☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » ר' יואל ראטה קומט ארויס שארף קעגן לצנות אויף תלמידי בעש"ט

ר' יואל ראטה קומט ארויס שארף קעגן לצנות אויף תלמידי בעש"ט

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13425

דאכצעכמער » פרייטאג נאוועמבער 8, 2019 2:48 pm

· #438011
ר' יואל ראטה קומט ארויס שארף קעגן לצנות אויף תלמידי בעש"ט
איך האב געהערט לעצטענס אזוי געריפענע היימישע יונגעלייט לייגן ארויף אז חס ושלום עפרא לפימייהו אז גדולי ישראל זאלן מאכן מופתים קפיצת הדרך דורך נעמען דראגס,
אין די חוצפה האט נישט קיין גרעניץ עס פארט ארום פון איינער פון אונזערע געטרייע מנהיגים (אויב זענט איר באוויסטזיניג צום פאקט אז אונזערע מנהיגים היינט זענען די זינגערס נישט די רבנים) א קליפ ווי ער באזינגט מיט גראמן לצנות איינס נאכן אנדערען אז צדיקים האבן געמאכט מופתים זיי האבן געגעבן גראזליך און JOINTS פאר זייערע חסידים וואטס זענען געקומען צו זיי מיט פראבלעמען עפ"ל
די דור קען שוין נישט גיין נידיריגער ואין פוצה פה ומצפצף

ברוך השם לא אלמן ישראל די געוואלדיגע חילול השם איז פארשריגן געווארן דורך ר' יואל ראטה
<a class="postlink" href="https://twitter.com/chizikaday/status/1192662108997144577">https://twitter.com/chizikaday/status/1 ... 8997144577</a>

ליפא » פרייטאג נאוועמבער 8, 2019 2:52 pm

· #438012
דאכצעכמער
איך האב געהערט לעצטענס אזוי געריפענע היימישע יונגעלייט לייגן ארויף אז חס ושלום עפרא לפימייהו אז גדולי ישראל זאלן מאכן מופסים קפיצת הדרך דורך נעמען דראגס,
אין די חוצפה האט נישט קיין גרעניץ עס פארט ארום פון איינער פון אונזערע געטרייע מנהיגים (אויב זענט איר באוויסטזיניג אז אונזערע מנהיגים היינט זענען די זינגערס נישט די רבנים) א קליפ ווי ער באזינגט מיט גראמן לצנות איינס נאכן אנדערען אז צדיקים האבן געמאכט מוספים זיי האבן געגעבן גראזליך און JOINTS פאר זייערע חסידים וואטס זענען געקומען צו זיי מיט פראבלעמען עפ"ל
די דור קען שוין נישט גיין נידיריגער ואין פוצה פה ומצפצף

ברוך השם לא אלמן ישראל די געוואלדיגע חילול השם איז פארשריגן געווארן דורך ר' יואל ראטה
<a class="postlink" href="https://twitter.com/chizikaday/status/1192662108997144577">https://twitter.com/chizikaday/status/1 ... 8997144577</a>

מופסים אדער מוספים

דאכצעכמער » פרייטאג נאוועמבער 8, 2019 3:13 pm

· #438013
ליפא

א דאנק פארן אויפמעקזאם מאכן
טעןת לעולם חוזר

ליפא » פרייטאג נאוועמבער 8, 2019 3:27 pm

· #438017

עמי בבית?...

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 8, 2019 3:43 pm

· #438018
דאכצעכמער: בת ...סמ"ך" כבת "תי"ו"...מופתים אדער מופסים...!

אבער דער מעסעדזש איז שטארק...!

