☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » אשכול אן א טיטל #13416

אשכול אן א טיטל #13416

40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13416

— » דינסטאג נאוועמבער 5, 2019 4:47 pm

· #437904

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

תורה ומדע » דינסטאג נאוועמבער 5, 2019 5:54 pm

· #437905
ע״ז אמרו חז״ל אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו. ולמקומו לעולם לא תגיע.
ס’זאגט עפעס אויף אונזער דור, איך ווייס אבער נישט גענוי וואס.

החוקר » מיטוואך נאוועמבער 6, 2019 10:33 am

· #437920
אויך געשפירט די זעלבע. עפעס שפירט זיך עס אומבאקוועם איך קען אבער נישט אנטייטלען וואס.

לך לך » מיטוואך נאוועמבער 6, 2019 3:20 pm

· #437931
שיינע ניגון אבער זייער נישט נאטורלעך
.
און וואס זאגן די רבנים?

איך אויך » מיטוואך נאוועמבער 6, 2019 4:46 pm

· #437937
ליידער נישט דער ערשטער/לעצטער שוטה וואס ווייסט נישט פונעם כלל All that glitters isn't gold און ווען זיי כאפן ענדליך יא איז שוין צו שפעט.

תורה ומדע » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2019 8:20 am

· #437963
האס, מאן דכר שמיה?
סאיז אבער מאדנע פענאמאנאן אז א אינגערמאן מיט הענגעדיגע פיאות מיט אן איידעלער צורה זאל דארפן מאכן פרנסה אויף אזאן אופן. ממנ״פ איז ער במהותו ובהשקפותו דאס וועלכער זיין לבוש פארטרעט, אדער איז ער א גלאבאלער, ליבעראלער, הומענעטעריען ליבהאבער?

תורה ומדע » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2019 8:23 am

· #437964
סאיז דאך דא א סיבה פארוואס די פריערדיגע טאלאנטפולער אידן א שטייגער ווי שלמה׳לע קארלבאך, מרדכי ווערדיגער, אדער יעקב שוועקי זענען ניט געגאנגען אין דעם ריכטונג בכלל.

הוגה » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2019 8:45 am

· #437965
מאך זיכער
וועמען גייט אן וויאזוי און וואס שלום לעממער פירט זיך און טוט?

לענ"ד, נאר בעלזער חסידים. די רעשט פון די וועלט האט (דערווייל) נישט קיין פראבלעם מיט אים.

1111 » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2019 10:23 am

· #437966
טאטאל פאריקט, לא עלינו ולא עליכם, נישט מער געדאכט

חוץ אויב ער מיינט דא צו פארמיידן אנטי סעמעטיזעם (דאס ווען נישט העלפן סיי ווי) אבער אפשר קען מען אים דן זיין אז ער האט דאס געמיינט פאר די גויאישע גאס צו פארמיידן אנטי סעמעטיזעם..

תורה ומדע » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2019 10:25 am

· #437967
וואס טוט מען נישט פאר פרנסה?…

בת קול » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2019 10:27 am

· #437968
1111
טאטאל פאריקט, לא עלינו ולא עליכם, נישט מער געדאכט

חוץ אויב ער מיינט דא צו פארמיידן אנטי סעמעטיזעם (דאס ווען נישט העלפן סיי ווי) אבער אפשר קען מען אים דן זיין אז ער האט דאס געמיינט פאר די גויאישע גאס צו פארמיידן אנטי סעמעטיזעם..

קענסט מיר אויסרעכענען איין פאריקטער פרט?
איך האב נישט געזעהן קיין איין זאך וואס ער האט געטוהן wrong ביז דערווייל.
סאיז כאטש אזוי כשר ווי זיך לאזן וואקסן די האר... ( נישט היימיש און נישט wrong).

גדליה » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2019 11:13 am

· #437969
מזעהט קלאר אז ממוז האבען א בעסערע עדיוקעשען אזוי מזאל נישט דארפן צוקומען צו פרנסה דורך זינגען פאר גויים ליידער.

