דיזעסטער.

yatzmachp » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 12:58 am

· #438237
רימון
וואונטשן מיר אים\איר פיל הצלחה און דער טייטל פונעם ביכל איז זייער פיין.
כ'האב אבער א שאלה, פארוואס זאל איך מיך נעמען די מי צו ליינען דעם ביכל ווען די ערשטע פאר ווערטער, די טעגליין אויפ'ן דעקל איז פארפירעריש און בכוונה געשריבן מיט פארגרייזטע נויאנס.
וואס איז פשט זיך באקרוינען אלס ארטאדאקס ראביי, מיט וואס גענוי איז ער געווען א ראביי ביי די ניינצן יאר? איז יעדע יונגערמאנטשיקל א פיפטע זין פון עפעס א רביש אייניקל אין וומס וואס האט ניטאמאל א שול אן "ארטאדאקסישע ראביי"? איז יעדער בחור'ל וואס קריגט די הוראה אין ישיבה א ראביי? אין מיינע אויגן איז עס געשטופט א פאלשע נאראטיוו פאר די דראמא שבו און אז דער דעקל איז אזוי וואס קען איך שוין ערווארטן פונעם ביכל.
ווי נידריג מיינע ערווארטונגען זענען געווען האב איך געהערט פון איינעם וואס האט ריוויוט דעם ביכל אז ס'איז א דיזעסטער.


גוט געזאגט. עס פארגייט פשוט די אפעטיט צו ליינען רוב ביכלעך נאכן זעהן ווי מען קען שרייבן וואס מען וויל אן דעם וואס איינער פון די שרייבער, רעדאקטארן וכו זאלן אפילו וויסן וואס זיי שרייבן. ער גייט שוין ארום א לאנגע צייט האלטן דרשות מיטן זעלבן טיטל און קיינער האט אים נאכנישט געפרעגט "וואס מיינט דו ביזט געווען א ראביי?" "ווי אזוי האסטו באוויזן צו ווערן א ראביי פאר די ניינצן?" "ווי אזוי האבן דיינע חסידים, קאנגרעגענטס אדער וואטעווער רעאגירט ווען דו האסט זיי איבערגעלאזט?" איך רעד דאך שוין נישט אז אויף זיין געוועזענע בלאג יעקב אבן האט ער געשריבן זאכן וואס זענען זיך סותר מיט זיין יעצטיגן נערעטיוו. איך וויל נאר וויסן, אז אזעלכע פשוטע ליגנטס קען מען פארקויפן, ווי אזוי קען מען גלייבן רוב ביכער?

לבי ובשרי » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 1:00 am

· #438238
אדער Eve אדער Chava?
כ'בין צעמישט

אדונינו » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 8:34 am

· #438241
לבי ובשרי
אדער Eve אדער Chava?
כ'בין צעמישט

אין ענגליש הייסט חוה Eve.

איך אויך » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 6:58 pm

· #438312
און וויזוי הייסט קראנקע זכר?

פערינא » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 9:00 am

· #438371
מרס. שטיין איז א זשעני. זי"י האט אונטערגעצינדן א מערכה צו זי"י איז געווען א ראביי, אבער ווי ס'שיינט איז יעדער דא מסכים א לעדי איז זי"י. געוואלדיג.

מפיל קינד » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 1:25 pm

· #438390
יא לעדי, נישט לעדי, איינעם גייט עס אן? איז בכלל נוגע פאר נארמאלע מענטשן וואס גענוי זי איז?

אישתישבי » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 3:06 pm

· #438392
יעצט קען זיי צוריק טוישן און ווערען א זכר, און זיך רופען אדם, און ארויסגעבן חלק ב' פין איר ביכעל, ווערען אדם, אדער נעשה אדם.

ונבנתה העיר » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 3:11 pm

· #438394
וואו איז דער בעש"ט?