יא. איך בין א חסיד פון ר' יואל ראטה. כ'מיין אז ס'איז נישט דא אין דעם היינטיגן דור איינער וואס געט אזויפיהל חיזוק און דערהאלט ביים לעבן אידישע קינדער אזוי ווי ער...!

real fake news » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 12:26 pm

· #438063
ס'איז קלאר אז אסאך אויב נישט רוב פון די הימלישע מופתים זענען שטותים ממילא, סאו די ליצנות הייבט זיך אהן ביי די וואס דערציילן מעשיות וואס איז נישט געשטויגן און געפלויגן,
למשל א מעשה וואס מדערציילט דאכצעך אויף שינעווער רב אז איין יום כיפור האט ער געשיקט די עולם אויספאסטן ווייל ער האט געזען אין הימל אז מהאט שוין אלעס אויסגעפועלט....

רביה''ק זי''ע » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 12:28 pm

· #438064
real fake news
ס'איז קלאר אז אסאך אויב נישט רוב פון די הימלישע מופתים זענען שטותים ממילא, סאו די ליצנות הייבט זיך אהן ביי די וואס דערציילן מעשיות וואס איז נישט געשטויגן און געפלויגן,
למשל א מעשה וואס מדערציילט דאכצעך אויף שינעווער רב אז איין יום כיפור האט ער געשיקט די עולם אויספאסטן ווייל ער האט געזען אין הימל אז מהאט שוין אלעס אויסגעפועלט....

די מעשה שטייט אויף שלמה המלך.

real fake news » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 12:42 pm

· #438065
רביה''ק זי''ע
real fake news
ס'איז קלאר אז אסאך אויב נישט רוב פון די הימלישע מופתים זענען שטותים ממילא, סאו די ליצנות הייבט זיך אהן ביי די וואס דערציילן מעשיות וואס איז נישט געשטויגן און געפלויגן,
למשל א מעשה וואס מדערציילט דאכצעך אויף שינעווער רב אז איין יום כיפור האט ער געשיקט די עולם אויספאסטן ווייל ער האט געזען אין הימל אז מהאט שוין אלעס אויסגעפועלט....

די מעשה שטייט אויף שלמה המלך.

וואס ברענגסטו ארויס? אז אויב שלמה המלך האט געקענט קען שינעווע רב אויכעט?

רביה''ק זי''ע » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 12:46 pm

· #438066
אדער דאס, אדער אז די לצנות האט זיך שוין אנגעפאנגען פון פריער. איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט די מעשה פון שיניעווער רב, זעהט אויס ווי א פראדוקט פון יוסף פערל. די מעשה פון שלמה המלך איז זיכער אמת, דאס שטייט דאך אין גמרא.

real fake news » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 12:56 pm

· #438067
שלמה רובין פון ק"י האט אמאל דערציילט די מעשה.
סאטמאר רב האט געזאגט אז די מעשה האט קיינמאל פאסירט

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 9:49 pm

· #438100
ווייל ס'איז דא אן אייזערנער כלל. א יעדע מעשה וואס איז אקעגן די הלכה איז נישט אמת. ווייל ס'איז נישט עולה על הדעת אז א צדיק זאלל הייסן טון עפעס וואס איז אקעגן די הלכה.

נאר ווי איך בין אינפארמירט איז די מעשה וואס דער רבי האט געהייסן פאר'ן עולם אויספאסטן יא אמת. נאר אויף א צווייטן צדיק. דער שר שלום מ'בעלזא. נאר ער האט געהייסן פאר'ן עולם אויספאסטן אום יום כיפור צוליעב אן אנדער'ן טעם. ווייל ס'איז דאמאלס ארומגעגאנגען א געפערליכע מחלה. און די דאקטוירים האבן געזאגט אז כדי געראטעוועט צו ווערן פון די מחלה טאר מען נישט פאסטן. האט די רבי געהייסן אז מ'זאלל עסן...!

