☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט די מוסדות

ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט די מוסדות

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13429

חוקר ודורש » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 8:18 pm

· #438088
ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט די מוסדות
היות איך דארף שיקן מיין מיידל אין סקול, און ליידער קומט דאס צוזאמען מיט עגמת נפש, די מוסדות גייען אריין אין דיין פריוואטע לעבן, למשל ווי דו לערענסט, ועל כולם ווילן זיי וויסן וועלכע פילטער מען האט. אנשטאט פרעגן א צווייטן אינפארמאציע וועגן דעם מענטש, אזוי ווי ביי א שידוך, דהיינו צו ער איז א פיינע היימישע איד וואס פאסט אריין אין דעם מוסד, גייען זיי דירעקט צום ציל, מיט אויספרעגן פארשידענע מאדנע שאלות, און זיי פאדערן א "היימישע" פילטער, מן הסתם ווייל כדי אריינצוגיין אין א היימישע מוסד דארף די פילטער אויך זיין היימיש, און ס'ליגט אונטער דעם אזא מין מחשבה אז אויב דו האסט נישט אזא מין פילטער ביסטו נישט משלנו. איי די היימישע פילטערס זענען עקסטרעם און עס איז נישט געמאכט פאר יעדעם, נו גוט מארגן צום חרדישן סיסטעם.

די שאלה איז צו די איינציגסטע וועג ארויס (א חוץ פון ארויפלייגן א היימישע פילטער) איז פשוט צו אפנארן דעם מוסד און לעבן "א דאבל לייף" מיט צוויי פאונס, איינס פאר די מוסד און א צווייטע פאר זיך, אדער איז יא דא עפעס א וועג זיי צופרידענצושטעלן אפי' אן א טעג, משומר, גדר, פילטער.

איך האב פרובירט אמאל מיט די טעג פילטער, און ס'האט מיר זייער נישט געפאלן, אז איך האב געוואלט הערן אין בית הכסא חיים שאולזון האב איך נישט געקענט, אז איך האב געוואלט ערב שבת זיך צוגרייטען א תורה פון אוניברסיטת בר אילן האב איך אויך נישט געקענט, און אזוי ווייטער, ועל כולם אויב האב איך געוואלט באזוכען קאווע שטיבל האב איך אויך נישט געקענט (טאקע א גרויסע בראך אז אזא גרויסע עולם קען נישט באזוכען דא).

איז מיין שאלה צו אלע חברי השטיבל, ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט די מוסדות, א חוץ די היימישע פילטערס, איז דא נאך עפעס וואס גייט בדוחק אריבער? אדער מוז מען לעבן אחד בפה ואחד בלב.

אישתישבי » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 8:37 pm

· #438089
אונז האבן שוין א פסק פין איינער פין די מורה הוראה בדורינו, פונקט ווי פ.ס. קען מען נישט הייסן פעלשען אינפארמאציע, עם כל זה פארשטייט מען אז מען קען נישט לעבן אנדעם, ממילא פארשטייט יעדער אליין וואס ער האט צו טוהן.

חוקר ודורש » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 8:43 pm

· #438090
אישתישבי
אונז האבן שוין א פסק פין איינער פין די מורה הוראה בדורינו, פונקט ווי פ.ס. קען מען נישט הייסן פעלשען אינפארמאציע, עם כל זה פארשטייט מען אז מען קען נישט לעבן אנדעם, ממילא פארשטייט יעדער אליין וואס ער האט צו טוהן.

דער איינער (הרב שמואל ניימאן) האט נישט געגעבן קיין קלארע ענטפער צו זאגן (שרייבען) שקר (פאר וועם לא תשקרו מיינט עפעס).

חוקר ודורש » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 9:00 pm

· #438093
Re: ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט די מוסדות
אויב בלית ברירה גיי איך נאכאמאל צו טעג אדער צו א צווייטע, און איך לייג ארויף זייער פילטער, פאר א וואך צוויי, און נאכדעם נעם איך עס אראפ, וועט דאס זיין גוט?, זיי רופן איין מאל מאכן זיכער און דאס איז עס?


Sent from my iPhone using Tapatalk

חוקר ודורש » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 9:14 pm

· #438097
Re: ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט די מוסדות
[ציטאט אראפגענומען]

יישר כוח


Sent from my iPhone using Tapatalk

פארטראכטער » פרייטאג דעצעמבער 27, 2019 12:18 am

· #440398
צי עקזעסטירט נאך די מושג פון פריוואטקייט ביי אונז?

שמעון וואלף » פרייטאג דעצעמבער 27, 2019 1:22 am

· #440400
חוקר ודורש
אויב בלית ברירה גיי איך נאכאמאל צו טעג אדער צו א צווייטע, און איך לייג ארויף זייער פילטער, פאר א וואך צוויי, און נאכדעם נעם איך עס אראפ, וועט דאס זיין גוט?, זיי רופן איין מאל מאכן זיכער און דאס איז עס?


Sent from my iPhone using Tapatalk

לכאורה איז יעדע מוסד אנדערש.
אבער אפילו טאמער זיי רופן נאר איין מאל, וויאזוי קענסטי וויסן ווען זיי ריפן?

הדסים » פרייטאג דעצעמבער 27, 2019 9:23 am

· #440404
פארטראכטער
צי עקזעסטירט נאך די מושג פון פריוואטקייט ביי אונז?


דאס איז פאר ריעל?

ביבער » פרייטאג דעצעמבער 27, 2019 10:45 am

· #440408
פארטראכטער
צי עקזעסטירט נאך די מושג פון פריוואטקייט ביי אונז?


בעי מיניה מרב אהרן מאי "גענצליך"? לרבות שער בית השחי ושער הערווה.

ליב צו וויסן » פרייטאג דעצעמבער 27, 2019 11:08 am

· #440409
אויב בשעת דו שרייבסט איין דעם קינד האסטו א פילטער ביסטו לכאורה covered (קען זיין אז דארט ווי מען פארלאנגט צו האבן אן "אייגענע" פילטער ווי גדר, משומר, איז ערגער)

אישתישבי » מוצ"ש דעצעמבער 28, 2019 8:06 pm

· #440420
ביבער
פארטראכטער
צי עקזעסטירט נאך די מושג פון פריוואטקייט ביי אונז?


בעי מיניה מרב אהרן מאי "גענצליך"? לרבות שער בית השחי ושער הערווה.


דאס טארן זיי נישט, אלץ לא תלבש.