צפור בודד » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2019 12:12 pm

· #437972
גדליה
מזעהט קלאר אז ממוז האבען א בעסערע עדיוקעשען אזוי מזאל נישט דארפן צוקומען צו פרנסה דורך זינגען פאר גויים ליידער.
פארקערט מ'זעט אז אפילו די גויים זעען איין דער עם הנבחר'ישקייט פון א חסידישער עדיוקעישן. וידעו כי אתה שמך ה'

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

בעל רגש » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2019 7:18 pm

· #437984
שלום האט געטוהן א שריט, דאס איז זיכער, צווישן אים און גאט איז נישט מיין דאגה, איך האף ער האט איינעם מיט וועם ער רעדט זיך דורך, זאל עס זיין א רבי ,טעראפיסט, Coach וכו' איינער וואס קען זיך האלטן אביעקטיוו, און ווייסט זיינע boundaries וואס ער וויל, און ווערט נישט פארבלענדעט פון גאלד, ווייל עס ווארט פאר אים נאך אסאך challenges...
וואס יא, שלום טרעט אויף א נערוו, די רבנים גייען נישט שטיל בלייבן קומענדיגע מאל ווען rccs וועט אים רופן אויפטרעטן און עטרת אברהם... און פון זייער פערספעקטיוו זענען זיי טויזענט פראצענט גערעכט,ער קען נישט טאנצען באקוועם אויף ביידע חתונות. זאלן די א. ג ליבעראלן נישט שטורעמען ווען די קול קורא פארט ארום אויף טוויטער.
אז שלום מעג זינגען, מעגן זיי שרייען...

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2019 7:53 pm

· #437985
אפילו ליפא (פאר ער איז געווארן א ..."באלטשיווע")...איז נישט געגאנגען אזוי ווייט...!

מפיל קינד » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2019 8:00 pm

· #437987
א שטיקל מוסר השכל: ליפא האט פרובירט 20 יאר אנצוקומען צו דעם שטאפל, אבער אן ערפאלג. ער האט זיך צוריקגעדרייט מיט ליידיגע הענט.

שלום לעמער, א חסידישער אינגערמאן וואס גייט אין גאס נאר מיטן הוט און רעקל, ער האט באקומען דעם דיעל!

אויב ס'איז דיר באשערט גליק, וועט עס אנקומען אויף א גאלדענע טאץ. אויב נישט, וועסטו עס נישט קענען טרעפן.

נאך א פשט, די יצר הרע ארבעט אויף יעדעם לויט זיין דרגא. פאר ליפא איז גענוג געווען דער דמיון ער זאל אנקומען וואו ער איז אנגעקומען. שלום האט זיך נישט געלאזט ביז מ'האט אים עס געגעבן, האט ער עס באקומען.

מפיל קינד » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2019 8:03 pm

· #437988
[ציטאט אראפגענומען]

אויב זיינע טערמינען זענען געבליבן ביים אלטן און וועלן ווייטער בלייבן, דאן האסטו גוט געזאגט.

real fake news » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2019 8:19 pm

· #437990
בעל רגש
שלום האט געטוהן א שריט, דאס איז זיכער, צווישן אים און גאט איז נישט מיין דאגה, איך האף ער האט איינעם מיט וועם ער רעדט זיך דורך, זאל עס זיין א רבי ,טעראפיסט, Coach וכו'

כמיין סהאט געהייסן אז ער האט באקומען עפראוועל פון בעלזער רבין.
דאכצעך מיר אזוי האט ער געזאגט אין זיין אינטערוויו מיט די עמי אויב כגעדענק גוט.

moneyminded » פרייטאג נאוועמבער 8, 2019 3:20 am

· #437998
בעל רגש

וואס יא, שלום טרעט אויף א נערוו, די רבנים גייען נישט שטיל בלייבן קומענדיגע מאל ווען rccs וועט אים רופן אויפטרעטן און עטרת אברהם... און פון זייער פערספעקטיוו זענען זיי טויזענט פראצענט גערעכט,ער קען נישט טאנצען באקוועם אויף ביידע חתונות. זאלן די א. ג ליבעראלן נישט שטורעמען ווען די קול קורא פארט ארום אויף טוויטער.
אז שלום מעג זינגען, מעגן זיי שרייען...

איך האב געהערט שוין א שטיק צייט צוריק אז די לעצטע יאר צייט האט ער שוין נישט באקומען די היימישע דינערס און נאך

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

פערינא » פרייטאג נאוועמבער 8, 2019 7:41 am

· #437999
ער שטייט דאך נישט אויף קיין איין scene צוזאמען מיט א פרוי. וואס איז די פראבלעם?