ס'איז אבער דא א צווייטע מעשה וואס מ'פארציילט אויפ'ן בארדיטשעווער רב. (ניין. נישט דעם היינטיגן.) דער בעל קדושת לוי זי"ע. אז אמאל שבת אינדערפריה ווען ער איז געגאנגען אין ביהמ"ד איז איהם אקעגנגעקומען א פושע ישראל וואס האט גערייכערט א ציגארעטל. און ער האט הויעך געזאגט גוט שבת פאר'ן בארדיטשעווער רב. פרעגט איהם דער בעל קדו"ל אויב ער ווייסט אז היינט איז שבת. זאגט ער יא. איך ווייס. פרעגט איהם דער רב ווייטער אויב ער ווייסט אז אום שבת טאר מען נישט רייכערן. זאגט ער, יא. איך ווייס. פרעגט איהם דער רב ווייטער. אפשר האט אייך דער דאקטער געזאגט אז ס'פעלט אייך אויס פאר'ן געזונט צו רייכער'ן. זאגט ער ניין. דער דאקטער האט מיר געזאגט אז ס'שאדט מיר פאר'ן געזונט. און דאך רייכער איך. האט דער בארדיטשוב'ער רב אויפגעהויבן די אויגן צום הימל און געזאגט...ריבונו של עולם קוק וואספארא אמת'דיג פאלק די אידן זענען. איך האב איהם געגעבן אלערליי תירוצים און ער זאגט נאר דעם אמת...!

אט די מעשה איז שקר וכזב. ווייל דער הייליגער בארדיטשוב'ער איז געווען באוואוסט אלס א שטארקער מוכיח. און ווען ער וואלט געזעהן א איד רייכערן א ציגארעטל אום שבת וואלט ער זיכער מוחה געווען...!

שמעון וואלף » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 10:43 pm

· #438103
אודאי מוז מען נישט גלייבן קיין ספעציפישע מעשיות אבער בעצם אז ס'איז דא אזא זאך אז צדיקים קענען משנה זיין די טבע איז זיכער אמת. דאס שטייט אין תנ"ך און אין די גמרא און ווער ס'גלייבט נישט דערין צריך בדיקה אחריו.
שולדיג זענען די וואס טרייבן איבער און מאכן גרויס פשוטע מענטשעלעך און די וואס ליינען די מעשיות און ווייסן אז ס'איז נישט אמת באקומען נאכדעם ספיקות און אלע אנדערע מעשיות ווייל מ'האט דאך אים פארקויפט אז זיין רבי ז"ל איז געווען אזוי גרויס ווי משה רבנו און פונקט ווי זיין רבי'ס מעשיות זענען נישט אמת טראכט ער די זעלבע אויף ביז ארויף.

דאכצעכמער » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 11:39 am

· #438450
שמעון וואלף
אודאי מוז מען נישט גלייבן קיין ספעציפישע מעשיות אבער בעצם אז ס'איז דא אזא זאך אז צדיקים קענען משנה זיין די טבע איז זיכער אמת. דאס שטייט אין תנ"ך און אין די גמרא און ווער ס'גלייבט נישט דערין צריך בדיקה אחריו.
שולדיג זענען די וואס טרייבן איבער און מאכן גרויס פשוטע מענטשעלעך און די וואס ליינען די מעשיות און ווייסן אז ס'איז נישט אמת באקומען נאכדעם ספיקות און אלע אנדערע מעשיות ווייל מ'האט דאך אים פארקויפט אז זיין רבי ז"ל איז געווען אזוי גרויס ווי משה רבנו און פונקט ווי זיין רבי'ס מעשיות זענען נישט אמת טראכט ער די זעלבע אויף ביז ארויף.

דאס געבט אבער נישט קיין תירוץ פאר א בדחן זיך אויפשטעלן און לצנות מאכן פון צדיקים

וואלווי » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 12:27 pm

· #438453

דאס געבט אבער "אויך" נישט קיין תירוץ פאר א "ראש ישיבה",פאר וועם מ'האט יעצט בארירט די רבי'ס וואס ער האלט "יא" פון, צו גיין ליצנות מאכן פאר יארן אין א צו נאן-סטאפ, פון אנדערע רבי'ס, ראש ישיבה'ס, און צדיקים, ככל העולה על רוחו, אויף א געמיינע אופן.

