☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אייוועלט קאמענטארן » אייוועלט שטעלט צאם טויזנטער ערב ראש השנה

אייוועלט שטעלט צאם טויזנטער ערב ראש השנה

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13378

גדליה » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 4:29 pm

· #436839
אייוועלט שטעלט צאם טויזנטער ערב ראש השנה
די וועבזייטל פארום אידישע וועלט, המכונה אייוועלט, ווערט אפט קריטיקירט דא אויף פארשידענע זאכן.
יעצט וועלן מיר ארויסברענגען א הערליכע געשעעניש אויף אייוועלט, ואקצר מפני קדושת היום הממשמש ובא.
א יוד האט זיך אויסגעגאסן א שווער הארץ אויף אייוועלט, שרייבנדיג ווי ער איז אריינגעפאלן אין שווערע חובות וואס לאזן אים נישט מנוחה.
די חברי אייוועלט האבן זיך צאמגענומען און געעפענט א גא פאנד מי. יעצט ערב ראש השנה אין די פארנומענע צייט.
סאיז שוין אריין געקומען איבער זעקס טויזענט דאלער! מיר דארפן זיך אלע לערנען פין אידן וואס ציפן אראפ פון זייער פרנסה פאר א צווייטן מענטש.
מי כעמך ישראל!
גלייכצייטיג דארפן מיר זיין דאנקבאר פאר די פארגעשריטענע טעכנאלגיע וואס ערמעגליכט צו שאפען אזוי פיל געלט פין יודן רחמנים בני רחמנים, ממש פון איין מינוט אויפן צווייטן.
<a class="postlink" href="https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=40583&sid=ef61890e616832916b141eccae216f6a">https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... ccae216f6a</a>

די קאסע,ווער סוויל זיך משתתף זיין.

<a class="postlink" href="https://www.gofundme.com/f/helpayidnow">https://www.gofundme.com/f/helpayidnow</a>

קאצקע ציקער » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 4:35 pm

· #436840
Filter block

חיים יואל » מיטוואך אקטאבער 2, 2019 5:47 pm

· #436894
wow, נישט צום גלייבען

אישתישבי » מיטוואך אקטאבער 2, 2019 9:12 pm

· #436903
שוין, א שאד איך בין נישט אויף אייוועלט

נולד מאוחר » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2019 4:03 am

· #436914
סאיז ממש א קידוש השם והאדם. סאיז באמת א מוראדיג זאך!
סאיז אינטערסאנט ווי א חלק פון דו נדבנים שרייבן אז האבן געגעבן און זייער גיפיעל איז אזא מי כעמך, עם הנבחר געפיל. דו דרייוו צי העלפן איז איך וויל העלפן א מענטש, אבער אויך וויל איך באשטעטיגן אז איך באלאנג צי דו ריכטיגע גרופ וואס העלפט זוך ארויס.