גראדע גייט עס אים נישט אזוי גוט. מ'קען זען אויף YouTube די אנדערע היימישע זינגערס האבן א שטערקערעfollowing

תורה ומדע » פרייטאג נאוועמבער 8, 2019 9:24 am

· #438001
גדליה
מזעהט קלאר אז ממוז האבען א בעסערע עדיוקעשען אזוי מזאל נישט דארפן צוקומען צו פרנסה דורך זינגען פאר גויים ליידער.

מסכים. פראבלעם איז אז אפילו מיט א גוטע עדיוקעישן קען מען ניט מפרנס זיין און חתונה מאכן א משפחה מיט צעהן קינדער. דער זינגער מיט נאציונעלער אנערקענונג וועט אפשר יא דאס קענען באווייזען בדרך כבוד ובהיתר אהן א הארצוויי.

קורקלענד » פרייטאג נאוועמבער 8, 2019 10:27 am

· #438003
די עולם דא איז קאנווינסד אז ס'האנדלט זיך דא פון הויכע מיליאנען. די וואס ווייסן וויאזוי די זאכן ארבעטן זאגן אז מ'פארדינט זייער ווייניג אויף אזעלכע קאנטראקטן. ס'איז נאר די האפענונג פאר די גרויסע פאטענציאל אויף ווען די ערשטע קאנטראקט לויפט אויס. וואס אויב ווערט ער אויפגעכאפט וועט ער קענען נעגאושיעטן א גוטע דיעל.

ווייסט איינער אויב דא איז אנדערש? איך בין נישט נייגעריג וויפיל ער פארדינט דא. אבער איך פארשטיי אז די עולם דא קען נישט די דעטאלן פון זיין קאנטראקט, און ס'איז זייער מעגליך אז ס'גארנישט אזוי ווי די עולם דא מיינט. און אויב ווערט ער נישט אויפגעכאפט (גענוג) אין די סעקולערע וועלט, און פון די אנדערע זייט וועט ער פארלירן זיינע אווענטן אין די קאמיוניטי פון וואו ער פלעגט זיך פלעגן מיט ברויט און פיטער דאן איז גארנישט דא וואס מקנא צו זיין.

כף הקלע » מוצ"ש נאוועמבער 9, 2019 6:54 pm

· #438020
ראה ערך יוסעלע ראזענבלאט

שלום איז די עתיד פון די נישט עקסטרעמע חסידים. יונגעלייט וואס פארשטייען אז אין אמעריקע האבן זיי רעכטן און קענען איגנארירן טעראר. מען קען זיין א חסיד מיט שטאלץ און מען קען אויך זיין א נארמאלע חלק פון די סאסייעטי, מיט אלע בענעפיטן וואס קומען מיט דעם. אמעריקע פארמאגט און אקסעפטירט אלע סארט קולטורן און רוב אמעריקאנע בירגער האבן נישט פיינט א יוד. ס'איז נישטא קיין סיבה אז מיר זאלן נישט ווייזען אז מיר ווילן זיין א פאדוקטיוו חלק פון דעם לאנד, און מיר קענען אויך געבן נישט נאר נעמען.

אין 20 יאר וועט זיין א נארמאלע ערשיינונג אז מיר וועלן האבן קאנגרעסלייט, דשאדשזעס, פאליציי, דאקטוירים, אדוואקאטן וכו מיט די גאנצע שמונה בגדים. מען קען זיין א ווארעמע חסיד און אויך זיין א מענטש ווי אלע. למשל, פארוואס זענען נישט דא הונדערטער יונגעלייט אדוואקאטן פארן היימישע עולם, און מאכן פרנסה בריווח בדרך כבוד? ס'איז א לאנגע שמועס, אבער איך מיין אז רוב נארמאלע חסידים וועלן ציען אין דעם ריכטונג.

החוקר » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 9:59 am

· #438051
כף הקלע
רוב אמעריקאנע בירגער האבן נישט פיינט א יוד.
[emoji54][emoji54]
רעב איד, איי העיט טו ברעיק איט פאר יו, אבער איר לעבט אין זייער א טיפן טעות. וועקט אייך אויף.