נאך דערצו, אז זיין רבי מיט וועם ער געטשקעט זיך איז געווען מלא וגדוש מיט כבוד המדומה אליינס, ממש היפך פון וואס דער "ראש ישיבה" פארקויפט מיט זיין באוויסטע ליינס "מוהרא"ש האט אונז אזוי געלערנט.." "אהין געלערנט", "אהער געלערנט."

שיטת ר' נחמן מ'ברסלב ותלמידיו איז אייביג געווען מלא אהבת ישראל, נישט מלא שנאת ישראל. צו האקן און אוועק מאכן אנדערע, פאר דעם קען ער בלייבן אין סאטמאר.

ס'נעמט נישט אוועק פון די שטארקע חיזוק וואס ער טיילט יא, ווי אויך קען מען נישט אוועק נעמען זיין קרעדיט פאר ארבעטען מיט בחורים וכו'. למעשה, האקט ער אויף אנדערע גאנץ אפט, היפך אהבת ישראל און די יסוד פון לימוד זכות.

דאס איז שפיץ hypocrisy.

אישתישבי » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 12:51 pm

· #438455
berlbalaguleh
ווייל ס'איז דא אן אייזערנער כלל. א יעדע מעשה וואס איז אקעגן די הלכה איז נישט אמת. ווייל ס'איז נישט עולה על הדעת אז א צדיק זאלל הייסן טון עפעס וואס איז אקעגן די הלכה.......
.......

אט די מעשה איז שקר וכזב. ווייל דער הייליגער בארדיטשוב'ער איז געווען באוואוסט אלס א שטארקער מוכיח. און ווען ער וואלט געזעהן א איד רייכערן א ציגארעטל אום שבת וואלט ער זיכער מוחה געווען...!

ווי איז דער בארדיטשובער באוואוסט צו זיין אַ שטארקע מוכיח?
ער איז באוואוסט צו זיין דער סניגורן של ישראל.

וואלווי » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 12:54 pm

· #438456
אישתישבי
berlbalaguleh
ווייל ס'איז דא אן אייזערנער כלל. א יעדע מעשה וואס איז אקעגן די הלכה איז נישט אמת. ווייל ס'איז נישט עולה על הדעת אז א צדיק זאלל הייסן טון עפעס וואס איז אקעגן די הלכה.......
.......

אט די מעשה איז שקר וכזב. ווייל דער הייליגער בארדיטשוב'ער איז געווען באוואוסט אלס א שטארקער מוכיח. און ווען ער וואלט געזעהן א איד רייכערן א ציגארעטל אום שבת וואלט ער זיכער מוחה געווען...!

ווי איז דער בארדיטשובער באוואוסט צו זיין אַ שטארקע מוכיח?
ער איז באוואוסט צו זיין דער סניגורן של ישראל.

למען אמיתת הדבר, איז בארדיטשאווער רב געווען א שטאט'ס רב, ווי אויך א שומר תורה ומצוות, און אזא פאל ליגט אויף עם א חיוב צו מעורר זיין אויף חילול שבת.

ווערטלעך זענען גוט פאר סיפורי צדיקים, אבער נישט פאר עיקרי הדת.

real fake news » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 1:16 pm

· #438457
אין ויואל משה(להרב יואל טייטלבוים) שרייבט ער אז די אלע מעשיות פון סניגוריה פונם בארדיטשובער רב איז נאר געווען בינו לבין קונו אבער בפניהם האט ער אוודאי מוכיח געווען.