📎 111 (2).jpg

אברך משי » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 3:23 pm

· #438395
כ'זעה אז ס'הערשט אביסל א מיספארשטענדעניש צווישען די פארשידענע צדדים, איז, לאמיר קלאר מאכן: קיינעם גייט גארנישט אהן און יעדער איז בארעכטיגט צו זיין וועלכע מין זיי ווילן (אנטשולדיגט נישט געשריבן זי"י מיט שטרעכלעך)
די נקודה וואס @רימון האט ארויסגעברענגט און מאנכע האלטן ווי עם צוגלייך, אז ס'פארהאן אזוינע מענטשן וואס ווען דו רעדסט מיט זיי צוויי מינוט כאפסטו גלייך אז ער איז א מגזם, נישט אז ער זאגט ממש ליגנט ח"ו, אבער ער לייגט א דגוש אויף זאכן מער ווי זיי זענען מודגש באמת, ער'ז גורע און מוסיף כאוות נפשו וכרוחב דמיונו, און ועל כולנה לייגט ער זיך אלס אין סענטער פון די ענינים (דעס איז אלעס איין שניט מענטש) ווי למשל "פרעג נישט וואס איז דארט געווען" און ממש "יעדער איינער איז צוגעקומען צו מיר" "איך האלט אין איין צוריק הערן פון מענטשן ווי מעכטיג ס'געווען", וכן הלאה על זה הדרך. אפי' אויב איין מענטש האט גערעדט צו עם פילט ער ביי זיך ווי "יעדער" רעדט צו עם, און ווען ער הערט עפעס פון איין מענטש ווערט עס אז ער האלט אין איין הערן, וד"ל.
לעניננו, שטיין איז געווען א שטילע היימישע יונגערמאן וואס האט אויסגעקליבען א אנדערע מהלך - דעפינעטלי א חידוש וואס איז ווערד צו באשריבן ווערן, אבער ווי ס'שיינט פון די דעקל איז משמע אז זאכן ווערן ארויסגענומען פון פערספעקטיוו, פשוט לתועלת הענין צו מאכן די זאך מער פארביג ווי ס'איז. אין די צייט וואס ער איז געווען א לייטישער ישיבה בחור און כולל יונגערמאן וועט ער זיך אבער אנגעבן אלס א "ראביי" וואס געט אביסל דעם רושם פאר א דרויסנדיגער אז מ'רעדט דא פון איינער וואס איז אויף הרב אפרים וואקסמאן'ס בלעטל אדער פילייכט ווי בורשטינער רבי. ולפי זה, וועט זיין גאנצע געשיכטע לויפען אויף דעם מהלך. אויב האט ער אמאל צוריק געהערט א רמז קל פון עפעס א דריטע קאזין (ווייל פון זיין משפחה האט ער מן הסתם כמעט גארנישט געהערט דירעקט נאכ'ען זיי פארלאזען אויף אזא שענדליכע אופן) בנוגע זיין טויש, וועט ער דעס באשרייבן אלס "שרעקליכע היעט" וואס ער האט געליטן און געכאפט פון זיין "אייגענע משפחה".
ווייל אין די מינוט וואס אזא מענטש איז דא דיר צו פארקויפען עפעס און דיך משכנע זיין אז דו זאלסט קויפען זיין געשיכטע, וועט ער נישט זשאלעווען קיין גוזמאות כיד ה' הטובה עליו, און מיט אביסל רעכט, ווייל אויב ער זאל שרייבען נאר דברים כהוייתן וואלט עס געווען א דינע קונטרס'ל פון דריי עמודים. טא וואסזשע טויג דיר דעם גאנצן ביכל. פאר א נאוועל איז עס גוט, אבער פאר היסטארישע פאקטען גלייבט זיך שווער אז מ'קען בויען אויף זיינע ווערטער.

בת קול » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 6:12 pm

· #438404
פון ליינען דעם פריוויו האט מיר אויסגעזעהן אז ער מיינט דאס אז ער איז ערצויגן געווארן, נאך פון פארן געבורט אלץ א צוקומפדיגע רבי. זייענדיג די ערשטע זון נאך 5 טעכטער, האט זיין טאטע געלייגט פיל האפענונג אויף אים, אז ער וועט איבערנעמען זיין רביסטעווע.
אן ערפארענע ליינער קען ליינען צווישן די שירות און נעמט נישט אן א טיטל אזוי literal.