רביה''ק זי''ע » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 10:49 am

· #438053
אינטערעסאנט אז איך האב נאכנישט געטראפן א גוי וואס פיינט אידן, אויב האסטו יא געטראפן אזא איינער איז עס מן הסתם געווען אלץ כמים הפנים לפנים. אוודאי, אז דו קוקסט אן דעם שמוציגן גוי פון אונטן ארויף מיט פארדאכט און עקל אוודאי האט ער דיך פיינט, פרוביר נאר איינמאל רעדן צו איהם פריינדליך מיט מענטשליכע רעספעקט וועט ער דיך שוין איינמאל ליב האבן.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 11:29 am

· #438054
רביה"ק זי"ע: איך ווייס נישט פאר וועם דו זאגסט "אבי גערעדט"... פאר כף הקלע אדער פאר החוקר. ווייל החוקר איז זייער שטארק גערעכט. מ'קען זאגן אז רוב עוורידזש אמעריקאנער בירגערס האבן נישט פיינט א איד מיט א ברענעדיגע שנאה אז זיי ווילן זיי אריינלייגן אין די גאז אויוונס. אבער דאס זינגען פון א אידישן זינגער מיט א חסיד'ישע טראגע וועט זיכער נישט פארמערן און פארגרעסערן די סימפאטיע וואס זיי האבן צו אידן.

ווען ער (שלום לעממער) האט געזינגען די נאציאנאלע הימנע אין א ספארטס סטעדיום, האט עס אין דעם קורצן טערמין יא צוגעגעבן צו די גוי'אישע סימפאטיע צו אידן (לפענ"ד). אבער אין דעם לאנגן טערמין וועט עס גארנישט טוישן.

אויך איז דא נאך אן עלעמענט, די ליבעראלע מידיע, וועלכע זענען היבש אנגעשטעקט מיט אומ-סימפאטיע צו אידן און א שטארקע אומ-פארגינערישקייט. אט די זעלבע מידיא וועלכע בויען איינעם אויף אין אנהייב, די זעלבע מידיא קען איהם רודפ'ן און צושטערן זיין נאמען...!

איך וועל דא פארציילן אן עפיזאד פון מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט גויים, בכלל.

אין מיינע יונגע יארן האביך געארבעט אלס עלעקטרישן אויף א (גרויסע) קאנסטראקשן סייט אין מאנהעטן. ווער ס'איז באקאנט ווייסט אז אויף א קאנסטראקשן סייט זענען די עלעקטריק ווייערס נאכנישט מסודר, נאר מ'ציעט ווייערס רעכטס און לינקס לפי הצורך. מאכט זיך איין טאג ווען דער הויפט עלעקטרישן פון מיין קאמפאני וואו איך האב געארבעט איז פונקט נישט געווען דארט, און א גולם קלאץ, א פרישער אימיגראנט פון איירלאנד האט געפיהרט א וועגעלע מיט א לאנגן, שפיציגן אייזן. און ס'האטציך פארטשעפעט אין די ווייערס. און ס'האט געמאכט א "שארט"... נישט נאר האבן זיך אלע לייטס פארלאשן. נאר ס'האטציך גענומען ברענען. מ'האט געשפירט דעם גערוך פון די שמעלצנדע פלעסטיק פון די ווייערס. און אלע האבן געשריגן "עלעקטרישן"... דעמאלס ביניך, אני הקטן, צוגעטרעטן און געראטעוועט דעם מצב. צוערשט ביניך אריינגעגאנגען אין "עלעקטריק רום", וואו ס'איז דא הונדערטער ווייערס, אויפגעזוכט די געשעדיגטע ליין און עס אפגעשניטן אז ס'זאל נישט ווייטער קאכן. פארוואס דער ברעיקער האט נישט געפלאצט איז א סיבה פאר זיך ואכמ"ל. און נאכדעם געצויגן נייע ליינס פאר לייטס און פלאגס פאר אלע ארבעטערס וועלכע האבן עס פארלאנגט. הקיצור, א יעדער האט געריהמט מיין ארבעט. און איך בין געווען דער העלד פון טאג.

אבער טאקע ממש א טאג האט אנגעהאלטן די הכרת הטוב צו מיר, ווייל א טאג שפעטער האט א גוי'אישער ארבעטער געכאפט א קראץ פון א ספאט לייט וועלכע איז נישט געווען גוט פארבינדן. דורך אן אנדערן ארבעטער פון מיין קאמפאני. און דער גוי דער So much "וויקטים" האטציך גענומען שעלטן מיך פערזענליך און אלע אידן.
So much for Jewish heroes...!