אונטער חכם » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 2:00 pm

· #438460
Re: ר' יואל ראטה קומט ארויס שארף קעגן לצנות אויף תלמידי בעש"
real fake news
ס'איז קלאר אז אסאך אויב נישט רוב פון די הימלישע מופתים זענען שטותים ממילא, סאו די ליצנות הייבט זיך אהן ביי די וואס דערציילן מעשיות וואס איז נישט געשטויגן און געפלויגן,
למשל א מעשה וואס מדערציילט דאכצעך אויף שינעווער רב אז איין יום כיפור האט ער געשיקט די עולם אויספאסטן ווייל ער האט געזען אין הימל אז מהאט שוין אלעס אויסגעפועלט....
שינאווער רב שרייבט אין א בריוו אויף א מעשה וואס מען האט דערציילט אויף צאנזער רב אז ער האט געבלאזן שופר ביינאכט אז עס איז ליגענט, סאו צו דערציילן אזא מעשה אויף שינאווער רב האט זיכער נישט קיין פשט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 2:01 pm

· #438461
אישתישבי
berlbalaguleh
ווייל ס'איז דא אן אייזערנער כלל. א יעדע מעשה וואס איז אקעגן די הלכה איז נישט אמת. ווייל ס'איז נישט עולה על הדעת אז א צדיק זאלל הייסן טון עפעס וואס איז אקעגן די הלכה.......
.......

אט די מעשה איז שקר וכזב. ווייל דער הייליגער בארדיטשוב'ער איז געווען באוואוסט אלס א שטארקער מוכיח. און ווען ער וואלט געזעהן א איד רייכערן א ציגארעטל אום שבת וואלט ער זיכער מוחה געווען...!

ווי איז דער בארדיטשובער באוואוסט צו זיין אַ שטארקע מוכיח?
ער איז באוואוסט צו זיין דער סניגורן של ישראל.

אישתישבי: ביים סוף פון ספר קדושת לוי איז דא א אפר בלעטער מיט מעשיות און הנהגות פון בארדיטשוב'ער רב. איינס פון די מעשיות איז געווען ווען דער בעל קדו"ל האט אלס יונגערמאן ארומגעוואנדערט אין א סאך שטעט.כדי ער זאלל נישט דארפן עסן פון די שחיטה פון אומבאקאנטע מענטשן, האט ער זיך אויסגעלערנט שחיטה. איין טאג, ווען ער איז געקומען אין א געוויסע שטאט אין ביהמ"ד קומט צו צו איהם א מענטש און זאגט צו איהם...יונגערמאן, איך הער אז איהר זענט א שוחט. איהר קענט אפשר קומען צו מיין הויז. איך האב א בהמה צו שחט'ן. זאגט איהם דער קדו"ל. איך וועלל אייך באלד ענטפערן. א ביסל שפעטער גייט ער צו יענעם מענטש און פרעגט איהם אויב ער קען איהם בארגן 500 רובל. זאגט איהם יענער...וויאזוי קען איך אייך בארגן. איך קען אייך דאך נישט...האט איהם דער בארדיטשוב'ער רב געענטפערט. אזוי... איהר קענט מיך נישט? פון וואו ווייסט איהר אויב איך בין טאקע א שוחט. אפשר בין איך א שווינדלער?! ווען ס'קומט צו געלט גלייבט איהר מיר נישט. אבער ביי אידישקייט איז אלעס גוט?!...

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 2:03 pm

· #438462
אישתישבי
berlbalaguleh
ווייל ס'איז דא אן אייזערנער כלל. א יעדע מעשה וואס איז אקעגן די הלכה איז נישט אמת. ווייל ס'איז נישט עולה על הדעת אז א צדיק זאלל הייסן טון עפעס וואס איז אקעגן די הלכה.......
.......

אט די מעשה איז שקר וכזב. ווייל דער הייליגער בארדיטשוב'ער איז געווען באוואוסט אלס א שטארקער מוכיח. און ווען ער וואלט געזעהן א איד רייכערן א ציגארעטל אום שבת וואלט ער זיכער מוחה געווען...!

ווי איז דער בארדיטשובער באוואוסט צו זיין אַ שטארקע מוכיח?
ער איז באוואוסט צו זיין דער סניגורן של ישרא גוט?!...