יהודי פשוט » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 7:33 pm

· #438411
Re: "ווערן חוה" עבי שטיין'ס בוך - Becoming Eve
בת קול
פון ליינען דעם פריוויו האט מיר אויסגעזעהן אז ער מיינט דאס אז ער איז ערצויגן געווארן, נאך פון פארן געבורט אלץ א צוקומפדיגע רבי. זייענדיג די ערשטע זון נאך 5 טעכטער, האט זיין טאטע געלייגט פיל האפענונג אויף אים, אז ער וועט איבערנעמען זיין רביסטעווע.
אן ערפארענע ליינער קען ליינען צווישן די שירות און נעמט נישט אן א טיטל אזוי literal.
וואס איז לגמרי שקר! זיין טאטע איז נישט קיין רבי און זיין זיידע איז נישט קיין רבי, נישטא גארנישט וואס איבער צונעמען, זיין טאטע האט געלייגט אויף איהם די זעלבע האפענונג ווי אויף אלע אנדערע קינדער

מפיל קינד » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 7:46 pm

· #438414
מאך זיכער
איר טאטע איז פאלטישאנער רב אין בארא פארק.

<a class="postlink" href="https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7%A8%D7%93%D7%9B%D7%99_%D7%A9%D7%98%D7%99%D7%99%D7%9F">https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7 ... 7%99%D7%9F</a>

דאס איז זיין/איר זיידע. זיין/איר טאטע איז ניטאמאל ממלא מקום.

שמעי' » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 7:47 pm

· #438415
Re: "ווערן חוה" עבי שטיין'ס בוך - Becoming Eve
דוכט זיך מיר אז ער רופט זיך אב"ד סאווראן.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

מפיל קינד » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 7:47 pm

· #438417
שמעי'
דוכט זיך מיר אז ער רופט זיך אב"ד סאווראן.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

א לעצטיגע זאך. אין יענע יארן האט ער דאס אויך נישט געהאט.

יהודי פשוט » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 8:09 pm

· #438418
[ציטאט אראפגענומען]

נאך א קייט אין די רינגעלע פון זיינע שקרים! די בעל שם הקדוש זי"ע שרייבט אין זיין באקאנטן "היסטאריש-אויטענטישן" בריוו צו זיין שוואגער רבי גרשון קיטוב'ער און איך ציטיר:
בר"ה שנת תק"ז ל' עשיתי השבעת עליית הנשמה כידוע לך וראיתי דברים נפלאים במראה כי הס"ם עלה לקטרג בשמחה גדולה אשר לא הי' כמוהו ופעל פעולתיו גזרות שמד על כמה נפשות שיהרגו במיתות משונות ואחזתני פלצות ומסרתי ממש נפשי ובקשתי ממורי ורבי שלי שילך עמי כי סכנה גדולה לילך ולעלות לעולמו' העליונים וכו'

חסידים האבן אנגענומען אז דאס גייט ארויף אויף אחיה השילוני, געבויעט אויף דעם וואס די הייליגע תולדות שרייבט אז אחיה השילוני איז געוועהן די רבי פונעם בעש"ט

יהודי פשוט » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 8:22 pm

· #438422
[ציטאט אראפגענומען]

נאך א ליגענט

בת קול » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 9:31 pm

· #438424
איך האב יעצט געענדיגט ליינען. Truly inspirational.

Definitely recommend it.

א זייטיגע פוינט- סאיז גאר פאזיטיוו איבער זיין יוגנט און משפחה.

או אינו » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 11:41 pm

· #438426
Re: "ווערן חוה" עבי שטיין'ס בוך - Becoming Eve
ונבנתה העיר
וואו איז דער בעש"ט?

📎 111 (2).jpg
Unfortunately Sometimes it's dead, and that's part of the quote!

בת קול » פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 12:47 am

· #438498
Sharing her truth

The good, the bad, the ugly.