כף הקלע » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 11:40 am

· #438055
אמעריקא איז פול מיט מענטשן מיט מענטשליכע שוואכקייטן, נישט ווייניגער פון די שוואכקייטן פונם עם הנבחר. אוודאי איז דא מענטשן וואס האבן נישט ליב מענטשן וואס זענען אנדערש ווי זיי, און זיי האסן שחורים, אינדיאנע, ווייסע, מעקסיקאנע, פארטריקאנע, אראבער, און ווער ווייסט ווער נאך, די שכן וואס האט אים אמאל קרום אנגעקוקט, זיין מיטארבעטער, זיין ברודער וכו' און יידען אויכעט.

שלעכטע מענטשן איז דא איבעראל, אבער אזא זענאפאביע וואס מען לערנט אין חדרים טרעפט מען ווייניג אין אמעריקא.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 11:50 am

· #438057
כף הקלע: אין דייטשלאנד אין די חדרים האט מען געלערנט זענאפיליע. (ניין. נישט פעדאפיליע) און פאטריאטיזם. און די דייטשע אידישע באפעלקערונג זענען טאקע אויסגעוואקסן גרויסע זענאפיללן און פאטריאטן. נאר בעת צרה איז זיי דאס אללעס בייגעשטאנען ווי א רעטעך. מ'האט זיי צובראכן און צושטערט און אריינגעלייגט אין קאנצענטראציע לאגער'ן. ענד אוו סטארי...!

כף הקלע » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 12:05 pm

· #438058
בערל, פון דיין ווערטער איז משמע איז ביסט מודה אז היינט לערנט מען זענאפאביע אין חדרים, מען לערנט קינדער פון קינדווייז אן אז א גויישע לעבן איז נישט ווערט מער ווי א הונט. נאר וואס, האסט א תירוץ דערפאר. נו, ביי די טאליבאן האבן זיי אויך זייער גוטע "סיבות" פארוואס מען דארף יעדען הארגענען.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 12:15 pm

· #438060
כף הקלע: מיט דעם ביסטו גערעכט אז די רעבעס און טאטעס וועלכע לערנען אויס זייערע קינדער צו פיינט האבן א גוי אדער צו קוקן אויף איהם ווי א בהמה זענען משוגעים. און זיי שעדיגן זייערע קינדער. אבער זיי זענען נאר א מיעוטא ד'מיעוטא. א נארמאלער טאטע און א נארמאלער רבי לערנט אויס אז מ'דארף רעספעקטירן א יעדן מענטש. און א יעדער מענטש. א גוי אדער א איד האט א ווערד אלס דעם אייבישטנ'ס באשעפעניש. אבער אין די זעלבע צייט קענמען זיך נישט פארהוילן פון דעם פאקט אז ס'זענען פארהאן גויים וועלכע וויללן אונז, אין בעסטן פאל פאריאגן און דערנידעריגן...!

כף הקלע » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 12:17 pm

· #438061
berlbalaguleh
כף הקלע: מיט דעם ביסטו גערעכט אז די רעבעס און טאטעס וועלכע לערנען אויס זייערע קינדער צו פיינט האבן א גוי אדער צו קוקן אויף איהם ווי א בהמה זענען משוגעים. און זיי שעדיגן זייערע קינדער. אבער זיי זענען נאר א מיעוטא ד'מיעוטא.
נישט אמת

רביה''ק זי''ע » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 12:17 pm

· #438062
berlbalaguleh
כף הקלע: אין דייטשלאנד אין די חדרים האט מען געלערנט זענאפיליע. (ניין. נישט פעדאפיליע) און פאטריאטיזם. און די דייטשע אידישע באפעלקערונג זענען טאקע אויסגעוואקסן גרויסע זענאפיללן און פאטריאטן. נאר בעת צרה איז זיי דאס אללע בייגעשטאנען ווי א רעטעך. מ'האט זיי צובראכן און צושטערט און אריינגעלייגט אין קאנצענטראציע לאגער'ן. ענד אוו סטארי...!