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 2:08 pm

· #438464
berlbalaguleh
ווייל ס'איז דא אן אייזערנער כלל. א יעדע מעשה וואס איז אקעגן די הלכה איז נישט אמת. ווייל ס'איז נישט עולה על הדעת אז א צדיק זאלל הייסן טון עפעס וואס איז אקעגן די הלכה.
וועמענ'ס דעת? אויף מיין דעת איז עס יא עולה, דו לייקנסט אז רביה"ק פלעגט דאווענען שחרית נאך סו"ז תפילה?

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 9:52 pm

· #438484
רביה"ק זי"ע: דער סאטמארע רבי הדברי יואל זי"ע (דער עכטער) האט געהאט א היתר צו דאווענען שפעט. ואכמ"ל. און ער האט געדאוונט מיט א מנין מצומצם. אויב ס'האטציך געמאכט (עטליכע מאל) אז איינער פון די בעלי בתים האטציך מיטגעכאפט מיט זיין מנין. האט ער געכאפט א פסק פון איהם.

ומעשה שהיה. אין די שטאט סאטמאר איז געווען א איד א סוחר וועלכער האט געהאט א וויכטיגע ארבעט פאר'ן דאווענען. ס'איז אנגעקומען א וואגאן פון עפל. און ער האט געמוזט זיין דארט בשעת מ'האט עס אפגעלאדנט. ווען ער האט געענדיגט איז ער געגאנגען דאווענען מיט'ן סאטמארע רב'ס מנין. האט ער איהם געפרעגט...וואס האסטו געטון ביז יעצט? האט דער איד געענטפערט אז ער האט געדארפט אפלאדענען די עפל. האט איהם דער דבר"י געזאגט אז מ'דארף קודם דאווענען און נאכדעם גיין צו די ביזענס...האט דער איד צוריקגעפרעגט...און די רבי?... האט ער איהם געענטפערט דו זאלסט נישט קוקן אויף מיר

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 9:55 pm

· #438485
קענסטו די זעלבע תירוץ זאגן אויף יעדע חסיד'ישע מעשה, אז דער רבי האט אזוי געטון האט ער זיכער געהאט א היתר, ס'נישט דא קיין שום סיבה צו לייקענען.

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 10:00 pm

· #438486
רביה"ק זי"ע: איך האב נישט געלייקנט. דאס איז דאך א פאקט וואס די גאנצע וועלט האט געוואוסט. נאר איך האב געזאגט אז ער האט געהאט א ספעציעלע סיבה פארוואס ער האט געדאוונט שפעט...!

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 10:01 pm

· #438487
berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: איך האב נישט געלייקנט. דאס איז דאך א פאקט וואס די גאנצע וועלט האט געוואוסט. נאר איך האב געזאגט אז ער האט געהאט א ספעציעלע סיבה פארוואס ער האט געדאוונט שפעט...!
און אויב שיניעווע רב האט געהייסן אויספאסטן יום כיפור, און צאנזער רב האט געליינט ויהי בימי אמרפל, האבן זיי זיכער געהאט א ספעציעלע סיבה דערצו.

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 10:12 pm

· #438489
רביה"ק זי"ע: דו האסט דאך געליינט וואס איך האב געשריבן. אז די מעשה איז נישט געווען ביים שינעווער רב. נאר ביים שר שלום מ'בעלזא. און ער האט דאך ארויסגעזאגט דעם הלכה'דיגן טעם פארוואס ער האט געהייסן דעם עולם אויספאסטן. ווייל די דאקטוירים האבן געזאגט אז ווער ס'פאסט יענעם יאר קען ח"ו שטארבן פון די געפערליכע מחלה וועלכע איז ארומגעגאנגען יענעם יאר. און ער האט עס געזאגט אלס דער מרא דאתרא. אלס רב פון דער שטאט. נישט אלס רבי...!