☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #13409

אשכול אן א טיטל #13409

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13409

— » מיטוואך אקטאבער 30, 2019 3:50 pm

· #437692

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

קאך_לעפל » מיטוואך אקטאבער 30, 2019 4:27 pm

· #437695
ווארשיינליך ברויך ער א געהאלט העכערונג... ווי נאר דער טשעק וועט ארויף גיין, וועט גלייך ארויס קומען די הכחשה...

שמעון וואלף » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 12:46 am

· #459492
איך הער אז רב ביק פסק'נט שוין בכלל נישט קיין שאלות צוליב זיין עלטער און מצב הבריאות. מיינט דאס אז די גאנצע בי"ד המיוחד לעניני כשרות באשטייט בלויז פון ר' הילל?

איך וויל איבערגעבן דאס ווארט פאר אונזער חבר, דער בארימטער שריפטשטעלער @berlbalaguleh, זאל אונז מיטטיילן פון זיינע ידיעות איבער התאחדות.

נו, ר' בערל

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 2:12 am

· #459495
א גוטן ר' שמעון וואלף: איבער התאחדות בכלליות ווייס איך נישט. אבער איבער די פארלעסליכקייט פון הרב יושע העשיל ביק שליט"א ווייס איך יא עטליכע פרטים צו זאגן. אויסער מוחה זיין ווי א משוגע'נער (וואס ער איז) איבער'ן עירוב. (די באקאנטע מעשה איז דאך ידוע וואס ער האט אנגעשריגן א פרוי וואס האט געפיהרט א קערידזש אום שבת, האטצי איהם אריינגעזאגט אז אלטע בחורים, אן שטריימל איז ער מסתמא אן אלטער בחור, טארן נישט רעדן צו פרויען...לאל) איז זיין פארלעסליכקייט אין כשרות נאנט צו זירא.

בדידי הוה עובדא. איך בין אמאל ערב פסח נאכמיטאג אריין אין די מצה בעקערי אויף וועלכע ער געט השגחה. אויפ'ן צווייטן שטאק. דארט וואו מ'סארטירט אויס די אפגעבאקענע מצות, האביך געטראפן א גלוסקא יפה. א שיינע, גלאנצענדיגע בילקעלע. אויף א שעלף. לעיני כל...!

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 9:27 am

· #459573
א עקסטערע לייק פאר די מעשה מיט די פרוי.... 😂