ערשטנס פונעם פריוויו האב איך געקלערט עס וועט לויפן ענדליך צו מנשה ליסטיגס ביכל.
(מערסטנס זיסע יוגנט אין א חסידישע שטוב, די הנאה און פראבלעמען פון אויפוואקסן אין א פארמאכטע גרופע,מיט זיינע פערזענליכע איבערלעבענישן אין נסיונות)
איינמאל איך בין געווען דערינען האב איך נישט באמערקט זיי זאלן אזויפיל ענדלען. מנשה לוסטיג'ס ביכל איז מער עמאציענאל, הארץ, ווייטאג, לוסטיג, כאטש ער איז מער א טראכטער ווי איך האב געמיינט. עבי איז פיל מער אינטענס, געריבן, און פראקטיש. מען קען זעהן די חילוק וויאזוי זיי האבן זיך יא/ נישט גענומען די לעבן אין די הענט אריין.

גענוג מיט די קאמפעריסאנס.

סאיז געווען א וואונדער צו באקומען אזא פערזענליכע בליק אויף גענדער דיסמארפיע, און וויאזוי עס האט אויסגעקלאפט אויף א פרומע חסידישע בחור'ל. כאטש ער איז גארנישט געווען אזא אומשילדיגע שעפעלע, און איך האב שטארק רילעיטעד צו זיין שוואנצאנישע רעבעליאן, איין טאג א מלאך, איין טאג א גלח פערסאנעליטי.

זי רעדט זייער שיין איבער איר משפחה און האט געהאט גאר א נאנטע קשר מיט זיי ( מער ווי איך שטעל זיך פאר איז נערמאל) ביז זיי האבן טראגיש אפגעהאקט מיט איר, נאך איר ארויסקומען אלץ טראנסגענדער.

די בוך איז א געלונגענע געמיש פון שיינע מעמיארן, לוסטיגע בחורישע מעשיות, טיפע געדאנקען, חסידישע משפחה קאנפליקטן, אינערליכע ספיקות, און נעמט אויף אן עמאציענאל ראלער קאסטער פון געלעכטער ביז טרערן. עס לאזט נישט אויס די שלעכטע, (naughty) און געבט ריכטיג צו פארשטיין די לעבן פון איינער וואס לעבט אומבאקוועם אין די אייגענע הויט.
כאטש איך בין געווען סקעפטיש הערענדיג snipets פון איר לעבנס געשיכטע דורך די יארן, קלארט זיך אלץ אויס ווען מען ליינט עס אין א סדר.

איך בין געווען באיינדרוקט אז זי האט געשילדערט די קורץ חתונה געהאטע טעג איידל, ווייל איך האלט אז מענטשן וואס שרייבן א אוטובייאגרעפי און פראקן פאבליק אויס זייער נאנטע אן רשות, טוהן א געפערליכע עולה. ( למשל שלום דין, ווען ער גייט אריין אין די פינקטליכע דעטאלן פון זיין שלום בית. גראדע געב איך יא גערעכט פאר אסתי וויינשטיין, וואס איז געווען מער לתועלת.) ווי אויך, האף איך אז זי האט געשריבן פאלשע נעמען פון געוויסע חברים וואס זי דערציילט פון זיי מעשיות וואס זענען נישט אזוי באצויברנד.

פראקטיש, מיין איך מיט דעם אז זי האט אלץ אפגעלאזט צו טוישן דעם ריכטונג פון איר לעבן, איר משפחה, חברים, און איר קינד. זי רעדט נישט איבער די קאסטעדי אגרימענט, אבער ווי איך האב געהערט איז נישט דא קיין שייכות, וואס איז שוין אביסל צופיל אויפצוגעבן.

עס קען זיין אז מארגן וויל איך אנערקענען אז איר truth איז נישט עפעס וואס מאכט איר גערעכט, פונקט ווי איך בין געווען אנציקט פון מנשה'ס ביכל, ביז איך האב זיך דערמאנט איבער די פילע מאדנע מעשיות וואס פארן ארום איבער אים... אבער ביז דערווייל האט עס געמאכט א גוטע רושם.