דו ווילסט וואוסן וועם נאך מ'האט אריינגעלייגט אין קאנצענטראציע לאגערן? ציגיינער, הוי"ה'ס עדים, הומוס, פאלאקן, רוסן, און וועם נישט. אין אמעריקע נעמט מען יעדעם אן. די אלע וועלכע קענען נישט ליידן קיין מינאריטעטן זענען טאקע די מינאריטעטן אליינס וועלכע לעבן זיך אין זייער אייגענע באבל, דער איד האט פיינט דעם שווארצער, דער מעקסיקאנער האט פיינט דעם אראבער, דער כינעזער האט פיינט דעם איטאליענער. דער גוי אין טעקסאט לעבט זיך זיין לעבן אין ווייסט ניטאמאל וואס דו ווילסט פון איהם, די גאנצע אנלויפעניש פון מינאריטעטן אין ניו יארק סיטי איז איהם פונקט אזוי נוגע ווי די מלחמות אין סיריע.

גראף » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:39 pm

· #438073
אן איינרעדעניש אז מענטשן גיי'ן, קענען, דארפ'ן ליב האבן יעדען איינעם. קיינמאל נישט! ס'איז די נאטור אז מען האט מער ליב די אייגענע ראסע, נאצייאל, קא-רעליגעסט, קאמיונעטי, שכנים און משפחה איינס מער פון די צווייטע. נישט דווקא ליב האבן און אויך נישט פיינט האבן איז מיינעך רוב אמעריקא. פארשטייט זיך אז אזוי וועט מען אסאך שנעלער שעלטן א איד וואס האט געפיפען צו להבדיל אנדערע מיינארעטי וואס שרייבט דיר א טיקעט. אבער עס מאכט יענעם נאך נישט פאר א ראסיסט. דער נעקסטע טאג האט ער שוין פארגעסן און וועט דיר מעגליך אפילו העלפן. פארשטייט זיך ווי לאנג דו פייפסט נישט....

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

moneyminded » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:40 pm

· #438074
תורה ומדע
גדליה
מזעהט קלאר אז ממוז האבען א בעסערע עדיוקעשען אזוי מזאל נישט דארפן צוקומען צו פרנסה דורך זינגען פאר גויים ליידער.

מסכים. פראבלעם איז אז אפילו מיט א גוטע עדיוקעישן קען מען ניט מפרנס זיין און חתונה מאכן א משפחה מיט צעהן קינדער. דער זינגער מיט נאציונעלער אנערקענונג וועט אפשר יא דאס קענען באווייזען בדרך כבוד ובהיתר אהן א הארצוויי.
דאנט ווארי שלום לעממער וועט קיין 10 קינדער נישט האבן[emoji3] , ער האט אפשר יעצט 2 אדער 3

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

moneyminded » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:46 pm

· #438075
כף הקלע
אמעריקא איז פול מיט מענטשן מיט מענטשליכע שוואכקייטן, נישט ווייניגער פון די שוואכקייטן פונם עם הנבחר. אוודאי איז דא מענטשן וואס האבן נישט ליב מענטשן וואס זענען אנדערש ווי זיי, און זיי האסן שחורים, אינדיאנע, ווייסע, מעקסיקאנע, פארטריקאנע, אראבער, און ווער ווייסט ווער נאך, די שכן וואס האט אים אמאל קרום אנגעקוקט, זיין מיטארבעטער, זיין ברודער וכו' און יידען אויכעט.

שלעכטע מענטשן איז דא איבעראל, אבער אזא זענאפאביע וואס מען לערנט אין חדרים טרעפט מען ווייניג אין אמעריקא.
In one word
"I feel your pain"
עשו שונא ליעקב איז אלט אפאר טויזענט יאר און נישט קיין חילוק וויפעל די האסט פיינט דיין אויפברענגונג אין די חסידישע ווערטשאפט ליידער ,גייסטו עס נישט טוישן , די פאקט איז אז א אמעריקאנע גוי א ווייסער איבערהויפט האט פיינט א איד , פינטעל ,אימיגראנטען און שווארצע פילן צווייטע קלאס צוזאמען מיט דיר איז עס אויף א שוואכערע פארנעם , אבער מיש נישט אויס דיין שנאה צו חסידישע אידן מיט די שנאה פון גוים צו עני מין איד

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

הקטן » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 7:41 pm

· #438083
כף הקלע
בערל, פון דיין ווערטער איז משמע איז ביסט מודה אז היינט לערנט מען זענאפאביע אין חדרים, מען לערנט קינדער פון קינדווייז אן אז א גויישע לעבן איז נישט ווערט מער ווי א הונט. נאר וואס, האסט א תירוץ דערפאר. נו, ביי די טאליבאן האבן זיי אויך זייער גוטע "סיבות" פארוואס מען דארף יעדען הארגענען.

א גויישע לעבן איז נישט דער זעלבער זאך וואו א גוי
מ'קען זיין א געבוירענע איד און פירן א לעבן וואס איז נישט מער ווערט ווי א הונט

בכלל איז זייער נישט שיין פין דיר, כף הקלע, אראפציקיקען אויף הונט, וואס ביסטו מער פין אים? הע?!?

כף הקלע
berlbalaguleh
כף הקלע: מיט דעם ביסטו גערעכט אז די רעבעס און טאטעס וועלכע לערנען אויס זייערע קינדער צו פיינט האבן א גוי אדער צו קוקן אויף איהם ווי א בהמה זענען משוגעים. און זיי שעדיגן זייערע קינדער. אבער זיי זענען נאר א מיעוטא ד'מיעוטא.
נישט אמת

oh-ye!!!

רביה''ק זי''ע » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 7:46 pm

· #438085
moneyminded
עשו שונא ליעקב איז אלט אפאר טויזענט יאר

עשו לעבט שוין נישט אפאר טויזענט יאר.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 9:01 pm

· #438094
רביה"ק זי"ע: עשיו לעבט טאקע שוין נישט א פאר טויזנט יאר. אבער די שנאה פון זיינע קינדער און אייניקלעך צו יעקב'ס קינדער און אייניקלעך גייט אריבער פון דור צו דור. ס'זעהט אויס אז ס'אין די דזשינס...!

דער בארימטער בלוט בילבול וואס די גויים האבן געמאכט אויף אידן אז זיי דארפ'ן הרג'נען א גוי'איש קינד כדי צו נוצן זיין/איהר בלוט פאר די מצות, לעבט נאך היינט. אין יאר 2019.

ס'איז געווען מיט עטליכע יארן צוריק ווען איינער א גוי אן אזוי גערופענער ..."פראפעסאר"... איז געווען אויפ'ן טי. ווי. שאו פון ..."אופרא"... און ער האט געמאכט א סטעיטמענט אז אידן נוצן בלוט פון גוי'אישע קינדער פאר מצות...און זי האט עס נישט אפגעלייקנט...! אויך האביך געזעהן א קליפ ווי אן אזוי גערופענער ..."געלערנטער"... האט מסביר געווען אז נישט אלע אידן נוצן דאס בלוט פון גוי'אישע קינדער פאר מצות. אבער א טייל אידן טוען עס יא...! ער איז שוין א גוטער...!

אין אונגארן זענען די גויים די אנטיסעמיטן איבערצייגט אז די אידן אלס פאלק זענען ריינגעוואשן געווארן פון דעם בלוט בילבול וועלכער איז פארגעקומען אין די לעצטע יארן פון דעם פאריגן יארהונדערט אין די שטאט טיסא-עסלאר, ווייל די אידישע קהילה האט אונטערגעקויפט דעם שופט...!

כף הקלע » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 9:06 pm

· #438095

אה, האסט אמאל געליינט?
OK boomer

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 9:18 pm

· #438098
כף הקלע: יא. אפשר ביניך א כולל יונגערמאן פון 23 יאר. (אפשר אין נעקסטן גילגול). אבער דו ענטפערסט נישט צו דער זאך. וואס האט דאס צו טון מיט עידזש?!. איך ברענג דיר היסטארישע פאקטן. ווענד עס אפ מיט פאקטן...!

ס'איז דא נאך א איד דא אין קאווע שטיבל וועלכער זעהט נאר גוטס אויף אלע גויים. (איך פערזענליך זעה נישט קיין גוטס און נישט קיין שלעכטס.). און ער טענה'ט אז די היינטיגע גויים זענען שוין גוטע. נישט אזוי ווי זייערע טאטעס און זיידעס זענען געווען...!

איך בין טאקע נאר א כולל יונגערמאן פון 23 יאר. אבער ווען דו וועסט רעדן צו עלטערע אידן וועלכע האבן איבערלעגעבט די 2'טע וועלט מלחמה וועסטו הערן וואס זיי האבן צו זאגן איבער זייערע שכנים אין פוילן אדער אונגארן...!