וואלווי » דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 11:12 am

· #438752
[ציטאט אראפגענומען]


קליינע הקדמה: קריטיק אויף א בוך דארף זיין אבדזשעטיוו און נאר נוגע צו די תוכן פון די בוך, און אמאל גייט עס אריבער צו די סטייל פון שרייבען, אדער מהלך מחשבה פון די שרייבער. אבער בשום אופן מעג דאס נישט זיין א פערזענליכע דזשאדזשמענט אויף דער שרייבערס זעלבסט. בנידון דידן, שטיין האט אלע רעכטן צו פילען וואס זי פילט וועגען זיך, אפילו מען וועט זאגען אז ס'איז א לויטערע משוגעת, דאך קען דאס נישט גענוצט ווערען אלס א מעסטער אויף די קוואליטעט פון ארבעט, ווייל די אוריינטציה פון די גוף איז נישט קיין מכריע צוויישן גוטס און שלעכטע, אדער די נארמאל אדער נישט נארמאל פון די עצם מענטש. זי/ער פארדינט די רעספעקט וואס קומט פאר א יעדען היומען ביאינג.

יעצט האבענדיג דאס געזאגט און באווארענט, קען מען אנאלזירן די ארבעט פון שטיין גופא אלס א שרייבער און שאצן זיין/איר ווערק. כ'האב נישט געליינט די בוך, אבער איך האב געליינט די גע'לינק'טע טשעפטער, ווי אויך שטיין'ס בלאגס אדער אנדערע פאוסטעד מידיע, פון די אלעם שטעלט זיך מיר אויס אז שטיין איז א שטיקל drama queen, עכ"פ מיט די אופן און סטייל פון זיך פארקויפן פאר די פאבליק. די אריבערגאנג פון א דזשענדער איידענטיטי קרייסיס, איז נאך אלס נישט קיין תירוץ פאר מגזם זיין און דראמאטייזן פאקטן. קיינער בלעימט נישט, און קען נישט בלעימען שטיין פאר די אריבערגאנג, אבער צו אפשאצען אירע געשריבענע ווערק דארף דאס זיין הונדערט פראצענט, אדער כמעט הונדערט פראצענט קראנט. א שרייבער אדער דרשן וואס איז מגזם און א יעדע פאר פערעגרעפס פארלירט די רעלייביליטי. אזא ווערק גייט ארויס פונ'ם סוג פון אוטובייאגראפי'ס און גייט אריין נאר בגדר נאוועלס בעיסד אויף אמת'ע פאקטן.

ס'האט גארנישט מיט די פערזענליכע לעבן פון דער שרייבער. אדרבה, ס'איז א גרויסע שאד אז שטיין איז מגזם און ניצט דראמא, איז אבסעסד מיט יחוס, און איז נישט מדייק אפילו מיט קליינע פאקטן. די געשיכטע וואס שטיין פארקויפט וואלט געקענט זיין א ריכטיגע בליק אין אן אומבאקאנטע וועלט פון דזשענדער איידענטיטי. עס וואלט געקענט זיין א ריכטיגע קעיס סטאדי וואס וואלט געקענט סאפלייען מאטיראל צו פארשטיין די פינאמינאן. א שאד אז די סטייל פון שרייבען, אינטערוויוס, בלאגס האבן א וואקעלדיגע רילייעביליטי מחמת די גוזמאות דא און דארט.

ליפא » דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 11:39 am

· #438760
כ'דארף גלייבן אז א משגיח האט אים פונקט געזאגט אז ''ס'מיידליש'' זיך צו שאוערן יעדן טאג... געוואלדיג שטימט מיט'ן ענד פונעם דראמא נאראטיוו אז ער איז טאקע א מיידל..

רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 11:58 am

· #438763
וואלווי
קריטיק אויף א בוך דארף זיין אבדזשעטיוו און נאר נוגע צו די תוכן פון די בוך, און אמאל גייט עס אריבער צו די סטייל פון שרייבען, אדער מהלך מחשבה פון די שרייבער. אבער בשום אופן מעג דאס נישט זיין א פערזענליכע דזשאדזשמענט אויף דער שרייבערס זעלבסט. בנידון דידן, שטיין האט אלע רעכטן צו פילען וואס זי פילט וועגען זיך, אפילו מען וועט זאגען אז ס'איז א לויטערע משוגעת, דאך קען דאס נישט גענוצט ווערען אלס א מעסטער אויף די קוואליטעט פון ארבעט, ווייל די אוריינטציה פון די גוף איז נישט קיין מכריע צוויישן גוטס און שלעכטע, אדער די נארמאל אדער נישט נארמאל פון די עצם מענטש. זי/ער פארדינט די רעספעקט וואס קומט פאר א יעדען היומען ביאינג.
איך מיין אז דא שטעקט די עיקר טעות פון די "אויפגעקלערטע נאראנים", דאס אנאלאזירונג פון א בוך - און פון סיי וועלכע פאקטן - איז אך ורק צו טרעפן וואפן מיט וואס צו אטאקירן מענטשן וואס מ'האלט אז זיי פארדינען זיך נישט רעספעקט. אביעקטיווע אנאליזירונג און קריטיק?! אין בעלזא האט מען נישט געוואוסט דערפון.

וואלווי
פון די אלעם שטעלט זיך מיר אויס אז שטיין איז א שטיקל drama queen
אפשר איז דאס טאקע א ראיה אז זי איז טאקע "בעצם עצמיותה" א פרוי...

עבי שטיין

I’d stay with Yakov Yosef Hager, the Rebbe’s grandson, and his wife, Shifra, as I often had before. Yakov Yosef would eventually (in 2018, when the Rebbe passed away) become the Grand Rebbe of the Viznitz community in Borough Park, with a following of around ten thousand Hasidic people.
אויב אזוי איז זי דאך טאקע א ראביי, דיברו חכמים לשון הבאי.

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 12:05 pm

· #438764
רביה"ק זי"ע: נאר די שאלה איז וועלכע ברכה זי מאכט אינדערפריה. אויב זי איז אן ערליכע אידענע. שלא עשני איש. אדער שלא עשני כרצוני. אויב די אפעראציע איז געלונגען...!

רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 12:15 pm

· #438765
מן הסתם מאכט זי קיין איינס נישט, ווייל היינטיגע צייטן שטייען מענער גארנישט בעסער ווי פרויען (עכ"פ ווייט נישט אזוי פיל ווי אין די גמרא'ס צייטן). אבער אפילו ווען נישט קען זי נאכאלץ מאכן א שלא עשני אישה, פארשטייט זיך אלץ חייב אדם לברך על הרעה, דאס אז זי איז געווארן א פרוי איז שוין איר קרעדיט...

ונבנתה העיר » דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 12:35 pm

· #438767
די מאמע פון תרומת הדשן פלעגט זאגן שלא עשאני בהמה. ווערט עס שוין קאמפליצירט...

לבי ובשרי » מאנטאג דעצעמבער 7, 2020 2:32 pm

· #463770
היינט געטראפן א חידוש אין אוצר פלאות התורה. מענין לענין.
📎 עש.jpg

מנחם ציון » מאנטאג דעצעמבער 7, 2020 3:29 pm

· #463775
מאך זיכער

דא אין דעם אשכול האט מען באריכטעט אז זי גיבט ארויס די ביכל, וועמען גייט אן וואס איר האלט איבער די טרענסדזשענדער נושא בכלליות? מען איז נישט דן דא טרענסי'ס מען רעדט פון די ספעציפישע ביכל וואס איז היינט ארויס.

בדרך אגב: חוה שטיין האט גאר אסאך אויפגעטון אין איר הינזיכט וואס זי שטופט און פראקלאמירט, זי איז אין א געוויסן זין א גרויסע היר"א, ווייל זי האט איבערגעלעבט אומדערטרעגליכע היע"ט פון איר פאמיליע און פון אירע באקאנטע, ספעציעל געהערנדיג צו די רבי'שע קרייזן, און הערט אייך ביטע אויף משוגע מאכן, זייט אקצעפטירנד און אפענע קעפ.

ווי האסטו געזעהן עמיצן רעדן פון עפעס אנדערש אחוץ פון דאס ביכל גופא?

מען האט קריטיקירט אויף איר ביכל אז זי שרייבט זייער גוזמא'דיג מען האט בכלל בארירט די נושא פון טרענסדזשענדער